הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

קול ששון רעוואלציע

3 posters

Go down

קול ששון רעוואלציע Empty קול ששון רעוואלציע

הודעה על ידי קול ששון Tue Jun 23, 2009 11:09 am

פייבוש מאכט יעצט צו זיין גמרא, און ער פילט א געוואלדיגע סיפוק הנפש נאכן זיך געפונען איבער א שעה אינעם גן עדן התחתון, און נאכדעם וואס סאיז געקומען צו א
שלום פלאן איבערן שווערן סוגיא וואס האט צוגעברענגט צו א לענגערע געקאכעניש צוזאמווארפן'דיג מאמרים פון כל התורה כולה, סתירות ראיות וכו' אזוי ווי עס איז
די שטייגער ביי יעדע ריחתא דאורייתא.

פייבוש שטעלט זיך דאווענען מעריב, די לערנען יעצט האט אים ממש געמאכט פארגעסן פונעם היינטיגן שווערן טאג ארבעט. און פארשטייצעך אז די גאנצע מעריב האט געהאט
אן אנדערן טעם, אבער נישט צו דעם ווילן מיר יעצט צוקומען, און לאמיר נישט צו לאנג מאריך זיין דערין, מען האלט שוין נאכן קדיש יתום פון עלינו ער שפאצירט ארויס
פון ביהמ"ד און ער וואקט צו צום קאר און פלוצלינג, די סעל האט זיך צודריזעלט, ס'נעמט נישט לאנג פייבוש שלעפט ארויס די בלעקבערי און עס שרייבט זיך אויף אויפן
סקרין חייקל'ס טעלפאון נומער, דאס איז זיין גוטע חבר פון ישיבה, פייבוש ווארט שוין לאנג צו רעדן מיט חייקל ער ערווארט שוין יעצט א לענגערע שמועס עס ליגן דאך
אסאך נושאים אויף טיש. ער געט א דריק די טאלק באטן און זאגט וואס טוט זיך חייקל בעת זיינע משבות האלטן יעצט אינמיטן קאנטראלירן אז ער זאל ארויס נעמען די
בלו טוט. דא הערט ער שוין חייקל'ס שטומע "א גוטן מיינע חשובע ידידים, דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן אז עס איז מיר געבוירן געווארן א יונגעלע בעבי און
איך וויל אייך אלע איינלאדענען צו די וואך נאכט, עס קומט פאר ביי מיין שווער אינדערהיים ביי די קארנער לעבן קאפטשעוווע בית מדרש איך האף בעזר השם זיך
משתתף צו זיין ביי אייערע שמחות, א גוטע נאכט. פאוערט ביי "קול ששון".

פייבוש לייגט אראפ די טעלעפאון, אויף אזאנס האט ער זיך נישט גערישט, ער דרייט זיך אויס צו די פארקערטע ריכטונג און נאך צוויי מינוט געפינט ער זיך ביי חייקל
אין שטוב ווי חייקל נעמט אים אויף מיט א ווארעמע אופנאמע ווען אין איין האנט האלט ער א טעלער אויווער נייט קיגל און די צווייטע א באטל ביר, פייבוש שטופט
זיך דורך צווישן די פארזאמלטע און זעצט זיך אוועק צווישן זיינע חברים ווי עס האט זיך געשאפט א גאר געשמאקע קרעמל ווי מען האט דורך געקייט אסאך ענינים און
עס האט זיך אים צוריק געבענקט צו די ישיבה יארן ווי עס פלעגט זיך מאכן מער אפטער אזאלכע אינהאלטסרייכע שמועסן צווישן חברים, נאך אפאר מינוט מאכט ער נאך
ברכה און ער וואונטש אן גאר הארציג פארן בעל שמחה, און הייבט אן ארויס צו שפאצירן פון דארט, און זעצט זיך אריין אין זיין קאר, (סאו, האבעך נישט געשריבן
פריער אז עריז געקומען מיט א קאר איז וואס?) און ער פארט ארויס פונעם פארקינג לאט.

ער בעקט ארויס שטייטליך, און א מזל האטער אז קיינער איז פונקט נישט געשטאנען דארט, ווייל די מח וואס מ'דארף געווענליך ניצן ווען מ'דרייווט בכלל און ווען
מ'בעקט בפרט, איז יעצט געווען פארנומען מיט אינגאנצען עפעס אנדערש. וואס גייט פאר? מיט וואסארא מחשבות איז זיין מח פארנומען, אזאש עריז כמעט רעדי צו לייגן
אין דעינזשער יעדן וואס שטייט אין זיינע ד' אמות? צו פארשטיין די באדייט דערפון, און פראבירן געוואר צו ווערן וואס ס'האטצעך ביי אים דעמאלטס
אפשגעשפילט, פעלט זיך אויס א קליינע הקדמה.

מיט אקנאפע צוויי וואכן ביפאר, האט אונזער פייבוש אויך זוכה געווען צו א בן זכר די פרייד וואס האט געהערשט ביי פייבוש איז אום שרייבבאר. פייבוש ספציעל האט
אריין געלייגט גרויסע כוחות אז די וואך נאכט זאל זיין א סוקסעס און איינע פון די גרויסע חלקים איז איינצולאדענען דעם חשוב'ן ציבור, אין היות פייבוש איז
געווען עטוואס מער פאפולער, האט ער זיך גערישט פאר א גרעסערע ציבור און כדאי אז יעדער זאל וויסן איבער פייבוש'ס וואך נאכט האט זיך פייבוש אריין געלייגט אינעם
ענין, און איז געווארן א מארקעטינג ספעציאליסט און אנגעפאנגען צו אדווערטייזן און די טעגליכע און וועכענטליכע פלוג בלעטער און פארשטייט זיך אז עס האט טאקע
געקאסט ממון ודמים אבער מען האט זיך גערישט אויף געוואונטשענע רעזולטאטן, אבער עס איז ליידער נישט אנגעקומען, און עס איז ליידער געווען א פוסטע דורכפאל.

פייבוש איז געווען אינגאצן דיסעפוינטעט, כדאי זיך אביסל צו טרייסטן האט זיך פייבוש געוואלט איין רעדן אז דאס האט אויך צו טוהן מיט די עקנאמישע מצב און דאס
איז אויך געגאנגען מיטן פיטום אראפ, אבער ווי נאר ער האט זיך באטייליגט ביי חייקל'ס וואך נאכט, און צוגעזען דעם עולם דארט, ווי ממש יעדער האט מיטגעהאלטן
די שמחה, דאס האט ער שוין נישט געקענט אויס האלטן און דאס האטעם יעצט אריין געווארפן אין אזא צומעשענישט, געמישט מיט מאדנע מחשבות, וואס האב איך נישט גוט
געטון? פארוואס איז צו מיר נישט געקומען דער עולם, אויף וואס כאב אזוי געווארט און זיך געראכטן?


פון א קוק ווינקל אין די זייט, קען מען פארשטיין וואס האט געברענגט די הצלחה פון די שמחה ביי חייקל און וואס האט געברענגט די טאטאלע דורכפאל ביי פייבוש'ס
שמחה.


מיט א שמועס מיט איינעם וואס ליגט אין אדווערטייזמענט'ס, האט ער מיר מסביר געווען אז עס איז דא זייער ווייניג שאנסן אז מען דערמאנט איינעם ביים טרינקן די
קאווע אז יענער מאכט א שמחה אז מען זאל עס נאך געדענקן נאך א שווערע אויסגעמאטערטע טאג.

ווידער אפאר נארישע פאונטס איז זייער שווער צו מאכן א רושם ביי סיי וועלכע אדווערטייזמענט, ממילא מוז מען דאך צולייגן אביסלע גרעפיקס אז עס זאל ברענגן א
ניצן, און וואס איז דען שטערקער און ברענגט ארויס די מערסטע חביבות און פערזענליכקייט ווי דאס אז עס שרייבט זיך אויפן סעלפאון דעם חבר'ס קאלער איי די
און מען הערט דעם חבר'ס שטומע ווי ער רופט מיך פערזענליך אלץ א חבר צו זיין שמחה.

איז לאמיר צוקומען צום גופו של ענין עס האט זיך יעצט געפענט א נייע סיסטעם וואס רופט זיך קול ששון און עס טוט טאקע דאס וואס איר טראכט עס קאלט ארום די ידידים פונעם בעל שמחה לויטן ליסטע וואס דער בעל שמחה האט אנגעגעבן די מאקסעמום איז 200 נומערן. מען קען הערן די בעל שמחה'ס קעלעכל ווי אויך קען מען ארויף לייגן וועלכע איי די מען וויל עס קאסט 45$ דאלער א ספציעלע הנחה ווערט געגעבן פאר אלע הפרדס מיטגלידער אז עס וועט די ערשטע צווי חדשים נאר קאסטן 35$ און כדיי אז עס זאל קענען געהעריג אריין גיין און קראפט דארף מען זיך מעלדן 24 שעה איידער מען וויל עס ארויס שיקן פארשטייט זיך אז עס איז בעסער ווי פריער מען קען באצאלן מיט א קרעדיט קארד

גלייכצייטיג ווערט יעצט געזוכט אגענטן פאר די פאריעקט ווי מען קען מאכן אויף יעדע קאסטומער 10$ עס איז גאר א גרינגע ארבעט מען דארף נאר צו גיין צו א בעל שמחה און געבן די אפליקאציע אויסצופילן די אינפארמאציע וואס פארלאנגט זיך (ווצ"ב אייגענע אינפא קאלער איי די טעל ליסטע קרעדיט קארד וכו.)און דערנאך אריין פעקסן און סוף חודש וועט אנקומען א טשעק באגלייט מיט א סטעטמענט דאס איז זייער געאייגנט פאר א סייט זשאב

אויב זענט איר אינטערסירט און איינע פון די אויבערדעמאנטע זאכן אבער סיי וועלכע ערליי הערות שיקט א אימעל צו:kolsuson@gmail.com און מיר וועלן זיך פארבינדן ווי אום שנעלסטן

נ.ב.מיר וויל מודיע זיין אז מיר זענען נישט און די לייןפון ארום שיקן פאר די גאנצע שטאט וועגן א טיי אווענט אדער א סעל וכו'און טערארזירן די היימשע ציבור שפעט אויף די נאכט און פון פערזאנען מיט וואס מען האט נישט קיין שייכות וואס עס נעמט סתם ארויס די נערווען פון פלאץ נאר מען רעד דא פון ארום שיקן פאר א קורצע ליסטע חברים ידידם נאנטע באקאנטע וואס מען ערווארט א טעלפאון קאל בפרט אן אנלאדענוג און מען פרייט זיך מיט יענעמס שמחה

קול ששון
מהלך בגן

מספר הודעות : 2
מעלות : 4
אנזעהן ביים ציבור : 0

חזרה למעלה Go down

קול ששון רעוואלציע Empty Re: קול ששון רעוואלציע

הודעה על ידי אדמין Tue Jun 23, 2009 5:55 pm

א שיינע פעדער האסטו זיכער איך האב נאר פאראכטן דער עצם אויסשטעל פונעם ארטיקל.

איבער די רעיון זעהט עס אויס ווי א גוטע זאך אבער איך וועל מסתם עס שוין נישט ניצן אין די קומענדיגע צוויי חדשים.

אדמין
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 169
מעלות : 287
אנזעהן ביים ציבור : 19

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

קול ששון רעוואלציע Empty Re: קול ששון רעוואלציע

הודעה על ידי קושטא Tue Jun 23, 2009 6:58 pm

אין די צייט וואס כגיי אויסרעכענען אלע מיינע קאנטאקס וועל איך זיי שוין שיקן א טעקסט.

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

קול ששון רעוואלציע Empty Re: קול ששון רעוואלציע

הודעה על ידי קול ששון Tue Jun 23, 2009 7:08 pm

ווי פריער ארויס געברענגט איז קול ששון דירעקט געשטעלט נישט צומשוגע מאכן פון סתם אדווערטייזמענס און מאכן געלט און יענער זאל פלאצן נאך זיי מאכן ספציעל קלענער קאלינגס ביז 200 נומערן און נאר אויך אזאלכע ערליי וואס דער וואס הערט דאס האט גאר שטארקע אינטערעסע און די קאלינג האבן מיר ארויס געשטעל אפאר ערליי קאלינגס וואס עס קען שטארק צוניץ קומען

1. גרינס גראסערי באניצט זיך מיט פאון קאלינגס פאר זייער קאוסטומער ליסט ארויס צי שיקן יעדן מיטוואך א ליסט פון פראדוקטן פון די וועכענטליכע ספעישעלס און נייע פראדוקטן, און מען זעהט גאר שטארקע ריזאלטאטן וועכענטליך.

2. קליין'ס פארמעסי שיקט. ארויס א מעלדינג פאר זייערע קאוסטעמורס יעדען חודש צידערמאנען אז מען דארף. איבערפולן די מעדעצינען, די סערוויס ווערט גאר שטארק רעספערטירט ביי זייערע קאוסטומערס.

3. עקספרעס דעליווערי סערוויס קאלט א שעה פארן דעליווערן צי מאכן זיככער אז מען איז אינדערהיים אפציצינעמן די דעליווערי און אויב וועט מען נישט זיין דריקט נומער 1 צי אראנדשירן אן אנדערע צייט.

4. ווי. עיר קאנדישאן און היטטינג סערוויסעס רופט אן יעדען פאר ווינטער און זיממער סיזען צידערמאנען איבער זייער סערוויסעס און צי מאכן א צייט פאר זיי אראפציקומען צי אייך דרוקט נוממער 1 וואס דאס ברענגט זיי די געווינטשענע ריזאלטאטן

5. א. ג. מענעדשמענט רופט אן יעדן ערשטן פון חודש צי דערמאנען איבער די רענט וואס דאס האט געברענגט די רענט באצאלינגען צייטליך

6. א דענטיסט אפיס רופט אן א טאג בעפאר צי דערמאנען איבער די אפוינטמענט.

מיר האבן דא ארויס געברענגט ווי עס קומט צוניץ און די ביזנעס וועלט מיר האפן נאך אראפ צו ברענגן משלים ווי עס קומט אויך צוניץ אין די תורה וועלט פאר שמשים קעמפס קאנטריס תלמוד תורה'סוכו'

און ווער עס האט סיי וועלכע גוטע איינפאל קען זיך לאזן הערן דא

קול ששון
מהלך בגן

מספר הודעות : 2
מעלות : 4
אנזעהן ביים ציבור : 0

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה