הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

שיעור בהלכות תפילת הדרך

Go down

שיעור בהלכות תפילת הדרך Empty שיעור בהלכות תפילת הדרך

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 24, 2009 7:44 pm

שו"ע או"ח סי' ק"י

ר' יעקב אמר רב חסדא
אז ווען א מענטש גייט ארויס אין וועג, וואס איז תפלת הדרך? דאס איז די נוסח וואס אונז זאג מיר יהי רצון וכו' שתוליכנו לשלו' וכו' ברוך אתה ה' שומע תפלה.
דברי אביי
אז מ'זאל עס זאגן מיט א לשון רבים "שתוליכנו" ווייל מ'זאל מיט נעמן מיט זיין תפלה אויך דעם גאנצען ציבור, און רש"י איז מסביר די טעם: ווייל אזוי וועט מען אויסהערען זיין דאווענען, ווייל ער בעט נישט נאר פאר זיך, האט ער די זכותים פון יעדעם איינעם.
ווען דארף מען אנפאנגען צו זאגען תפלת הדרך
משעה שמהלך בדרך פון ווען ער גייט אין וועג, און ביז ווען קען מען עס זאגן זאגט די גמרא עד פרסה, זאגט רש"י: אז נאר די ערשטע פרסה וואס מ'איז ארויס געפארן קען מען עס זאגען אבער דערנאך קען מען עס שוין מער נישט זאגען, אבער רש"י אליין ברענגט צו: אז דער בה"ג טייטש עד פרסה - נאר טאמער די וועג איז א פרסה, דארף מען זאגן תפלת הדרך, אבער טאמער מ'פארט א קורצע וועג וואס איז ווייניגער פון א פרסה דארף מען נישט זאגען תפלת הדרך.
שטייענדיג אדער זיצנדיג?
רב חסדא זאגט אז דוקא שטייענדיג, רב ששת האלט אז אפילו זיצענדיג, פארציילט די גמרא: אז די צוויי זענען געגאנגען אין וועג, און רב חסדא האט זיך אויף געשטעלט און געזאגט תפלת הדרך. האט רב ששת [וועלכער איז געווען א סגי נהור] געפרעגט זיין משמש - וואס טוט יעצט רב חסדא, האט ער געזאגט - אז ער שטייט און דאווענט תפלת הדרך. האט רב ששת געזאגט: אויב אזוי - וועל איך אויך דאווענען תפלת הדרך "שטייענדיג" ווייל מיין חבר נעבן מיר טוט אויך אזוי, כאטשיג איך האלט אז ס'איז גוט זיצענדיג אויך.
קושית הרא"ש על רש"י
ווי אזוי קען רש"י זאגן אז נאר די ערשטע פרסה זאל מען זאגן תפלת הדרך ער האט דאך נאכדעם א לאנגע וועג צו גיין ווי ער דארף האבן שמירה? אלא מאי איז די ריכטיגע פשט ווי דער בה"ג. (און די רבנו יונה ברענגט א ראי' צו דעם ווייל ווען איינער האט פארגעסן צו מאכן א ברכה אויף די תפילין בשעת ער האט עס געלייגט קען ער נאך אלס מאכן א ברכה אויף דעם, ווייל איך זאג אז אויף דעם וואס ער גייט יעצט מקיים זיין איז עס עובר לעשייתן און ער קען מאכן א ברכה, די זעלבע דא - כאטשיג ס'איז שוין דורך א פרסה אבער ער מאכט די ברכה אויף די איבעריגע וואס ער האט נאך צו גיין).
פסק הרא"ש בענין עמידה
דער רא"ש פסק'נט: אז אזוי ווי רב ששת האט אויך געטוהן אזוי ווי רב חסדא צו שטיין בשעת די ברכה דארף מען אזוי טוהן. אבער דער רבינו יונה ברענגט: אז דאס וואס רב ששת האט אזוי געטוהן מיינט נישט אז ער האט חרטה געהאט, נאר ער האט עס געטוהן ווייל ער איז געשטאנען נעבן רב חסדא האט ער זיך נישט געוואלט קריגן מיט אים, אבער ער האלט נאך אלס אזוי, און די רבני צרפת פסק'נען: ווי אים.
דברי הטור והבית יוסף סי' ק"י
דער טור ברענגט אראפ די גאנצע גמרא און די נוסח פון תפלת הדרך, און ער לייגט צו: אז מ'דארף יא "שטיין" אזוי ווי רב חסדא האט געהאלטן. אבער דער בית יוסף קריגט, און ער האלט אז דאס וואס רב חסדא האט אזוי געטוהן איז נאר ווייל מ'האט געווארט אויף אים, אבער אויב די שיירא ווארט נישט אויף אים דארף ער נישט שטיין נאר ער קען גיין ווייטער אויף זיין וועג און אזוי זאגן. נאך לייגט צו דער טור און דאס שטאמט פון'ם ספר כל בו: אז דאס זאגט מען נאר איינמאהל א טאג, אויב אבער מ'האט געטראכט צו בלייבן איבערנעכטיגען און דערנאך האט ער זיך מיישב געווען און ווייטער געפארן דארף מען יא איבערזאגן תפלת הדרך. אויך ברענגט דער טור - לגבי די מחלוקה פון רש"י און דער בה"ג (עיי' לעיל) אזוי ווי די בה"ג זאגט, אז נאר ווען מ'איז ווייט מער איין פרסה דעמאלס קען מען זאגען תפלת הדרך, און אויך ווען מ'איז שוין אביסעל אין וועג נישט ווען מ'איז נאך אין שטאט ווי דער רבנו יונה זאגט - אז דאס איז פשט אין די ווערטער פון די גמרא "עד פרסה" ווייל דעמאלס ווערט אנגערופען אז מ'איז שוין אין וועג.
אינה פותחת בברוך
דער טור זאגט אז וועגן דעם פאנגט זיך עס נישט אן מיט א ברוך ווייל ס'איז נאר א תפלה און ס'איז נישט ווי א ברכת הנהנין וואס פאנגט זיך אן מיט א ברוך,
מנהג מהר"מ מרוטנבורג
אזוי ווי ס'פאנגט זיך נישט אן מיט א ברוך פלעגט רבנו מאיר מרוטנבורג ז"ל שטענדיג ווען ער איז ארויס אין וועג יענעם טאג צופרי האט ער געמאכט די ברכה פון תפלת הדרך נעבען די ברכה פון הגומל חסדים טובים וכו' כדי ס'זאל זיין א ברכה הסמוכה לחברתה, וואס דארף זיך קיינמאל נישט אנפאנגען מיט א ברוך. (דער פרישה לייגט צו: אז דאס איז נאר געווען ווען ער איז געווען אינמיטן וועג, ווייל פאר א וועג טאר מען נישט זאגען תפלת הדרך וכנ"ל ועיי' לקמן בדברי טו"ז).

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה