הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

סיפורי צדיקים פרשת שלח

Go down

סיפורי צדיקים פרשת שלח Empty סיפורי צדיקים פרשת שלח

הודעה על ידי גערטנער Sun Jun 14, 2009 1:38 am

שלח לך אנשים ויתורו.
דער בריסקער גאון ז"ל האט אמאל געשיקט עטליכע משולחים צו גיין צוזאמקלייבען נדבות לטובת זיין ישיבה. די משולחים האבן זיך געלאזט וואויל גיין אויף דעם חשבון און זיך געדינגען א רייכן וואגען, און איינגעשטאנען אונטערוועגענס אין גרויסע רייכע האטעלן, וואס דאס האט פאראורזאכט אז ווען זיי זענען צוריקגעקומען, איז אויסגעקומען אז דאס גאנצע געלט וואס זיי האבן צוזאמגענומען איז געגאנגען פאר זייערע אויסגאבן...
ווען דער גאון האט דאס געזען האט ער געזאגט בדרך צחות, איצט פארשטיי איך שוין דעם פּסוק שלח לך אנשים "ויתורו", שיק אזעלכע מענטשען וואס עס זאל ביי זיי איבערבלייבן אויך...
* * *
ועשו להם ציצית.
א גרויסע מחלוקה געפינען מיר צווישן די בעלי התוס', אויב מ'פּסל'ט די ציצית פון א נפטר ל"ע, נאך די הונדערט און צוואנציג יאר. אין שו"ע יור"ד איז פארהאן אין דעם צוויי שיטות. דער ווילנער גאון ז"ל האט געהאלטען און האט אזוי אויך געשריבען אין זיין ביאור הגר"א, אז מ'זאל נישט אראפּרייסען די ציצית פונעם נפטר.
קורץ פאר די פּטירה פונעם גאון ז"ל, האט ער געלאזט רופען איינעם פון זיינע נאענטע תלמידים מיט'ן נאמען ר' סעדי', זאגענדיג טראצדעם וואס מ'פירט זיך איבעראל אראפּצורייסען פון די ציצית, (ווייל א מת איז פּטור ממצוות) פארלאנגט ער אבער אז ביי אים זאל מען מאכען אן אויסנאם, און לאזן אלע 4 ציצית אויפ'ן בגד, אזוי ווי ער איז געגאנגען ביים לעבן.
דער תלמיד האט טאקע גענומען אויף זיך די אויפגאבע אז ער וועט ערפילן זיין רבינ'ס רצון. דער רצון ה' איז אבער געווען אנדערש, און ווען דער גאון איז נפטר געווארען, איז דער תלמיד נישט געווען אין ווילנא. ווי נאר ער איז געוואויר געווארען אז זיין רבי איז נפטר געווארען, האט ער זיך אנגעהויבען צו איילען, ער זאל נאך דערגרייכען די שטאט איידער מ'באערדיגט זיין רבי'ן, אויסצופירען דעם וואונטש פון זיין רבי'ן.
ווי פארוואונדערט איז דער תלמיד געווארען זעענדיג אז ער איז אנגעקומען צום ווילנער ביה"ח געציילטע מינוטן נאכ'ן סתימת הגולל! באלד האט ער אויסגערופען, "וויסען זאלט איר אז דער רצון פון רבי'ן איז אנדערש געווען".
ס'איז געווארן א רעש און א צעמישעניש וואס מ'זאל איצט טאן, אבער דער בי"ד פון שטאט ווילנא האט באשלאסען אז וויבאלד דאס האט פּאסירט, איז א באווייז פון הימעל אז דאס איז דער ריכטיגער וועג, אזוי ווי מ'האט זיך געפירט ביי אנדערע גדולים, און מ'האט שוין אזוי געלאזט.
* * *
וראיתם אותו וזכרתם.
דער רוסישער אויסערן מיניסטער האט אמאל פאררופן אן אסיפה וואו עס האבן זיך צוזאם געטראפן אלע ראשי ישיבות און קהלה פירער. דער ציל פון די אסיפה איז ליידער געווען אויפצוטוישן דעם סדר הלימודים אין די ישיבות און צו מאדערניזירן די קליידונג פון די תלמידי הישיבות. דארט איז אויך געווען דער "רב מטעם" דר. ליילענטאל, וועלכער איז געווען דער ראבינער פון די רעגירונג.
אינמיטן די אסיפה האט דער מיניסטער זיך געוואנדן צום גאון ר' איצילע פון פעטערבורג ז"ל און געפרעגט, פארוואס דארפט איר טראגן אזא גרויסן טלית קטן, אין די צייט וואס דר. ליילענטאל וועלכער איז אויך א רעליגיעזער, טראגט בלויז א קליינעם טלית קטן און מ'זעט ניטאמאל די ציצית פון אינדרויסן? האט דער גאון ערקלערט פאר'ן מיניסטער, דער צוועק פון די ציצית איז, אז מיר זאלן געדענקן די מצוות פון השי"ת, ווי אין די תורה שטייט, וראיתם אותו וזכרתם. דעריבער, דר. ליילענטאל, וועלכער איז א העכסט שטודירטער מאן און האט א גוטן זכרון, איז פאר אים גענוג א קליינער טלית קטן, אים צו דערמאנען די מצוות פון אויבערשטן, דאקעגן איך, אן עלטערער איד, וועמען דער קאפּ דינט שוין נישט אזוי גוט, דארף האבן א גרויסן טלית וואס זאל מיך דערמאנען די מצוות ה'...
* * *
וראיתם את הארץ מה היא
דער נאסוידער רב ז"ל איז אמאל געווען אין קראלי, איז די רבי זי"ע וואס איז דעמאלטס געווען דארט דער רב, אים געגאנגן באזוכען. און מען האט פאר די צוויי גרויסע צדיקים אנגעגרייט א טאץ מיט פירות. נאך איידער די צדיקים האבן טועם געווען דערפון האבן די בחורים וואס זענען מיט געגאנגען געכאפט שיריים.
האט זיך דער נאסויד'ער רב אנגערופן צו די בחורים: וואס כאפט איר, עס איז דאך נאך אפילו נישט קיין שיריים ?
האט אים די רבי זי"ע געזאגט: אז עס שטייט אין ספרים הק' אז מיט'ן בלויזן קוקן פון א צדיק ווערט דאס שוין שיריים !
האט דער נאסויד'ער רב געזאגט: דאס איז מרומז אין פסוק די וואך: וראיתם את הארץ מה היא אז מיט'ן קוקן אליין קען מען שוין עפעס אויפטוען.
ורב חסד.
דער אפּטער רב ז"ל האט דערציילט, אז ער איז אמאל איינגעשטאנען אין א אכסניא וואו דער הייליגער ר"ר אלימלך ז"ל איז אויך איינגעשטאנען. שטייענדיג אונטער'ן טיר האט ער געהערט ווי דער צדיק רעדט צו זיך אליין: מיילעך מיילעך, דו ביזט נישט ווערד אויף גארנישט, און האט אויסגערעכנט אלע זיינע עבירות וואס ער האט (נישט) געטון, און איז געבליבן מיט'ן סך הכל אז ער וועט נישט זוכה זיין צו עוה"ב. צום שלוס האט ער אויסגעפירט, אז השי"ת איז דאך א גרויסער בעל חסד, ווי חז"ל זאגן, אז ער איז מלבוש ערומים, מבקר חולים, מנחם אבלים (סוטה י"ד). דאס איז אלעס גוט אויף די וועלט, אבער אויף יענע וועלט איז דאך נישטא די אלע גשמיות'דיגע זאכן, טא ווי אזוי איז השי"ת מקיים מצות צדקה אויף יענע וועלט? אז דער אויבערשטער וועט שענקן פאר מיילעכן אביסל עולם הבא, וועט ער דערמיט מקיים זיין מצות צדקה...
* * *
ויאמר ה' סלחתי
דער "איד הקדוש" זצ"ל האט אמאל געזאגט ווען איך בין געווען א קינד, און איך האב געלערנט אל"ף-בי"ת ביי א מלמד, האב איך זיך אפגעלערנט א גרויסן כלל, אז אויב צוויי אידן זיצן צוזאמען און טרינקען א גלעזעלע משקה, און יעדער איינער איז זיך מבטל פארן צווייטן, און האלט זיך נישם גרעסער פון יענעם, דאן איז דער אויבערשטער מוחל פאר זיי זייערע עבירות, ווייל ווען איך האב געפרעגט מיין דעמאלמט'דיגן רבין וואס איז דאס א פינטעלע? האט ער מיר גענטפערט: "א יוד". האב איך אים געפרעגט און וואס איז דאס צוויי פינטעלעך?" האט ער מיר געענטפערט: "צוויי יודי"ן זענען דער הייליגער שם, דער .נאמען פונעם אויבערשטן שפעטער ווען איך האב געזען צוויי פינטעלעך איינם העכער דעם אנדערן ( ְ ) האב איך אויך געמיינט אז דאס איז א "שם", האט מיר דאן דער מלמד ערקלערט - דו זאלסט שטענדיג געדענקען דעם כלל, ווען די צוויי יודי"ן זענען גלייך, קיינער איז נישט העכער פונעם צווייטן, איז עם א שם, אבער טאמער זענען די יודי"ן איינער העכער דעם צווייטן, איז דאם נישט קיין שם.
דערפון האב איך ביי מיר געלערנט, אז אויב צוויי אידן זיצן צוזאמען, און קיינער האלט זיך נישט העכער פונעם צווייטן, דאן זענען זיי אין א בחינה. פון א שם. און "כוס" איז די ראשי תיבות פון "ויאמר סולחתי כדברך", פעלט נאך דערפון דעם שם הוי"ה, און די צוויי אידן וועלכע טרינקען צוזאמען אויף דעם וועג, נישט האלטנדיג זיך גרעסער איינער פון צווייטן, זענען זיי משלים דעם שם, און דאן איז דער פסוק ווי עס דארף צו זיין: "ויאמר ה' סלחתי כדברך"!

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה