הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

כ"ד מתנות כהונה

Go down

כ"ד מתנות כהונה Empty כ"ד מתנות כהונה

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 24, 2009 7:44 pm

כ"ד מתנות כהונה
אין די וואכענדיגע סדרה שטייט אין פסוק, "ואני הנה נתתי לך את משמרת תְּרוּמֹתָי לכל קדשי בני ישראל". זאגט רש"י אז וויבאלד קרח האט חולק געוועהן אויף די כהונה, דערפאר זאגט דא דער פסוק די כ"ד מתנות כהונה מיט א לשון פון שמחה. מיר האבן דא אראפגעברענגט די כ"ד מתנות כהונה.

1) חטאת בהמה
ווען אַ מענטש האָט געזינדיגט און געטוהן בשוגג אַן עבירה וואָס במזיד איז מען אויף דעם חייב כרת, דאַרף ער ברענגען אַ קרבן חטאת. די גמרא רעכנט אויס 43 עבירות וואָס מען איז מחויב אויף זיי אַ קרבן חטאת. חוץ פון די קרבנות חטאת פונעם ציבור וואס מען האט מקריב געוועהן יעדן יו"ט.
2) חטאת העוף
עס זענען פאַרהאַנען 6 עבירות וואָס מען שאַצט אָפּ דעם נידון, און אויב ער קען נישט ברענגען אַ בהמה, ברענגט ער 2 תורים אָדער 2 בני יונה.
3) אשם ודאי
עס זענען פאַרהאַנען 5 עבירות וואָס מען ברענגט אויף זיי אַ קרבן אשם (גזילה, מעילה, שפחה חרופה. אויף די דריי ברענגט מען אַן אַיִל. און אַ נזיר און אַ מצורע, ברענגען אַ כֶּבֶשׂ).
4) אשם תלוי
אויב איינער איז מסופק צי ער האָט עובר געוועהן אויף אַן עבירה וואָס מען ברענגט אויף איהר אַ חטאת, ברענגט ער אַן אשם תָּלוּי. 16) תרומת מעשר
די לְוִיִּם מוזן אָפּשיידן אַ צענטל פונעם מעשר ראשון וואָס זיי האָבן באַקומען פון די ישראלים, און דאָס געבן פאַר אַ כהן.
5) זבחי שלמי ציבור
שבועות האָט מען מקריב געוועהן מיט די שתי הלחם 2 כבשים, וואָס זיי הייסן זבחי שלמי ציבור. אָבער זיי האָבן אַן הלכה פונקט ווי קדשי קדשים און נישט ווי געווענדליכע שלמים (וואס זענען קדשים קלים).
6) לוֹג שמן של מצורע
אַ מצורע דאַרף ברענגען אַ לוֹג שמן. און נאָכדעם וואָס דער כהן נעמט אַביסל אויף זיין האַנט, עס אָנצושמירן אויף די גראָבע פינגער, אויער, און אויפן קאָפּ, געבט מען די איבערגעבליבענע פאַר די כהנים. 18) ראשית הגז
אויב מען שערט אָפּ לכל הפחות 5 שעפסן, וואָס די וואָל פון יעדן שעפסל וועגט לכל הפחות 12 סלעים, די ערשטע וואָל איז פאַרן כהן, ומדרבנן איז דער שיעור אַ זעכציג'סטל.
7) שתי הלחם
יעדן שבועות האָט מען געמאַכט תנופה מיט צוויי חמץ'דיגע ברויטן פון די נייע תבואה, וואָס הייסן שתי הלחם.

Cool לחם הפנים
יעדן שבת האָבן די כהנים געגעסן די 12 ברויטן פונעם גאָלדענעם שֻׁלְחָן, די ברויטן האבן זיך געהאלטן פריש (משבת לשבת) בדרך נס.
9) שְׁיָרֵי מנחות
עס זענען פאַרהאַנען 5 מנחות (סולת, מחבת, מרחשת, 2 מאפה תנור = חלות און רקיקין) און נאָכן אַראָפ נעמען אַ קומץ, עסן עס די כהנים.
10) מנחת העומר
דעם צווייטן טאָג פסח האָט מען מקריב געוועהן אַ מנחה, וואָס הייסט מנחת העומר אָדער מנחת ביכורים.
11) בכור בהמה טהורה
אַ בכור בהמה וואס איז א תַּם, דאָס מיינט אָן אַ מום, איז פאַר'ן כהן, מען טאָר עס נישט אויסלייזן אויף אַן אַנדערע בהמה.
12) ביכורים
די ערשטע געצייטיגטע פירות מוז מען אַרויף ברענגען קיין ירושלים, און געבן פאַר די כהנים. מן התורה איז נישט דאָ קיין שיעור, אָבער די חכמים האָבן געזאָגט אז מען זאָל געבן איינס פון זעכציג.
13) הַמוּרָם משלמים, תודה, ומאיל נזיר
פון יעדן קרבן שלמים באַקומט דער כהן דעם חזה ושוק, און פון יעדן קרבן תודה באקומט ער אויך די חזה ושוק, און אויך 4 מיני ברויטן, חלות מצות, רקיקין, רבוכה, וחלת חמץ. און פון דעם אַיִל פונעם נזיר באַקומט ער אַ געקאָכטע זְרוֹעַ מיט 1 חלת מצה, און 1 רקיק מצה.
14) עורות קדשים
די פעל פון יעדן עולה, חטאת, און אשם, באַקומען די כהנים, און זיי פלעגן מאַכן פון דעם שיך, אָדער פאַרקויפן.
15) תרומה גדולה
מן התורה איז מען מחויב אָפּצושיידן אַ חלק פון די תבואה, פון וויין, און פון אויל, און געבן פאַרן כהן. אָבער די חכמים האָבן צוגעלייגט תרומה אויך אויף ירק און פירות האילן.
16) תרומת מעשר
די לְוִיִּם מוזן אָפּשיידן אַ צענטל פונעם מעשר ראשון וואָס זיי האָבן באַקומען פון די ישראלים, און דאָס געבן פאַר אַ כהן.
17) חלה
אַ טייג וואָס וועגט אזוי ווי 43 אייער מיט אַ פיפטל, מוז מען אַראָפּ נעמען חלה. די שיעור מדרבנן איז: פאַר אַ פריוואַטע מענטש, 1 פון 24, און פאַר אַ בעקער 1 פון 48.
18) ראשית הגז
אויב מען שערט אָפּ לכל הפחות 5 שעפסן, וואָס די וואָל פון יעדן שעפסל וועגט לכל הפחות 12 סלעים, די ערשטע וואָל איז פאַרן כהן, ומדרבנן איז דער שיעור אַ זעכציג'סטל.
19) מתנות – זרוע לחיים והקבה
פון יעדען חולין בהמה געבט מען פאַרן כהן די זרוע לְחָיַיִּם און קֵבָה. דאָס מיינט די רעכטע דיכט, די באַקן, און דער מאָגן.
20) פדיון הבן
יעדער ערשט געבוירענער זוהן, נאָך 30 טעג, מוז מען אים אויסלייזן ביים כהן דורך 5 זילבערנע סלעים.
21) פדיון פטר חמור
ווען איינער האָט אַ בכור אייזל, מוז ער אים אויסלייזן אויף אַ לעמעלע אָדער אויף געלט, און געבן פאַר'ן כהן.
22) שדה חרמים
אויב איינער האָט געזאָגט, "מיין פעלד זאָל זיין חרם", מוז ער עס געבן פאַר אַ כהן, ווייל סתם חרמים לכהנים.
23) שדה אחוזה
ווען איינער איז מקדיש זיין פעלד, און דער גזבר האָט עס פאַרקויפט, ווען עס קומט יובל גייט די פעלד צו די כהנים.
24) גזל הגר
איינער וואָס האָט געשוואוירן פאַלש צו אַ גר, אַז ער איז אים נישט שולדיג, און נאָך וואָס דער גר איז געשטאָרבן איז ער מודה, דאַרף ער געבן דאָס געלט, מיט אַ חוֹמֶשׁ פאַר די כהנים.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה