הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

עדיטאריעל: פרשת שלח

Go down

עדיטאריעל: פרשת שלח Empty עדיטאריעל: פרשת שלח

הודעה על ידי גערטנער Tue Jun 16, 2009 9:56 pm

אין שו"ת הגאונים ווערט געברענגט אן אינטערעסאנטע דערציילונג. ווען די תלמידים פון רב האבן זיך צוריקגעקערט נאכ'ן באגלייטן זייער באליבטן רבי'ן אויף זיין אייביגער רוה, האבן זיי צווישן זיך אפּגעמאכט אז יעדער פון זיי וועט נעמען אויף זיך א געוויסע מידה וואס מ'האט געזען ביי רב. צווישן זיי איז אויך געווען רב ששת וואס האט אויף זיך גענומען נזהר צו זיין אין שמירת עינים, און נישט ארויסקוקן אויסער זיינע ד' אמות. ווען ער האט געזען אז ער קען דאס נישט איינהאלטן ווי ס'דארף צו זיין, האט ער געבעטן פון השי"ת אז ער זאל בלינד ווערן, וכך הוה, ער איז געווארן א סגי נהור (בלינד).

ווען מיר טראכטן אריין, איז אויבן אויף שווער צו פארשטיין פארוואס רב ששת האט דאס געטאן, ווייל מיט די אויגן קען מען דאך טאן אויך זייער גוטע זאכן, ווי ס'שטייט אין פּסוק, כי אראה שמיך וגו', ווען מ'זעט די אלע נפלאות הבורא וואס השי"ת האט באשאפן ווערט מען נתעורר צו עבודת ה', ווי דער רמב"ם ברענגט אין הלכות יסודי התורה (פ"ד הי"ב), ווען א מענטש טראכט אריין אין די אלע וואונדערליכע באשעפענישן וואס השי"ת האט באשאפן אויף די וועלט, טוט דאס פארמערן ליבשאפט צום אויבערשטן. טא פארוואס האט זיך רב ששת געבעטן בלינד צו ווערן, און נישט קענען צוזען די אלע נפלאות הבורא מיט זיינע אויגן?

נאר זאגן די בעלי מוסר, אז רב ששת האט געמאכט א חשבון אז דער שאדן פון נכשל ווערן אין שמירת עינים איז צו א גרויסער, ווייל מיר געפינען אין פּסוק אז נאר דורך דעם וואס מ'היט זיך אפּ די אויגן ווי ס'דארף צו זיין, קען מען זוכה זיין צו לערנען בקדושה ובטהרה, ווי דער פּסוק זאגט, ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם, דאן והייתם קדושים. זעען מיר אז די צוויי זאכן, שמירת עינים מיט קדושה זענען פארבונדן איינס מיט'ן אנדערן. דעריבער האט רב ששת ענדערש אויסגעוועלט בלינד צו ווערן, כדי אזוי ארום זוכה צו זיין און לערנען תורה בקדושה ובטהרה, און ווי מערקווירדיג איז, אז טאקע ביי דעם רב ששת געפינען מיר אין מסכת יבמות (נ"ו), ווי די גמרא דריקט זיך אויס "הא מילתא אמר לן רב ששת ואנהרינהו לעיינין ממתניתין", ווי רש"י טייטשט דארט, אז רב ששת האט אונז באלויכטן די אויגן מיט זיינע ווערטער. זעען מיר אז דווקא דער רב ששת וואס איז געווען א סגי נהור, האט באקומען דעם טיטול, "מאיר עיני חכמים".

ענליך צו דעם געפינען מיר אין ספר "בעל שם טוב", אין פּרשת בלק, אז בלעם האט זוכה געווען צו אויסטערליש גרויסע מדריגות אין נבואה, אזוי ווייט אז חז"ל זאגן אויפ'ן פּסוק ולא קם עוד כמשה, אז צווישן די אידן איז טאקע קיינער נישט געווען ווי משה רבינו, אבער צווישן די גוים איז יא געווען אזא איינער. דאס איז דער טעם, פירט אויס דער בעל שם טוב, ווי אזוי בלעם האט צו דעם אלעס זוכה געווען, דורך דעם וואס ער איז געווען א "שתום העין", ער איז געווען בלינד אויף אן אויג, און נישט געזען קיין דברים אסורים. דורך דעם האט אפילו דער גוי בלעם זוכה געווען צו ווערן א נביא! זעען מיר וואס אלץ מ'קען געניסן פון דעם אז מ'איז נזהר אין שמירת עינים.

אין ספר עשר אורות ווערט דערציילט, אז דעריבער האט דער "חוזה" זוכה געווען צו אזעלכע אויגן, מיט וואס ער האט געזען פון איין עק וועלט ביז די אנדערע, ווייל אין די יונגע יארן האט ער זיך ארומגעבונדן מיט א שמאטע "7 יאר", און נישט געקוקט אין ערגעץ. דורך דעם האט ער באקומען אזעלכע הייליגע אויגן, אז ער איז געווארן דער "חוזה", דער זעער.

דבר בעתו מה טוב. הגם דער ענין פון שמירת עינים איז אקטועל א גאנץ יאר, איז דאס אבער מער נוגע ווען ס'קומען אן די זומער טעג, ווי הגה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט, "וואס א איד קען זיך אנזען מיט'ן ארויסגיין איינמאל אויף די גאס, האט אין דער היים א איד נישט געזען זיינע 70 יאר".

די ווערטער זענען איבעריג מסביר צו זיין, ווייל די גאס איז פול מיט אזעלכע בילדער וואס א אידיש קינד טאר נישט זען, און מ'דארף נישט זיין א "פרומער", צו גיין מיט די אויגן אויף אראפּ, ווייל אן דעם איז נישט מעגליך צו פארבלייבן אן ערליכער איד.

ס'איז אינטערעסאנט איבערצוגעבן וואס אן אמאליגער מלמד ששל"ח האט דערציילט, אז ביי זיי אין שטעטל האבן אלע קינדער געוואוסט אז זונטאג גייט מען נישט אויף די הויפּט גאס, ווייל דאן איז זייער חאגע, און די פרוי פונעם פּריץ שפּאצירט דאן אויף די הויפּט גאס, און זי איז געגאנגען נישט איידל אנגעטאן. דעריבער זענען די קינדער געווען פארבאטן צו גיין אויף די הויפּט גאס. האט דער דערציילער צוגעלייגט, וואס מיינט איר איז געווען די אומאיידעלע אנטועכץ פון דעם פּריצ'ס פרוי? אז די ערמעל פון איר קלייד איז געווען ביי די עלענבויגן, וואס די איבעריגע גוים האבן זיך נישט געטרויט אזוי צו גיין, און אט צוליב דעם זענען די אידישע קינדער נישט געגאנגען אויף יענער גאס!

אנן מה נעני אבתרי', ווען אונזער גאס זעט ליידער אויס א סאך ערגער פון דעם, און יעדען טאג, און מ'דארף געדענקען אז די אלע נביאות וואס די פריערדיגע צדיקים האבן געזאגט אויף אמעריקע, אז זי איז א טריפה לאנד, איז ליידער מקויים געווארן. הגם ביי אונז אידן ווערט ב"ה נתרבה תורה ויראה, אבער די גאס בלייבט ווייטער טריפה, און מ'דארף האבן אויף זיך דעם עול, פון ווען מ'גייט ארויס פון שטוב, אז די אויגן זענען נישט הפקר, נאר מ'האט עס געגעבן פאר א מענטש במתנה און ער דארף זיי היטן מיט א שמירה מעולה.

דער הייליגער צדיק ר' נחום פון טשערנאביל זי"ע, איז אמאהל געוועהן אויף א שבת , ביי ר' שמעון שלמה זי"ע דער טאטע פון ר' משה צבי סאווראנער זי"ע.
לכבוד דעם חשוב'ן גאסט , האט מען אויף שבת אנגעצינדען א גרויסען ליכט , אז עס זאל ברענען א גאנצע נאכט, אז ווען ר' נחום דארף , זאל זיין פאר אים ליכטיג.
עס איז געוועהן פארטאג'ס , אינדרויסן איז נאך געוועהן שטארק פינסטער, פלוצלונג באמערקט ר' שמעון שלמה, ווי ר' נחום גייט אין שטוב, און ער כאפט זיך אן אינ'ם וואנט, אז ער זאל נישט פאלען,און ר' נחום פרעגט פון די שטוב מענטשען פארוואס האט מען נישט אנגעצינדען גרויסע ליכט, אז עס זאל ברענען אביסל לענגער?
ר' שמעון שלמה איז שטארק פארוואונדערט געווארן, און ענטפערט: רבי! עס איז דאך גאנץ ליכטיג אין שטוב, עס ברענט דאך א גרויסער ליכט, ר' נחום גייט אבער ווייטער, ווי אין די טונקעל , שפעטער איז מען געוואהר געווארן , אז די ליכט איז פארלאשען געווארן , און דער שמש האט עס דורך א גוי געלאזט אנצינדען און וויבאלד מען האט עס אנגעצינדן אין שבת, האט דער צדיק דערפון נישט געקענט הנאה האבן, ווייל דער גוף פון צדיק, איז אזוי הייליג, אז עס פארטראגט נישט אזאך וואס איז אסור, וועגן דעם האבען די הייליגע אויגען פון ר' נחום זי"ע , נישט געקענט זעהן דאס שיין פון דעם איסור'דיגן ליכט , זי"ע ועכי"א.

צום שלוס וועלן מיר אראפּברענגען וואס עס שטייט אין ספה"ק שומר אמונים, אז ווען א איד גייט אין גאס, און האט א נסיון פון קוקן אויף א דבר אסור רח"ל, און ער האלט זיך איין, איז דאן אין יענע רגע אן עת רצון, אז ער קען זיך אויסבעטן ישועות ורפואות, ווייל אין הימל האט מען א געוואלדיגן נחת רוח פון אים.

זאל השי"ת אונז געבן די זכי' צו זיין אפּגעהיטן אין שמירת עינים, און דורך דעם וועלן מיר זוכה זיין אנגערופן צו ווערן "קדושים", און מיר זאלן האבן א געזונטן זומער סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, אמן.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה