הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

א סדר אין כולל

3 posters

Go down

א סדר אין כולל Empty א סדר אין כולל

הודעה על ידי משה קאפויער Wed Jun 10, 2009 4:36 pm

מיט א צייט צוריק האב איך זיך באגעגענט מיט מיינס א קרוב וועלכער זיצט נאך ביני עמודי דגירסא אין כולל... איך פרעג אים אויס וויאזוי ס'גייט דארט? זאגט ער מיט א האלבער שמייכל, מ'קען עס נישט אראפלייגן על רגל אחת, דו מוזט אליין אראפקומען אין כולל מיטהאלטן א סדר... א סדר פרעג איך מיט וואונדער? יא! מ'פראוועט יעדן טאג א סדר... מ'זיצט אנגעלאנט, און מ'טרינקט 4 כוסות קאווע, מוזט עס זעהן מיט דיינע אייגענע אויגן! נו גוט, איך וועל פרובירן אין די נאנטע טעג אפצושטאטן א שטיקל באזוך.

למעשה איז מיר נישט אויסגעקומען אראפצוגיין פערזענליך, האב איך אראפגעשיקט עמעצן, וועלכער האט איבערגעגעבן א פולן באריכט ספעציעל פאר 'הפרדס':

* * *

קדש
ווען דער יונגערמאן קומט אן אין כולל, טוט ער זיך אן די שווארצע כאלאטל, און מאכט זיך שנעל א קאווע כדי צו קענען גיין הכנות.


ורחץ
נאכן זיצן א שעה הכנות וואשט מען זיך די הענט און מ'מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים


כרפס
מ'מאכט זיך א פרישע קאווע, און מ'נעמט א שטיקל צוקער, מ'טינקט עס איין אין די קאווע, מ'מאכט די ברכה שהכל נהי' בדברו, און מ'טרינקט עס אויס לאנגזאם און שטאט, כדי צו פטר'ן די לערנען.


יחץ
מ'צוטיילט די טאג אויף העלפט, א האלבע טאג לערנט מען נישט און א האלבע טאג ארבעט מען נישט.


מגיד
מ'שמועסט און מ'הערט נייעס, ביז לאנטש.


רחצה
מ'וואשט זיך די הענט און מ'זאגט יא די ברכה על נטילת ידים.


מוציא
מ'נעמט א פיינע פרישע המוציא ראל, און מ'מאכט המוציא.


מצה
דערנאך נעמט מען די ראל מ'צושנייד עס אויף העלפט, און מ'לייגט עס אין טויסטער, ס'זאל זיין פיין קריספי אזוי ווי מצה.


מרור
מ'נעמט א שטיקל קנאבל און מ'רייבט עס אן אויף די טויסט.


כורך
מ'לייגט אריין טונא, און לעדערס, און מ'מאכט א סענדוויטש.

שלחן עורך
מ'ריקט אריין דעם סענדוויטש, מ'עסט און מ'טרינקט און מ'לאזט זיך וואויל גיין


צפון
מ'נעמט אפיר די באהאלטענע סעלפאן, און מ'קאלט קול מבשר.


ברך
מ'גיסט אן די דריטע כוס קאווע און מ'בענטשט.


הלל
מ'גיסט אן די פערדע כוס קאווע, מ'שטופט דורך די נאכמיטאג, און מ'דאנקט דעם אייבערשטן אז די טאג איז שוין באלד פאריבער.


נרצה
מ'טוט די אלע זאכן כדי צו געפעלן פארן ווייבל, וועלכע מיינט נעבעך אז איר תכשיט'ל הארעוועט אין לערנען.

משה קאפויער
מהלך בגן

מספר הודעות : 2
מעלות : 4
אנזעהן ביים ציבור : 0

חזרה למעלה Go down

א סדר אין כולל Empty Re: א סדר אין כולל

הודעה על ידי ראש ישיבה Wed Jun 10, 2009 5:35 pm

כעל מודה זיין, האסט מיך געמאכט לאכן, דאס איז זייער גוט אראפ געלייגט... אבער איך האף דו לייגסט נישט ארויף איין גרויסע נאסע ליילעך אויף אלע כולל אינגעלייט... ס'איז דא היבש וואס לערנען פלייסיג.

ראש ישיבה
מטייל בגן

מספר הודעות : 20
מעלות : 26
אנזעהן ביים ציבור : 4

חזרה למעלה Go down

א סדר אין כולל Empty Re: א סדר אין כולל

הודעה על ידי סארווער Fri Jun 12, 2009 12:37 pm

ראש ישיבה כתב:כעל מודה זיין, האסט מיך געמאכט לאכן, דאס איז זייער גוט אראפ געלייגט... אבער איך האף דו לייגסט נישט ארויף איין גרויסע נאסע ליילעך אויף אלע כולל אינגעלייט... ס'איז דא היבש וואס לערנען פלייסיג.
איך ווייס ווער ס'האט געשריבן די QUOTE ערגעץ אנדערש... ס'פאסט נישט צו קאפיען ווארט ביי ווארט פון א צווייטנס תגובה פון א צווייטע סייט, ס'מאכט דיך נאר ביליג.

סארווער
מהלך בגן

מספר הודעות : 9
מעלות : 9
אנזעהן ביים ציבור : 0

חזרה למעלה Go down

א סדר אין כולל Empty Re: א סדר אין כולל

הודעה על ידי ראש ישיבה Fri Jun 12, 2009 1:52 pm

העלעך דיר מסביר זיין סארווירער יקר.
אני הקטן בין זייער נאנט פארבינדן מיט יענעם וואס האט עס דארטן געשריבן, ער ווערט פאררעכנט פון מיינע נאנטסטע פארליבליכסטע תלמידים שוין פון לאנגע יארן, און וויבאלד יענער איז (דערווייל) נאכנישט דא ביי אונז אין הפרדס, און זיין תגובה אויף משה'לע קאפויער'ס 'כולל סדר' איז באמת וויכטיג געהערט צו ווערן, דעריבער האבעך מקיים געווען דעם כלל פון 'מכל מלמדי השכלתי - ומתלמידי יותר מכולם' און כ'האב געקאפיעט און געפעיסט זיין הערה פאר קאפויער.
איך שרייב דיר עס דא ברבים בלי בושה, און כ'האלט נישט אז מיטן מגיב זיין אזא ערנסטע טעמע מיט א תלמיד'ס ווערטער, כדי אפצושלאגן אביסל די בזיון התורה וואס קאפויער האט פאראורזאכט אויף די כולל יונגעלייט יושבי אהל מתוך הדחק, וועט עס מיר ביליג מאכן! - פארקערט! אידן מיט שכל אין קאפ פארשטייען און בארעכטיגן מיין שריט און האלטן אויך אז מען דארף דעם ליצנות פארדאמען!
ואני את חובתי יצאתי.

גוט שבת סארווער, און זיי מיר געזונט

ראש ישיבה
מטייל בגן

מספר הודעות : 20
מעלות : 26
אנזעהן ביים ציבור : 4

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה