הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

גדילים תעשה לך - מצות ציצית

Go down

גדילים תעשה לך - מצות ציצית Empty גדילים תעשה לך - מצות ציצית

הודעה על ידי גערטנער Sun Jun 14, 2009 1:38 am

גדילים תעשה לך
אין די וואָכענדיגע סדרה (שלח) ווערט דערמאנט די מצוה פון ציצית, און ווייל עס ווערט דערמאנט נעבן עם איסור פון שעטנז, לערנט ר' אלעזר ארויס אין מס' יבמות (ד.), דעם באקאנטן כלל "עשה דוחה לא תעשה", אז דער מצות עשה פון ציצית איז דוחה דעם לא תעשה פון שעטנז, און מען מעג לייגן ציצית פון וואהל אויב א בגד פון פשתן. רש"י ז"ל ברענגט אין פרשת יתרו אז די צוויי פסוקים גדילים תעשה לך מיט שעטנז זענען געזאגט געווארן בדיבור אחד. מיר האבן דא צוזאמען גענומען די זעקס נעמען וואס עס איז דא אויף די מצוה.


- שמות המצוה -


ציצית
אין פרשת שלח רופט עס די תורה אָן ציצית, אַזוי ווי עס שטייט אין פסוק, וְעָשׁוּ לָהֶם "צִיצִית", רש"י ז"ל ברענגט דאָרט צוויי טייטשן אויף דעם וואָרט ציצית.
א) וועגן די פעדעמעס הייסט דאָס ציצית, אַזוי ווי די האָר פונעם קאָפ הייסן אויך ציצית ווי עס שטייט אין פסוק "וַיִקָחֵנִי בְּצִיצִית רֹאשִׂי" ער האָט מיר גענומען ביי די האָר פון מיין קאָפ.
ב) ציצית איז אַ לשון פון זעהן, ווייל די ציצית דאַרף מען כסדר זעהן, אַזוי ווי עס שטייט "וּרְאִיתֶם אוֹתוֹ, און עס איז דאָ אַ פסוק אין שיר השירים "מֵצִיץ" מִן הַחַרַכִּים, דער אויבערשטער קוקט אַרויס פון די שפאַלטן.
און אַזוי אויך זאָגט דער זוהר אין פרשת שלח אַז דער ציץ פונעם כהן גדול הייסט "ציץ" ווייל עס איז געמאַכט אַז יעדער זאָל עס זעהן, נאָר "ציץ" איז אַ לשון זכר, און "ציצית" איז אַ לשון נקבה.

פתיל
אין פסוק שטייט "פְּתִיל" תְּכֵלֶת, דאָס וואָרט פתיל מיינט אַ פאָדעם וואָס איז צוזאַמען געדרייט מיט נאָך פעדעמעס, אָבער אַ פאָדעם וואָס איז נישט צוזאַמען געדרייט ווערט אָנגערופן "חוּט".

תכלת
אין פסוק שטייט פְּתִיל "תְּכֵלֶת", דאָס וואָרט תכלת האָט דריי משמעות.
א) רש"י לערנט אַז תכלת איז אַ לשון פון פאַרלענדן, און דאָס איז מרמז אַז דער אויבערשטער האָט אויסגע'הרג'ט די בכורים אין מצרים, און רש"י ברענגט אַז דער תרגום זאָגט אויף פאַרלענדן "תִּכְלָא".
ב) אין זוהר פרשת פנחס שטייט אַז תכלת איז אַ לשון פון "תַּכְלִית" אַז אַ מענטש זאָל קוקן אויף די ציצית און פאַרשטיין וואָס איז זיין תַּכְלִית.
ג) נאָך זאָגן מפרשים אַז תכלת איז אַ לשון פון אַ סוף "תִּכְלָה", און דאָס איז צו דערמאַנען דעם מענטש אַז עס איז דאָ אַ סוף צו זיין לעבן.

טלית
אין לשון המשנה וועט די ציצית אָנגערופן "טלית", און דער רבינו בחיי זאָגט ווייל טלית איז אַ לשון פון דערהויבן, אַזוי ווי עס שטייט אין פסוק "וּנְטִילַת מִן אַרְעָא", אז ער האט מיך אויפגעהויבן פון די ערד, און דער ציצית טוט אַ מענטש דערהייבן צום אויבערשטן.

גדילים
אין די וואכענדיגע סדרה שטייט "גדילים" תעשה לך, דאס ווארט גדילים האט אויך דריי משמעות.
א) דער אברבנאל זאגט אז גדילים איז א לשון פון וואקסן "גדלים" און די ציצית וואקסן פון אויבן ווערן זיי אנגערופן גדילים.
ב) דער רבינו בחיי זאגט אז גדילים איז א לשון פון גרויסקייט "גדול", און ווען מען טוט אן דעם טלית זאגט מען דעם פסוק ה' אלוקי "גדלת" מאד הוד והדר לבשת, דערפאר הייסט די ציצית גדילים.
ג) עס איז א לשון פון א קניפ, און וויבאלד עס האט פון אויבן פינעף קניפן הייסט דאס גדילים.

כרוספדון
דער תרגום זאָגט אין פרשת שלח אויף דעם וואָרט ציצית "כְּרוּסְפְּדִין".
אין די גמרא איז פאַרהאַנען אַן אמורא וואָס הייסט ר' כרוספדאי, זאָגט דער סדר הדורות אַז דער אמורא האָט זעהר מחבב געוועהן די מצוה פון ציצית דערפאַר הייסט ער כרוספדאי אַזוי ווי די תרגום טייטשט דעם וואָרט ציצית.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה