הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט!

Go down

צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט! Empty צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט!

הודעה על ידי אינטעליגענט Sun Jun 28, 2009 6:07 pm

די לעמפ זיינען טיילווייז פארלאשן אינעם הייזקע וואו עס וואוינען שמעון און די ווייב בילא, דאס גאנצע ארום איז איינגעהילט אין אן אומעטיגע שטימונג, עס שוועבט אין די אטמאספערע אנידערגעשלאגנקייט. אזוי ארום, אז די שוואכע ליכט וואס די שיינענדע לעמפ ווארפן, שטעלט זיך צו צום כמורע פונעם ארום, פארשפרייטנדיג שווארצע שפורן.



זיצט אונזער שמעון אין סאלאן, דאס געזיכט אנגעלאנט אויף די האנט פלאכן, די מחשבות שוועבן ארום אין אן אומארדענונג. ווען די שטורמישע זאווארוכע אין די גאסן, די וואיען פון די קרעפטיגע ווינטן, שפילן צו צום טאקט. זיי הערן זיך ווי דאס געוויין - אינעם טונקעלן נאכט - פון א פארציקנדע חיה וואס איז נארוואס געביסן געווארן, וועלכע יאמערט מיט א חיה'שע געוויין, שאפנדיג טריבע ווידערקלאנגן אינעם ווייטלויפנדע פוסטקייט פונעם האריזאנט, נישט געפינענדיג קיין געגנשטאנד זאל איר ברענגען צו אן אפשטעל.



אוי! גאט'ניו, ווי האלט מען דאס אויס? – שפינען זיך די טריבע געדאנקען אין שמעון'ס מח. ער געדענקט קלאר, עס ווארפט זיך אים אין די אויגן יענעם טונקל-פארביגן טאג, ווען דער געוועזענער באלעבאס זיינער דערלאנגט אים דעם ראזע-צעטל, נישט וועלנדיג אים אפילו קוקן גראד אין פרצוף. ווייל ווער נאך אזויווי אים ווייסט, דאס אז ער - דער שמעון, האט געטראגן דעם טיטול "געטרייער ארבעטער" מיטן פולן רעכט, אין קעגנזאץ צו פילע אנדערע וועלכע פוילעצען אינטער ביי די ארבעט, פראווענדיג ווי אויף קאסט ביים שווער.



אהההוי! רייסט זיך ארויס פון שמעונ'ן א קרעכץ וואס צעברעכט א האלבע קערפער. איך דערזעה מיך ארום אין א ביטערע מערכה, פון וואו וועל איך באצאלן הייצונג, עלעקטריק, טעלעפאן? פון וואנעט נעם איך אויף שכר לימוד? כליפעט זיך אים פון די טיפסטע ערטער אין הארץ, אין די פארבארגענע קעמערלעך פון זינען, טרייבן זיך די זויערע מחשבות איינס דעם אנדערן, איינס שווערער פון צווייטן. אוי! אוי וויי! טאטע אין הימל! ווי האלט איך דאס אויס, ווי טראגט מען עס אריבער???



עס שווימען ארויף אויפן אויבערפלאך פון געדאנק, די אומשולדיגע געזיכטער פון די קליינע. עס פאטשט אין פנים דאס געבעט פון די שעפעלעך נאך א רעכט שטיקל זעטיגע פארציאן, שוין פארלאפן עטליכע וואכן וואס די פרידזשידער אנטהאלט מער נישט די פארלאנגטע נארהאפטע שפייז וועלכע קומען פראסט אויף צו ערנערן, ווער רעדט פון שווענדערישע דעליקאטן. וויי וויי וויי קינדערלעך זיסע! די טאש איז לעהר, די טייסטער איז פוסט... און אז דער קליינער לייבי, קומט זיך אפרעדן אויף זיינע צעריסענע שיכלעך, וואס פאר אן אנטווארט האב איך פאר דיר מיין טייערער, איך האב דיך דאך תמיד אין הארץ, דו ביסט דאך אין מיין נשמה אריינגעזעצט מיין זיסינקער. טוה איך זיך דען פון דיר פארהוילן איין סעקונדע? אבער וואס'זשע זאל איך טאן ווען די מאטראץ איז שוין אויסגעגליכן פון אירע אומגלייכע בערגלעך – פארמירט פון די געזאמעלטע-געלט פארבלייבעכטס. דאס לעצט ביסל אפגעשפארטע ביסן איז שוין פאשווענדעט, שוין נישטא פון וואנעט ארויסצושלעפן א גרייצער אויף די מינימאלסטע געברויכן. רעד איך דען פון לוקסוס'דיגע אויסגאבן? קלאג איך דען אויף קינדישע טשאטשקעלעך? כאטש וואס אן אמת טוט עס מיר נישט ווייניג באנג, ווען די קליינע גיטעלע קומט פאדערן דאס איריגע: "טאטי, ווען גייסטו מיר שוין קויפן די העללאו-קידדי סטיקערס? האסט מיר צוגעזאגט איך וועל קענען טשוזען איינס ווען איך וועל זיין וואויל". וואס ענטפערט מען די ריינע אומזינדיגע קינדערלעך? זאל איך זאגן אין פנים דאס איך בין ארים ווי דער נאכט? אההההוי אהההוי וויי! – צעכליפעט ער זיך - וויי איז צו מיר, ארים נפש! וואו טוט מען זיך אהין פאר צער???



די געדאנקען זשומען ווי א נודזשעדיגן פליג, בעת ער קלאצט אינעם האריזאנט אן קיין באשטימטע ציל-פונקט. די זילבערנע לבנה, מיט איר גאנצע שטערן-מיליטער – וועלכע דערקענען זיך צווישן די שפארעס פונעם פארהאנג – שאפן אין זיינע אויגן א בילד פון איין צירקל באהאנגען מיט גרויסע שיינענדע רינדן, מחמת די טרער'לעך וואס זאמלען זיך אים ביסליכווייז אין די אויגן וואס שאפן א צעמישעניש פאר די אפלען. דאס זיפצן אין שליקערצען ווערן וואס אמאל שטערקער, ריטשקעלעך טרערן קוילערן אראפ פון די באקן. צוערשט ווערן די אויגן טיילווייז פארמאכט, די לעפצן פארקלעפט, מאכנדיג פלאץ פארן נעפל וואס לאזט זיך אנידער, דאן הייבן אן טריפן שיטערע שנירלעך טרערן, ביז עס פארגייט אין א גאס-רעגן. עס הייבן אן גיסן עמערס זאלציגע וואסער פון טרערן זאפאס, ער קען מער נישט איינהאלטן זיין קול, און צעלאזט זיך אין א געוויין ווי א קליין קינד.......



***
אינטעליגענט
אינטעליגענט
מהלך בגן

מספר הודעות : 4
מעלות : 10
אנזעהן ביים ציבור : 2

חזרה למעלה Go down

צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט! Empty Re: צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט!

הודעה על ידי אינטעליגענט Sun Jun 28, 2009 6:08 pm

ווי לאנג זיץ איך שוין אזוי דא? בליקט ער אויפן ווייזער'ל פונעם רייך-מעבעלירטע פערפענדיקל-זייגער - א געדענקעניש צום זיסן אמאל - וועלכע שטייט ווי א חתן צווישן קלאגנדע. פאסט גארנישט אריין אינעם יעצטיגן מעמד, ווען אלעס שרייט נויט און אומעט. שמעון שפירט ווי לאנדענדיג פון א ווייטע פלאנעט, נישט באמערקנדיג ווי די זייגער האט שוין באוויזן צו כאפן א שפאציר א האלבע צירקל. די טאקט פונעם פערפענדיקל מיט אירע לייכטע קלאנגן, האט נישט געקענט באזיגן זיין געדאנקן-פארטיפעניש צום אויפוואכונג. איי! - טראכט ער צו זיך מיט ביטערניש, עס גיט נישט קיין פארגענגיגן דאס צוזעהן די הענגנדע באגילדעטע פענדיולום וויגט זיך אן אויפהער, זיך נישט אפשטעלנדיג פאר איר אייגנטימערס לאגע, כאילו עס גייען פרידנס-צייטן ווי געהעריג.



אבער אז ער קומט צוריק צום באוואוסטזיין, שפירט ער א היבשע דערלייכטערונג אין די ביינער. דאס אויסוויינען זיך קלארט אים אויס די מח, און הייבט אן רעדן צו זיך: שמעון! ווי ביסטו דאס אזוי פארלוירן געווארן? דאס האסטו געלערנט אלע יארן? איצט איז דאך דער געלעגנהייט ערשינען. דא קלאפט דאך אויס דיין אמת'דיגע גלויבנ'ס-מאס אין איר פולע ווארהייט! ווייסטו דען נישט אז מיר האבן א לעבעדיגן פאטער, וואס וואכט אויף אלעמען, און באשערט יעדן לויט זיינע געברויכן? אה! טאטע אין הימל, דו האסט מיך זיכער נישט פארלאזט! איך וועק זיך אויף פון אילוזיעס. נאך וואס בין איך אזוי פארלוירן געווארן? זיכער נאר ווייל איך האב זיך באטראכט אלץ דער פאדערשטע-זיץ פירער. דאס ברענגט דאך אלע אומעטיגע מחשבות! אז מ'רעכנט דאס מ'פירט זיך אליינס, ווערט דאך קאלמוטנע אויפן הארץ ווען מ'דערזעהט זיך אין אזא לאגע. אבער אז מ'הייבט אן אנערקענען אז אלעס איז פון דיר לעכטיגער פאטער, אה! איז דאך גוט אויפן הארץ. אמער, ווער נאך אזוי ווי דיר ווייסט מיינע געברויכן און די באדערפענישן פון מיינע קינדער און הויזגעזונד. דו האסט דאך מיך ליב אן קיין שאץ, מאס-לאז מער ווי איך האב זיך זעלבסט ליב. דו ווייסט דאך וואס ס'איז אויף אן אמת גוט פאר מיר, און נאר דו קענסט עס צושטעלן אויפן בעסטן שטייגער, אז א האר זאל נישט פעלן!!!



און אז די פרנסה הינקעט אונטער, איז וואס? ווערט מען צעבראכן? אלעס איז דאך פון דיין אומענדליכע גענאדע, אלעס מאכסטו מיטן גרעסטן מאס חסד. פאר דיר איז אנטפלעקט יעדע אויסגאנג פון דאס מינדעסטע ריר פון איטליכן און יעדנפאל. און אז דו האסט דאס געשפייז ביי מיר אפגענומען, איז דאס מיט א פונקטליכער רעכענונג. מעגליך גאר, איז דאס גאנצע געקומען נאר פאר א שאק-אויפוואכונג צום פארשלאפענעם דענק-אפאראט. ווייל אז די מצב גייט ווי געהעריג, אלעס קלאפט נארמאל, קען מען זיך חלילה פארגעסן אין דיר, מ'הייבט אן קלערן וועגן דעם אייגענעם קראפט: קוק די ווערק פון מיינע הענט – גרויסט זיך די בהמה'שע זעהל. נישט אנערקענענדיג דאס אלעס איז פונעם אלמעכטיגער גאט אליין, וואס ער גיט אין מחשבה די שכל וואס צו טוען. ער גיט שטארקייט אויף אויספירן די פלענער, ער איז דער וואס גיט הצלחה, אן אים איז גארנישט פארהאן. אז מ'פארגעסט זיך אין אט דעם אלעם, איז דאך אויף וואר ביטער ווי אן איילבירט-בלאט, דען דאס בויעט דאך א שייד-וואנט צווישן זיך און דער אין סוף ב"ה, ווען דער רבוש"ע טענה'ט: אזוי? דו קענסט אליין? נו, לאמיר זעהן, באגיי דיך אן מיר... אבער יעצט ליבער פאטער! איך אנערקען דיין אלמעכטיגער האנט! און אז איך קום צוריק צו דיר, איז אין מיין האפענונג דאס די פרנסה וועט גיין צו בעסערונג. ווייל מיינסטו דען מיין שלעכטס? דו ווילסט דאך נאר מיין אומקער צו דיר, אט געב איך זיך איבער פאר דיר, מיטן אנערקענונג, אז איך בין אין דיין האנט ווי ליים ביי דעם סטאלער, וואס איז באפולמעכטיגט דערמיט צו פארמירן וואס ער באגערט.



און אפילו אז די לאגע – ס'זאל אויסן בלייבן – זאל נישט זעהן קיין בעסערונג, האב איך אויך נישט קיין תרעומות. דען, אלעס מידך איז דאך לטובה, ווי חז"ל לערנען אונז: כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה. דו מאכסט דאך נאר וואס ס'איז גוט פאר מיר. זאלסטו מיר ווען ווייזן דעם גאנצן בילד, אלע גלגולים בעפאר, און השתלשליות ארום, מיין טאטאלן באלאנס אויף יענע וועלט, און אלסדינג וואס איז אנטפלעקט פאר דיין רום-שטוהל. וואלט איך דאך ארויס פון קאנטראל, איך וואלט אויף זיך געבראכט פיין און ליידן אן א גרעניץ וואס א מענטש קען נישט אויסהאלטן. דען איך וואלט דאן פארשטאנען דאס נויטווענדיגקייט דערפון, און אז יעדע פיצינקע שווערקייט וואס מען לעבט דורך, ברענגט דעם מענטש צו ענדלאזע גוט'ס. נאך גוט אז דו צייגסט נישט פארן פשוט'ן מענטש'ל וואס עס דרייט זיך אונטערן פארהאנג. ווייל נאר דו, אלס דערבארעמדיגער פאטער ווייסט, ווי אזוי צו שיקן יסורים - יעדן לויט זיינע אייגנארטיגע אומשטענדן - אויף א לייכטע וועג, מ'זאל דאס קענען דורכטראגן. דו ברענגסט דאך מיר נענטער צום ציל מיט יעדע קליינע צער, און אז איך בין דאס מקבל באהבה, וואקלען זיך דאך אלע עולמות, ווען די מלאכים רופן אויס מיט וואונדער: געט'ס א קוק! א ילוד אשה, וואס האט נישט קיין אנונג אינעם אמת'ן רעכענונג, עס זעהט זיך אים אויס אין די פליישיגע אויגן ווי דער באשעפער פייניגט אים אן רחמנות, און ער נעמט עס אן מיט ליבע, בלינדערהייט, אנערקענענדיג דאס אלעס איז צום גוטן, אן קיין חשבונות! ווי גיט זיך דען בעסערס, דאס לייטערט דאך אויס די זעהל ווי א גייסטיגע גליעניש.



עראינערנדיג אין די גלויבנס-גרונדן, פירט אים די געדאנק צו א פרישע טראכט, ער דערגרינטעוועט זיך אביסל מער: צו דען דארף איך נישט אנקומען יעדע סעקונדע צו דיין הילף, טאטע? זאלסטו – פארמייד – איין סעקונדע מיר נישט אריינבלאזן דאס לעבנס-אטעם, וואלט איך דאך קיין עקזיסטענץ אנגעהאלטן! איז דען אנדערש מיט יעדע פיצינקע גליד און אדער, ווי אלעס פארט מיט אן אויסגערעכנטע מעכאניזים וואס די קלוגסטע קעפ אין היסטאריע האבן נישט באוויזן אהערשטעלן קיין טייל דערפון. האב איך דען אמאל געזארגט דערוועגן? פארוואס'זשע נישט? ווייל איך ווער סייווי געפירט אן דעם וואס איך זאל קענען עפעס מאנעוורירן. נו, טא וואס איז אנדערש מיט פרנסה? צו ווייל איך בין באפוילן געווארן צו מאכן א ראבאטישע השתדלות, ס'זאל זיך קענען צודאכטן דאס איך בין דער גורם צו די תוצאות פון גליק? צו ווייל איך האב אויף זיך דעם שעלטונג פון "מיט שווייס פון דיין געזיכט וועסטו דיין ברויט עסן" זאל איך דאס אננעמען ווי אן עסן-קארטע וועלכע פארזארגט מיין שפייזונג, און ווען עס איז נישט פארהאן, ווער איך פארלוירן? דאס איז דאך קיין ברעקל משונה פון גאט'ס האנט איבער אלע דעטאלן פונעם מענטשליכע געבוי. טא פארוואס טראג איך פרעמדנ'ס זארגן? טאטעניו! דו באאבאכסט דאך אויף אלעם, און דו ביסט דער וואס ערמעגליכט מיר צו ארבעטן און פארדינען, איך פארמאג נישט קיין אייגענע קראפט. איך ווארף פולשטענדיג ארויף די דאזיגע דאגה אויף דיר, אויך ווען איך זעה נישט באשיינפערליך פון וואנעט די הילף וועט שפראצן, ווייל נאר דו ביסט דער וואס גיבט שפייז, און דו קענסט מיך שפייזן טראץ וואס איך זעה נישט פאר מיר קיין וועג פון השתדלות!!! בלויז איין זאך וואס איך רעזערוויר פאר מיר – ווי דיין באפעל זעלבסט לויטעט - דאס איז געבעט. איך וועל תפלה טאן שטענדיג אויף יעדע ריר, ווייל דו גארסט נאך א תפלה פון א אידיש קינד, דו קוקסט ארויס אויף דיינע קינדערלעך זיי זאלן זיך ווענדן נאר צו דיר. בעט איך דיך טאטע, קוק צו מיין מערכה, און שיק מיר צו פרנסה מיט א ברייטן האנט, אויף א ריינעם און גרינגן אופן.



***
אינטעליגענט
אינטעליגענט
מהלך בגן

מספר הודעות : 4
מעלות : 10
אנזעהן ביים ציבור : 2

חזרה למעלה Go down

צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט! Empty Re: צום ליינען און וויינען! גלייכצייטיג: א טרייסט פארן גייסט!

הודעה על ידי אינטעליגענט Sun Jun 28, 2009 6:10 pm

ער זיצט פארטראכט נישט דרימלנדיג אבער אויך נישט וואך, כוואליעס פון בענקשאפט און ליבע צום באשעפער, נעמען איבער זיין זעהל. דאס הארץ זאגט זיך ווי אפ פון איר אויפגאבע, זי וויל מער נישט אנטהאלטן אין זיך די ברויזנדע געפילן – מיט א בארעכטיגטע ארגומענט צו איר זייט – קען דען א קליין הערצעלע אקאמאדירן אזוי איין פלייץ פון הרגשים, וועלכע פליסן איבער אירע ברעגעס? און אז עס גיסט אריבער די שטורמישע געפילן, קערן זיי אין ריכטונג פון די שטים-בענדער, פון וואו עס רייסט זיך ארויס אן אומקאנטראלירבארע קלאנג פון בענקשאפט: טאטע'שי, דו ליבסט דאך יעדע אידיש זעהל. אויך איך בין דאך א טייל פונעם אידישן פאלק! איך דאנק דיר טאטע אויף די ארעמקייט און נויט מיט וואס דו האסט מיך באשאנקן, און צוגאב צו אלע מתנות וואס קומען דערמיט: פארפאלגונגען פון בעלי חוב, בארבארישע איזדיקעווען פון הייצונג קאמפאני, הארצרייסענדע ווייטאגן צוצוזעהן דאס איך קען די געברויכן פון די פיצעלעך נישט פארפילן, באנעבעכונגען פון פריינט. טאטע! איך דאנק און לויב דיר פאר אלע פעקלעך וואס קומען אויף מיר מיט א באשטימטע מאס, און פונקטליכע צייט, איך גלייב מיטן גאנצן איך, דאס אלעס איז פאר מיין גוטס...



אויך ביים טרערן רעזערוואר הערשט אן אומ'סדר, די דראנג אויף ארויס איז אומאפהאלטבאר, און זאלציגע טרערן - וואס זענען אין תוך זיס - הייבן אן שטראמען. דאס זיינען שוין טרערן פון פרייד, פון דערלייכטערונג, און בענקשאפט צום זיסן טאטן. די פרישע געטרער זיכט א וועג אראפ פון די באקן, מישן זיך אויס טרערן פון התרגשות מיט די ערשטע זויערע דמעות וועלכע זיינען שטעקן געבליבן אויפן באק, און ביינאזאם גליטשן זיי און פאלן העכערן אומבארירטע שוין-אויסגעקילטע טיי – וועלכע ער האט גערעכנט צו זיפן דערפון אויף צו דערלייכטערן דאס געמיט. עס טריפט אריבער צום טעלערל, וואס זאל דינען אנגעבליך פאר טיי-אויסגוס, ווערנדיג איצט פארוואנדלט אין א כלי פאר זודיגע טרערן וואס קומען פון א ריין אידיש הארץ. די טעלערל ווערט נאס, ביז עס גרייכט צו די צוקערלעך וואס ריען דערויף, אויך זיי הייבן אן באנעצט און צעלאזט ווערן, ווערנדיג פארוואנדלט אין פליסיגקייט. ווי זיי זאלן ווערן אנגעשטעקט פונעם גייסט אינעם חלל, דערשפירנדיג דאס צעגיין פון שמעון'ס הארץ פארן לעבעדיגן באשעפער.



עס ווילט זיך אים ארויסלאזן אין א טענצל מיט א געזאנג פון פארזיכערונג אין גאט. געשטארקט און געמוטיגט הייבט ער זיך אונטער, און שטעלט דאס ערשטע טריט צו א נייער לעבן. א לעבן פון פרייד און האפענונג, ווענדנדיג די אויגן בלויז צום באשעפער. א לעבן אן זארג, אן שרעק, און באהעפטונג אינעם אלמעכטיגן.



.
אינטעליגענט
אינטעליגענט
מהלך בגן

מספר הודעות : 4
מעלות : 10
אנזעהן ביים ציבור : 2

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה