הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

לקוטים על פרשת קרח

Go down

לקוטים על פרשת קרח Empty לקוטים על פרשת קרח

הודעה על ידי גערטנער Tue Jun 23, 2009 1:25 am

ויקח קרח.
דאס וואס קרח איז דורכגעפאלן איז געווען ווייל "ויקח קרח", ער האט אליין גענומען די גרויסקייט, נישט ווארטענדיג אז דער אויבערשטער זאל עס אים געבן.
(הרה"ק ר' שמחה בונם מפּשיסחא ז"ל)

לקח את עצמו לצד אחד (לשון רש"י)
די מחלוקת פון קרח איז געווען אן "איינזייטיגע" מחלוקה, ווייל קרח מיט זיינע נאכשלעפּערס האבן געשאטן פּעך און שוועבל אויף משה רבינו, אבער משה רבינו און זיינע אנהענגער, האבן בכלל נישט געענטפערט. דאס מיינט רש"י, "לצד אחד".
(צבי לצדיק)

ולא הזכיר בן יעקב (רש"י)
מ'קען מרמז זיין אין רש"י'ס ווערטער, ולא הזכיר בן יעקב, קרח האט נישט געדענקט אז ער שטאמט פון יעקב. וואלט ער געדענקט אז ער שטאמט פון יעקב, וואס די מדה פון יעקב איז אמת, (תתן אמת ליעקב) וואלט ער געזען אז ער איז נישט ראוי צו די שטעלע וואו ער האט געצילט אנצוקומען, און די גאנצע מחלוקה וואלט נישט ארויסגעקומען.
(אגרא דכלה)

כי כל העדה כולם קדושים
קרח האט גע'טענה'ט אז יעדער איז ערליך און פיין, ער האט אבער פארגעסן אז דאס קומט פון דעם, ווייל מ'דרייט זיך נעבען אזא הייליגען משה רבינו...
(חי' הרי"ם)

בוקר ויודע ה' את אשר לו
"בוקר" איז דאס זעלבע לשון פון "ביקור", זוכען. דאס איז דער פּסוק מרמז, "בוקר", א מענטש דארף נאר זוכען דעם אמת, און פּרובירן צו זיין ערליך, ויודע ה' את אשר לו, דער אויבערשטער וועט אים שוין אנטפּלעקן דעם ריכטיגען וועג.
(הרה"ק ר' משה צבי מסאווראן ז"ל)

בוקר ויודע ה' את אשר לו
גלייך ווען א איד שטייט אויף צופרי דארף ער אכטונג געבן אז די ערשטע מחשבה זאל זיין א הייליגע און אן ערליכע. דאס זאגט דער פּסוק, בוקר גלייך צופרי, ויודע ה', זאל ער טראכטען פונעם דרך ה'.
(תפארת שלמה - ראדאמסק)

אשר יבחר בו
דער וועג וואס א מענטש וועלט זיך אויס, סיי צו גוטן און סיי צו שלעכטן ר"ל, יקריב אליו, דאס טוט מען אים דערנענטערן, ווי חז"ל זאגען, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.
(אור פני משה)

שמעו נא בני לוי
משה רבינו האט זיי דערמיט געוואלט מרמז זיין, אז זייער הצלחה קען נאר דאן צושטאנד קומען ווען זיי וועלן וויסען אז זיי האבן נישט קיין שום אייגענע זכותים, זייער זכות באשטייט נאר דערפון אז זיי זענען "בני לוי". (מעגלי צדק)

האם תמנו לגוע
...הרה"ק מאפּטא זי"ע איז אמאל געקומען צו הרה"ק ר"ר ברוך ממעזבוז ז"ל, האט אים ר"ר ברוך געפרעגט צי ער איז שוין אנגעקומען צום ריכטיגען שלימות? דערויף האט אים דער אפּטער רב ז"ל געענטפערט, ח"ו, "האם תמנו", דער וואס האט שוין געענדיגט מיט זיין ארבעט אויף די וועלט, "לגוע", דער קען שוין גיין פון די וועלט, ווייל ער האט שוין נישט וואס צו זוכען אויף די וועלט ווייל ער האט שוין געענדיגט.
(כתבי רמ"מ, ליקוטים, אות ס')

לא חמור אחד מהם נשאתי
משה רבינו האט זיך אפּגערעדט, כ'בין נאך נישט אנגעקומען אויסצוארבעטן זייער חומריות, דעריבער מאכען זיי אן אזעלכע גרויסע מחלוקת.
(נועם אלימלך)

ותכס עליהם הארץ ויאבדו מתוך הקהל
דורך דעם וואס קרח ועדתו זענען איינגעזינקען געווארן אין די ערד, האבן זיי אויך מיט זיך מיטגענומע אלע זייערע דעות כוזבות, און ס'איז נישט פארבליבן א זכר דערפון, און יעדער האט זיך, ווי פריער, ווייטער מכניע געווען אונטער משה רבינו.
(דברי יואל)

פּרשה זו יפה נדרשת במדרש רבי תנחומא (רש"י)
דורך דעם וואס מ'לערנט זיך אפּ א מוסר השכל פון די געשיכטע פון קרח, און מ'איז זיך מקבל נישט צו גיין אין דעם וועג, איז דאס א טרייסט פאר קרח, ווייל ער האט א תיקון דורך דעם. דאס מיינט רש"י, פּרשה זו יפה נדרשת, ווען מ'דרש'נט די פּרשה, "רבי תנחומא" האט קרח א "תנחומין" דערפון.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

לקוטים על פרשת קרח Empty Re: לקוטים על פרשת קרח

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 24, 2009 7:41 pm

ויקח קרח וגו'
רש"י זאגט אז וואס האט געברענגט קרח ער זאל קריגען אויף משה רבינו ווייל ער האט זיך מקנא געווען אויף דעם נשיאות פון אליצפן בן עוזיאל וואס משה האט אים געזעצט פאר א נשיא אויף די בני קהת האט קרח געזאגט דער טאטע יצהר מיט די ברידער זענען געווען פיר, עמרם יצהר חברון עוזיאל דער בכור עמרם האבן זיינע צוויי קינדער גענומען גרויסקייט משה די מלוכה און אהרן די כהונה, דער צווייטער זוהן פון קהת איז געווען יצהר וואלט דאך מיר געקומען דאס גרויסקייט ווייל איך בין דאך דער זוהן פון יצהר און ער האט געזעצעט פאר א נשיא אליצפן בן עוזיאל וואס ער איז דער אינגסטער זוהן פון קהת דערפאר וועל איך מיך קריגען אויף אים און מבטל זיין זיינע רייד, עס איז שווער פארוואס האט זיך קרח יעצט דערמאנט צו קריגען אויף משה רבינו אליצפן בן עוזיאל איז דאך שוין לאנג געווען דער נשיא פון קהת?
דער זוהר הקדוש זאגט אז וואס האט גורם געווען אז די מרגלים זאלען רעדען שלעכטס אויף ארץ ישראל ווייל זיי האבען געוויסט אז אין מדבר זענען זיי טאקע נשיאים אבער ווען מען וועט אריינקומען קיין ארץ ישראל וועט מען שטעלען אנדערע נשיאים דערפאר האבן זיי גערעדט אויף ארץ ישראל אז מען זאל בלייבען אין די מדבר וועלען זיי קענען בלייבען נשיאים, לויט דעם איז פארענפערט, אז פאר די גזירה פון די מרגלים אז מען בלייבט פערציג יאהר אין די מדבר האט קרח נישט געארט אז אליצפן איז דער נשיא ווייל מען וועט דאך תיכף אריינגיין קיין ארץ ישראל און דארט וועלען זיין אנדערער נשיאים האט ער געטראכט אז ער וועט דעמאלס זיין דער נשיא אבער יעצט נאך די מעשה פון די מרגלים וועט מען דאך שוין זיין פערציג יאהר אין די מדבר וועט דאך אליצפן זיין פערציג יאר נשיא דאס האט קרח שוין נישט געקענט פארגונען און ער האט געמאכט די מחלוקה.
(קדושת לוי –בנין אריאל)

ויקח קרח:
עס איז דא א מדרש פליאה: קרח האט זיך געוואגט צו קריגן מיט משה רבינו, ווייל ער האט געזעהן די פרשה פון פרה אדומה.
דער אר"י הק' זי"ע זאגט: אז קרח איז געווען א הייליגער מענטש זיין כוונה ביי די מחלוקה איז געווען לשם שמים, אז די לוים זאלן ווערן כהנים אזוי ווי עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, דער חסרון איז נאר געווען אז ער האט דאס געטוען בעפאר די באשטימטע צייט.
אויב ער איז טאקע געווען אזא גרויסער מענטש, פארוואס האט ער זיך געחבר'ט מיט דתן און אבירם וואס זיי זענען געווען באקאנטע רשעים ?
נאר קרח האט געטראכט, אז מען זעהט ביי דעם פרה אדומה אן אינטערעסאנטע זאך. ווען א טהור'ער מענטש רירט דאס אן ווערט ער דערפון טמא, און ווען מען שפריצט דאס אויף א טמא'נעם מענטש ווערט ער טהור. זעהט מען דאך פון דעם אז פון א טמא'נע זאך קען ארויס קומען גוט'ס, אז מען ווערט ריין. דאס האט קרח געטראכט אז פון די רשעים דתן און אבירם קען ארויס קומען א גוטע זאך.
דאס קען זיין פשט אין מדרש ווייל קרח האט געזען ביים דין פון פרה אדומה אז פון שלעכטס קומט ארויס א גוטע זאך (אז א טמא'נער מענטש ווערט ריין), דאס זעלבע האט ער געקלערט אז פון שלעכטע מענטשן דתן און אבירם קען אויך ארויס קומען א גוטע זאך, וועגן דעם האט ער זיך מיט זיי גע'חבר'ט. אבער ער האט זיך טועה געווען, ווייל דווקא ביים פרה אדומה קען ארויס קומען א גוטע זאך, ווייל דארט האט דער אויבערשטער אזוי געהייסן. אבער ווען דער אויבערשטער הייסט נישט דארף מען זיך דערווייטערן פון שלעכטס ווי ווייט מען קען נאר.
(דברי יואל)

ולא הזכיר בן יעקב (רש"י)
מ'קען מרמז זיין אין רש"י'ס ווערטער, ולא הזכיר בן יעקב, קרח האט נישט געדענקט אז ער שטאמט פון יעקב. וואלט ער געדענקט אז ער שטאמט פון יעקב, וואס די מדה פון יעקב איז אמת, (תתן אמת ליעקב) וואלט ער געזען אז ער איז נישט ראוי צו די שטעלע וואו ער האט געצילט אנצוקומען, און די גאנצע מחלוקה וואלט נישט ארויסגעקומען.
(אגרא דכלה)

ודתן ואבירם. ומה ראה קרח וכו', נתקנא על נשיאותו של אלצפן (רש"י)
עס איז שווער, פארוואס האט קרח פונקט יעצט אנגעהויבען מקנא צו זיין אויף די נשיאות פון אלצפן, ער איז דאך שוין פון לאנג אויפגענומען געווארן אלס נשיא? נאר ווי לאנג עס איז נישט נגזר געווארן די גזירה פון חטא המרגלים, אז די יודן מוזן בלייבען אין מדבר 40 יאר, האט קרח נישט מקנא געווען. ווייל ער האט געוואוסט אז צו זיין א נשיא איז נאר פאר א קורצע צייט, ווייל באלד קומט מען שוין אריין קיין ארץ ישראל, וועט מען שוין נישט דארפן קיין נשיאים. אבער יעצט ווען דער אייבערשטער האט גוזר געווען די גזירה, און די נשיאים האבען געדארפט זיין א לענגערע צייט, דערפאר האט ער מקנא געווען.
(קדושת לוי)

המעט מכם -ecuשתם גם כהונה.
עס איז שווער וואס א טענה איז דאס אז מען האט זיי געגעבען די לויה און איר ווילט אויך כהונה זיי קענען טענה'ן אז עס קומט אונז טאקע אויך כהונה נאר זיי האבען געטענה'ט אז כל העדה כולם קודשים און אלע זענען גלייך פארוואס טוט זיך אהרן גרויסען איבער זיי האט זיי משה רבינו צוריקגעזאגט איר זעהט דאך אליין אז השם יתברך האט אייך אויסגעקליבען פון אלע יודען כאטש עס זענען דא צוועלף שבטים האט מען אייך אויסגעקליבען און פארוואס פרעגט איר אויך נישט אליין פארוואס גרויסט איר אייך איבער די אנדערע שבטים נאר וואס דען השי"ת האט אייך געגרויסט איבער אלע יודען ווייל איר זענט חשובער און השי"ת האט אויך געגרויסט אהרן איבער איך ווייל אהרן איז חשובער.
( העץ הדעת טוב)

בוקר ויודע ה' את אשר לו:
פארוואס האט משה רבינו געווארט ביז צופרי ?
מען קען דאס פארענטפערן, די גמרא זאגט אז איינער זעהט א תלמיד חכם האט חלילה עובר געווען אן עבירה ביינאכט, זאל מען נישט טראכטן נאך אים דעם אנדערן טאג. ווייל ביינאכט פאר'ן שלאפן ליינט ער ערליך קריאת שמע, און ער טראכט דורך אלע מעשים פון א גאנצן טאג און טוט תשובה אויף די נישט גוטע זאכן.
וועגן דעם האט משה רבינו געקלערט אזוי ווי קרח איז דאך א תלמיד חכם, וועט ער זיכער ביינאכט פאר'ן שלאפן, זיך בארעכענען אויף דעם וואס ער האט געטוען, און וועט חרטה האבן.
אבער דער יצר הרע האט זיך איבער געקלוגט און האט נישט געלאזט קרח גיין שלאפן, נאר ער איז ארום געגאנגען א גאנצע נאכט און געמאכט ליצנות פון משה רבינו, ממילא האט ער זיך נישט געלייגט שלאפן, האט ער אויך נישט געליינט קריאת שמע, וועגן דעם האט ער נישט תשובה געטוען.
(מדרש פנחס - ר' פנחס קאריץ)

בקר וידע ה' את אשר לו .
אינדערפרי וועט דער אויבערשטער מאכן וויסן ווער ס'איז צו אים, מ'דארף פארשטיין פארוואס פונקט צופרי און נישט יעצט? נאר ס'שטייט אז די מן האט מען צוזאם געקליבן אינדערפרי, און דורך די מן האט מען פונקטליך געקענט וויסן ווער ס'איז א ערליכער איד און ווער נישט חס ושלום, ווייל צדיקים האבן באקומען די מן ביים טיר פון געצעלט, און די בינונים האבן געדארפט ארויס גיין פון געצעלט קלויבן די מן, (בינונים מיינט נישט קיין רשעים אבער אויך נישט קיין צדיקים) און די רשעים האבן געדארפט גיין נאך ווייטער קלויבן דעם מן, און דאס האט משה רבינו זיי געזאגט בקר מארגן אינדערפרי וידע ה' וועט דער אויבערשטער מאכן וויסן דורך די מן את אשר לו ווער ס'איז צו אים, ווייל מ'וועט לעבן יעדן געצעלט זעהן ווי די מן איז.
(מהר"ם שיף)

בוקר ויודע ה' את אשר לו
אז מען ווייל וויסען ווער עס איז ערליך און נאנט צום אויבערשטען זעהט מען אינדערפרי פאר דעם דאווענען וואס דער מענטש טוט אויב מען זעהט אז אינדערפרי ווען מען איז נישט פארנומען מיט געשעפטן זיצט ער און לערנט גמרא און אנדערע שיעורים איז א סימן אז ער איז נאנט צום באשעפער ער הייבט אהן דעם טאג ערליך באלד טראכט ער פון השם יתברך און גרייט זיך צו צום דאווענען ווי אזוי מען דארף בוקר, מיט דעם אינדערפרי ויודע השם את אשר לו ווייסט השי"ת ווער עס איז צום אים ביי וועמען איז דער עיקר עבודת השם יתברך.
(הרה"ק ר' מיכל מזלאטשוב זצ"ל, והייטב לב)

והיה האיש אשר יבחר ה' הוא הקדוש:
פרעגט רש"י: ולא טפשים היו שכך התרה בהם וקבלו עליהם לקרב? ענטפערט רש"י: הם חטאו על נפשותם.
לכאורה איז דער תירוץ זייער שווער צו פארשטיין, ווייל סוף כל סוף זענען געווען 250 מענטשן, און זיי האבן געוואוסט אז נאר איינער וועט בלייבן לעבן, און די איבריגע 249 וועלן שטארבן. ווי אזוי האט יעדער פון די 250 מענטשן געקלערט אז פונקט ער וועט בלייבן לעבן ?
נאר די גמרא זאגט "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות", א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב עס איז אריין אין אים א טיפשות. ווייל נאכ'ן טוען א קליינע עבירה ווערט דעם מענטש'נס שכל אוועק גענומען און דערנאך זינדיגט ער.
דאס ענטפערט רש"י - הם חטאו בנפשותם - זיי האבן געזינדיגט, און זיי האבן פארלוירן זייער שכל, און אז מען האט נישט קיין שכל טראכט מען שוין נישט פון קיין סכנה. האבן זיי געטוען טיפשות'דיגע זאכן.
(דברי יואל)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

לקוטים על פרשת קרח Empty Re: לקוטים על פרשת קרח

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 24, 2009 7:41 pm

ובני ישראל נסו לקולם:
דאס ווארט "לקולם" טייטש צו זייער קול, לכאורה וואלט געדארפט שטיין "מקולם" וואס טייטש פון זייער קול ? ווייל די אידן זענען אנטלאפן פון די קול פון די מענטשן וואס זענען איינגעזינקן אין גיהנום?
נאר מיר ווייסן אז אידישע קינדער האבן בקבלה נאך פון יצחק אבינו, אז ווען מען איז ח"ו אין אן עת צרה דארף מען אנטלויפן צו השי"ת דורכ'ן קול קול יעקב, צו זאגן תהלים און בעטן פון השי"ת, דעמאלט ווערט מען גלייך געהאלפן.
דאס איז פשט אין פסוק, ווען די אידן האבן געזען די צרה , נסו זענען זיי אנטלאפן, לקולם צו זייער אלטן מיטל צו בעטן פון השי"ת דורך זייער קול.
(לב שמח – בשם חותנו מהר"ש מבעלזא)

לא חמור אחד מהם נשאתי:
משה רבינו האט מיט די ווערטער געוואלט מלמד זכות זיין אויף די אידישע קינדער. ווייל ווען א איד גיט געלט אדער ער טוט א טובה פאר א צדיק, וועט אים די הנאה גורם זיין אז ער זאל נישט אזוי שנעל זינדיגן.
האט משה רבינו זיך באקלאגט אז אויב וואלט ער גענומען פון זיי אן אייזל אדער אן אנדערע הנאה פון די אידן וואלט דער זכות בייגעשטאנען אז זיי זאלן נישט זינדיגן, אבער וויבאלד משה רבינו האט נישט געוואלט נעמען פון זיי גארנישט, האבן זיי נישט געהאט דעם זכות וואס זאל באשיצן אויף זיי. און עס איז ליידער געשען וואס איז געשען.
(נועם אלימלך)

לא חמור אחד נשאתי ולא הרעתי את אחד מהם
די גמרא זאגט (קידושין ז) אז כאטש ביי קידושין דארף דער מאן געבן פאר די פרוי און נישט די פרוי פאר דעם מאן אבער אויב א אדם חשוב באקומט א מתנה פון די אשה איז מיט די הנאה וואס די אשה האט אז דער אדם חשוב נעמט פון איר איז גלייך פונקט ווי זי האט באקומען פון אים און זי ווערט מקודש.
אויב אזוי קען מען דאך טראכטען אז משה רבנו האט שלעכטץ געטוהן פאר איינעם ווייל ער האט דאך נישט גענומען פון דעם מענטש האט ער דאך יענעם פארשעמט און פארשוועכט יענעמ'ס כבוד אבער אויב ער נעמט נישט פון קיינעם האט ער נישט פארשעמט קיינעם ווייל יעדער האט דאך געוויסט אז ער נעמט נישט פילט זיך קיינער נישט שלעכט אז מען נעמט נישט פון אים דאס זאגט דער פסוק - לא חמור אחד נשאתי - איך האב נישט פון קיינעם גענומען און פון דעסט וועגען - ולא הרעתי את אחד מהם - האב איך נישט קיינעם שלעכטץ געטוהן און וויי געטוהן ווייל יעדער האט געוויסט אז איך נעם נישט.
(חתם סופר)

אם כמות כל האדם... לא ה' שלחנו:
איז דאך זייער שווער, אויב דער אויבערשטער האט נישט געשיקט משה רבינו איז דאך קרח יא גערעכט און משה רבינו נישט, פארוואס קומט אים א שטראף אז ער זאל שטארבן ?
נאר פון דא לערענט מען ארויס, אז עס איז נישט קיין חילוק צו מען איז גערעכט אדער נישט, אויב קריגט מען זיך מיט א צדיק, קומט זיך א שטראף. ווייל מחלוקת איז איינע פון די ערגסטע זאכן וואס דער אויבערשטער האט פיינד.
(דברי חיים)

ותפתח הארץ את פיה ותבלע אותם:
פארוואס איז זיי געקומען דווקא אזא שווערע שטראף איינגעזינקען צו ווערן אין דער ערד ?
מען קען ענטפערין ווייל עס שטייט אין פסוק והאיש משה עניו מאוד מכל האדם אשר על פני האדמה, משה רבינו האט זיך געהאלטן קלענער פון יעדן מענטש וואס איז אויף דער ערד. ער האט זיך געהאלטן ממש ווי דער ערד אליין, גארנישט מער.
און קרח מיט זיינע מענטשן האבן גע'טענת אז משה רבינו האלט זיך גרויס אזוי ווי זיי האבן געזאגט ומדוע תתנשאו.
האט זיי דער אויבערשטער געוואלט ווייזן אז זיי זענען קלענער פון משה רבינו, און האט זיי געלייגט אונטער דער ערד, צו ווייזן אז זיי זענען קלענער פון משה רבינו.
(זר זהב)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

לקוטים על פרשת קרח Empty על דרך דרוש

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 24, 2009 7:43 pm

ויקח קרח
... א זקן האט מיר דערציילט אז ער האט געזען אין א ספרד'ישן ספר דעם נוסח מה ראה קרח לחלוק על "אהרן" פּרשת פּרה אדומה ראה (אנדערש ווי די באקאנטע גירסא לחלוק על "משה").
מ'קען מפרש זיין די גירסא לויט ווי די גמ' זאגט אין מס' חולין (כ"ד), אז מ'וואלט געקענט ארויסלערנען מיט א ק"ו אז ווען א כהן ווערט עלטער זאל ער פּסול ווערען צו טאן די עבודה, ווייל מה-דאך אז ביי א לוי וואס א מום פּסל'ט נישט ביי אים, דאך ווען ער ווערט אלט 50 יאר איז ער פּסול צו זינגען על הדוכן, א כהן וואס אפילו א מום פּסל'ט ביי אים, זאל איך זאגען אז אויך די עלטער וועט ביי אים פּסל'ן.
ענטפערט די גמרא, אז ס'שטייט אין פּסוק זאת "אשר" ללוים. דאס ווארט אשר איז א מיעוט, אז נאר ביי לוים איז פארהאן דער פּסול פון עלטער און נישט ביי כהנים. לויט די גמרא קומט אויס אז דאס ווארט "אשר" איז א מיעוט.
די גמרא זאגט אין מס' סוטה (מ"ד), עס שטייט אין פּסוק אשר לא עלה עלי' עול, אז די פּרה אדומה איז נאר דאן כשר אויב ס'איז נאך נישט ארויף א יאך אויף איר. פון וואו ווייס איך אז אויך אנדערע שווערע ארבעט פּסל'ט די פּרה? שטייט אין פּסוק "אשר" לא עלה עלי' עול, אז קיין שום ארבעט טאר אויף איר נישט ארויף גיין. לויט די גמרא קומט אויס, אז דאס ווארט "אשר" איז גאר א ריבוי, און אויב זאג איך דא, אז דאס ווארט אשר איז א ריבוי, דארף מען אויך זאגען ביי זאת "אשר" ללוים, אז דאס איז א ריבוי, אז אויך ביי כהנים איז פארהאן דער פּסול פון עלטער, און אהרן הכהן וועלכער איז אלט 83 יאר איז פּסול פאר די עבודה.
דאס איז פּשט אינעם "מדרש פּליאה", פארוואס האט קרח געקריגט אויף אהרן? ער האט געזען די פּרשה פון פּרה אדומה, וואס פון דארט לערנען מיר אז "אשר" איז א ריבוי. אויב אזוי איז עלטער א פּסול אויך ביי כהנים, דעריבער האט ער געוואלט באזייטיגען אהרן הכהן פון זיין ארט.
(ילקוט הגרשוני להגאון מלודאש)

ויקח קרח
לקח את עצמו
רש"י זאגט שפעטער - קרח שפקח היה - קרח וואס איז געווען א קלוגע - פארוואס האט ער זיך באנארישט זיך צו קריגען מיט משה - ענטפערט רש"י וויבאלד קרח האט געזעהן אז פון איהם וועט ארויס קומען שמואל, האט קרח געזאגט אז אין דעם זכות פון שמואל וועט ער געראטעוועט ווערן.
מען קען מסביר זיין די ווערטער פון רש"י מיט דעם וואס די גמרא זאגט (יומא כ"בSmile מען שטעלט נישט א מנהיג אויף כלל ישראל, נאר אויב דער מנהיג האט עפעס א זאך מיט וואס ער שעמט זיך, כדי דער מנהיג זאל נישט קענען צו קומען צו ווערען א בעל גאווה.
משה און אהרן האבען געהאט מיט וואס זיך צו שעמען, וויבאלד זייער טאטע עמרם האט חתונה געהאט (פאר מתן תורה) מיט זיין מומע יוכבד, וואס איז אסור געווארען נאך מתן תורה. אבער אויף קרח איז דאך נישט געווען קיין שום שלעכטע זאך, מיט וואס ער קען זיך שעמען. דאס פרעגט רש"י קרח וואס איז געווען א קלוגע און ער האט געוואוסט אז מען קען נישט זיין א מנהיג נאר אויב עס איז דא עפעס שלעכטס, און ער קרח האט נישט, וועט ער דאך נישט קענען זיין א מנהיג ?
אויף דעם זאגט רש"י - וויבאלד ער האט געזעהן שמואל, וואס האט אויך נישט קיין שום שלעכטס אויף זיך, און שמואל איז געווען א מנהיג אויף כלל ישראל, ממילא קען איך קרח אויך זיין א מנהיג אפילו עס איז נישט דא קיין שום שלעכטס אויף מיר.
אבער דאס איז געווען קרח'ס טעות, ווייל שמואל האט יא געהאט עפעס שלעכטס אויף זיך, ווייל אויב שמואל וואלט זיך געהאלטען גרויס, וואלט מען איהם געקענט זאגען, דיין זיידע קרח איז איינגעזונקען געווארען אין דער ערד, וויבאלד ער האט זיך געקריגט אויף משה און אהרן.
דאס קען אפשר זיין די כוונה פון רש"י - "לקח את עצמו" קרח האט זיך ארויס גענומען פון דעם חשבון, ער האט נישט געטראכט אז ער אליינס איז דער וואס וועט זיין די שלעכטע זאל אויף זיין אייניקל שמואל - וואס דורך איהם קרח וועט שמואל יא קענען זיין א מנהיג אויף כלל ישראל.
ילקוט הגרשוני

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

לקוטים על פרשת קרח Empty Re: לקוטים על פרשת קרח

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 24, 2009 7:43 pm

כל העדה כולם קדושים
כולם שמעו דברים בסיני
רש"י זאגט אז קרח האט געזאגט צו משה רבינו אלע אידען זענען הייליג, ווייל אלע האבען דאך געהערט פון דער אויבערשטער אנכי ה' אלוקיך.
מען קען מסביר זיין די ווערטער פון רש"י, קרח האט געהאלטען וויבאלד די אידען האבען געזינדיגט ביים עגל, און זיי האבען דערנאך תשובה געטוהן, זענען זיי דאך געווארען אין א גרעסערע מדריגה פון משה רבינו, ווייל "במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד" - א בעל תשובה ווען ער טוט תשובה איז ער אין א העכערע מדריגה פון צדיקים.
נאך דעם וואס די אידען האבען געזינדיגט ביים עגל, האט משה רבינו געזאגט פאר השי"ת, אז די אידען זענען נישט שולדיג וואס זיי האבען געדינט דעם עגל, וויבאלד דו האסט געזאגט די עשרת הדברות אין א לשון יחיד - "אנכי ה' אלקיך" איך בין דער אויבערשטער דיין ג-ט, "לא יהיה לך" עס זאל נישט צו דיר, קומט אויס "לי צויתי ולא להם" פאר מיר האסטו באפוילען אבער נישט פאר זיי.
קומט אויס לויט משה רבינו, אז די אידען האבען נישט געזינדיגט ביים עגל, ממילא ווערען זיי נישט גערעכענט פאר בעלי תשובה, זענען זיי נישט אין א העכערע מדריגה. דאס האט קרח געזאגט פאר משה רבינו עס איז נישט אזוי ווי דו זאגט אז נאר פאר דיר משה איז געזאגט געווארען די עשרת הדברות, נאר "כל העדה שמעו", גאנץ כלל ישראל האט געהערט אנכי ה' אלוקיך.
קומט אויס לויט קרח האבען די אידען יא געזינדיגט ביים עגל, ממילא ווערען זיי יא גערעכענט פאר בעלי תשובה, זענען זיי דאך יא אין א גרעסערע מדריגה פון משה רבינו - אויב אזוי פרעג "מדוע תתנשאו על קהל ה'".
כתב סופר

כל העדה כולם קדושים
כולם שמעו דברים בסיני
אלע מפרשים פרעגען, פארוואס האט נישט רש"י גקענט זאגען פשוט פשט אין די ווערטער, אז קרח האט געמיינט צו זאגען אז גאנץ כלל ישראל איז הייליג, פארוואס האט רש"י געדארפט זאגען אז מען מיינט, גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות ?
מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס מיר זאגען ראש השנה ביים דאווענען "מלוך על כל העולם כולו בכבודך" זאגט דער לבוש, מען זאל נישט זאגען דאס ווארט "כולו" - וויבאלד מען האט שוין געזאגט "על כל העולם" אויף דער גאנצע וועלט, פעלט שוין נישט אויס צו זאגען "כולו" - די גאנצע, עס איז א דאפעלטע לשון.
זאגט אויף דעם דער טורי זהב אין סימן תקפ"ב ס"ק ג', וויבאלד מיר זעהן אסאך מאהל ווען מען זאגט "די גאנצע" מיינט עס נאר "רוב" - און נישט ממש די גאנצע , ווייל מיר זאגען "רובו ככולו", וועגען דעם זאל מען יא זאגען "כולו" אפילו מען האט שוין געזאגט "על כל העולם", ווייל איך וואלט ווען געקענט מיינען אז עס מיינט נאר רוב פון דער וועלט, דעריבער זאגט מען "כולו" - אז דא מיינט עס די גאנצע וועלט און נישט רוב.
דא אין פסוק איז לכאורה שווער די זעלבע, אז קרח האט געזאגט "כל העדה" - די גאנצע געמיינדע, פארוואס האט אויס געפעלט ער זאל אויך זאגען "כולם" זיי אלע, עס וואלט גענוג געווען אויב קרח וואלט געזאגט "כל העדה קדושים" ?
קען מען דא זאגען דער זעלבע תירוץ - אויב ער וואלט נאר געזאגט "כל העדה" וואלט איך געקענט זאגען אז עס מיינט נאר "רוב", דעריבער האט ער צוגעלייגט "כולם" - אז דא מיינט נישט רוב - נאר אלע אידען.
אויף דעם וועט אבער שווער זיין, פון ווי האט קרח באמת געוואוסט אז גאנץ כלל ישראל איז הייליג, אפשר איז נאר "רוב" פון כלל ישראל קדושים ?
דאס קומט רש"י פארענטפערען, "כולם קדושים" מיינט אז גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות - ממילא מוז זיין אז גאנץ כלל ישראל איז הייליג, ווייל אויב מען וואלט נישט געווען קדושים - הייליג, וואלט מען ווען נישט זוכה געווען צו הערען די עשרת הדברות פון השי"ת. איז דאך א ראיה אז "כולם קדושים".
בנין אריאל

מה ראה קרח לחלוק על משה
פרה אדומה ראה
דער מדרש זאגט, וואס האט קרח געזעהן אז ער זאל זיך קריגען אויף משה רבינו ? זאגט דער מדרש, קרח האט געזהן די פרשה פון פרה אדומה.
מען קען מסביר זיין די ווערטער פון מדרש, מיט דעם וואס רש"י זאגט אויף דעם פסוק כולם קדושים - אז גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות פון השי"ת.
נאך דעם חטא העגל האט משה רבינו געזאגט פאר השי"ת, אז מען מוז מוחל זיין פאר כלל ישראל די חטא העגל, וויבאלד דער אויבערשטער האט נישט געזאגט "אנכי ה' אלוקיכם" איך בין אייער ג-ט, נאר "אנכי ה' אלוקיך" איך בין דיין ג-ט, קומט אויס וויבאלד עס איז געזאגט געווארען בלשון יחיד, האט משה געטענה'ט נאר פאר מיר האסטו באפוילען, אבער נישט פאר כלל ישראל. ממילא קען מען נישט שטראפען כלל ישראל אויף דעם חטא העגל.
ווען קרח האט אבער געזאגט "כולם קדושים" אז גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות, אזי דאך שוין בטל געווארען דער טענה פון משה רבינו, אז נאר פאר איהם איז געזאגט געווארען "אנכי ה' אלוקיך" - ווייל גאנץ כלל ישראל האט דאך געהערט. איז מיט קרח ווערטער צוריק נתעורר געווארען די חטא העגל, פארוואס האט קרח דאס געזאגט ?
אויף דעם זאגט דער מדרש, "פרה אדומה ראה" קרח האט געזההן די פרשה פון פרה אדומה, - וואס די פרה אדומה איז דאך געקומען מכפר זיין די חטא העגל, אזוי ווי רש"י זאגט אין פרשת חקת בשם ר' משה הדרשן, - פעלט דאך שוין נישט אויס די טענה פון משה רבינו, ווייל דער אויבערשטער וועט מוחל זיין די חטא העגל דורך די פרה אדומה. וועגען דעם האט קרח געזאגט "כולם קדושים" גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות.
מיט דעם קען מען פארשטיין וואס רש"י זאגט "שכבר זה בידם סרחון רביעי" - וואס לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס זאגט רש"י "בידם" - רש"י וואלט נאר געדארפט זאגען "שזה סרחון רביעי" ?
נאר רש"י מיינט מיט דעם ווארט "בידם" - אז דורך זיי, דורך די טענה וואס קרח האט געזאגט "כולם קדושים" אז גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות, איז דאך בטל געווארען מיין טענה אז נאר פאר מיר איז געזאגט געווארען די עשרת הדברות, ממילא איז די מחלוקת מיט קרח שוין די פערדע עבירה ביי זיי.
ספרים

וישלח משה לקרא לדתן ולאבירם
רש"י זאגט, פון דא איז א ראיה "אין מחזיקים במחלוקת" מען טוט נישט אנהאלטען אין א מחלוקת, וויבאלד איך זעה משה איז געגאנגען צו דתן און אבירם, און פראבירט צו מאכען שלום.
לכאורה איז שווער, וואס פאר א הוה אמינא וואלט איך געהאט אז מען דארף יא אנהאלטען א מחלוקת ? און נאך איז שווער, פארוואס זאגט נאר רש"י פון דא איז א ראיה אז מען האלט נישט אהן א מחלוקת, רש"י וואלט געדארפט זאגען פון דא איז א ראיה אז מען טוט נאך לויפען צו מאכען שלום, וויבאלד משה רבינו איז נאך געגאנגען דתן און אבירם כדי צו מאכען שלום מיט זיי ?
מען קען דאס מסביר זיין, ווייל עס וואלט געווען א סברא צו זאגען וויבאלד דאס איז שוין דאס דריטע מאהל וואס דתן און אבירם קריגען זיך מיט משה רבינו: דאס ערשטע מאהל איז געווען ביי (שמות ב' י"ד) "ויאמר אכן נודע הדבר", דאס צווייטע מאהל (שמות ה' כ"א) "ירא ה' עליכם וישפט", און יעצט דאס דריטע מאהל ביי די מחלוקת פון קרח, זאל איך זאגען עס איז שוין א חזקה פאר זיי זיך צו קריגען מיט משה. (דריי מאהל טוהן א זאך הייסט עס שוין א חזקה), און וויבאלד עס איז שוין א חזקה מעג מען אנהאלטען א מחלוקת.
אויף דעם זאגט רש"י, "שאין מחזיקים במחלוקת" ביי מחלוקת איז נישט שייך צו זאגען "חזקה" {מחזיקים איז טייטש - "חזקה"} אפילו ווען יענער קריגט זיך מיט דיר שוין מערערע מאהל, דארף מען נאך אלס זיכען צו מאכען שלום.
חתם סופר

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה