הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

חומש רש"י בעיון פרשת שלח

Go down

חומש רש"י בעיון פרשת שלח Empty חומש רש"י בעיון פרשת שלח

הודעה על ידי גערטנער Sun Jun 14, 2009 1:34 am

(י"ג, ב') "שלח לך אנשים ויתרו את ארץ כנען אשר אני נתן לבני ישראל איש אחד איש אחד וגו'". אין די ירושלמי, איז דא א מחלוקת רבי ישמעאל מיט רבי עקיבא, וויפיל מרגלים זענען געשיקט געווארן. רבי ישמעאל האלט, אז מען האט געשיקט צוועלף מרגלים, אזוי ווי עס איז משמע פון פסוק. רבי עקיבא האלט אז מען האט געשיקט פיר און צוואנציג מרגלים. ער איז מדייק די דאפעלטע לשון "איש אחד איש אחד", אז דאס קומט צו לערנען, אז מען האט געשיקט צוויי מענטשן פון יעדן שבט.

(י"ג, ג') "וישלח אתם משה ממדבר פארן על פי ה' כלם אנשים ראשי בני ישראל המה". זאגט דער בעל הטורים, אז דאס זענען געווען פון די שרי חמשים, וואס משה רבינו האט באשטימט אין פרשת יתרו. "המה", באטרעפט פופציג, צו לערנען אז זיי זענען געווען די שרי חמשים.
דער חזקוני זאגט, אז זיי זענען געווען פון די שרי אלפים.

(י"ג, ד') "ואלה שמותם למטה ראובן שמוע בן זכור". מיר זעהן נישט קיין שום סדר, ווי אזוי די שבטים ווערן דא אויסגערעכנט, נישט לויט די סדר פון זייער עלטער, און נישט לויט די סדר פון די דגלים.
זאגט דער רמב"ן, אז זיי ווערן דא אויסגערעכנט לויט זייער חשיבות. דער נשיא וואס איז געווען מער חשוב, ווערט זיין שבט אויסגערעכנט ערשט.
זאגן די מפרשים, אז פון דעם זעהן מיר, אז די מענטשן זענען געווען זייער גרויס, ווייל יהושע ווערט דא אויסגערעכנט די פיפטע, קומט אויס, אז די אלע וואס זענען אויסגערעכנט פאר אים, זענען געווען גרעסער פון יהושע.

(י"ג, ו') "למטה יהודה כלב בן יפנה". די גמרא זאגט אין מסכת סוטה (דף י"אSmile, אז זיין טאטע'ס נאמען איז געווען חצרון, אזוי ווי עס ווערט דערמאנט אין נ"ך, נאר וועגן דעם רופט מען אים דא "יפנה", שפנה מעצת מרגלים, ווייל ער האט זיך אוועק געקערט פון די עצה פון די מרגלים.

(י"ג, ח') "למטה אפרים הושע בן נון". פארוואס שטייט די ווארט "בן" מיט א חיריק אונטער די ב', און נישט מיט קיין סגול, אזוי ווי עס שטייט אייביג ביי די ווארט בן? זאגט דער רמב"ן אין פרשת בשלח צוויי תירוצים.
א- עס איז אסאך מאל די שטייגער פון די תורה צו שרייבן בן מיט א חיריק, אזוי ווי מיר טרעפן ביי די פרשה פון מלקות "והיה אם בן הכות הרשע", און אזוי אויך ביי נאך ערטער.
ב- מען האט אים אזוי גערופן פאר זיין כבוד, ווייל ער איז געווען די גרעסטע פון די תלמידים פון משה רבינו, און מען האט אים גערופן "בינון", וואס דאס איז א לשון פון וויסנשאפט, ווייל עס איז נישט געווען א נבון אזוי ווי אים. (ווייטער אין פסוק ט"ז איז דא נאך א תירוץ אויף דעם עיין שם)

(י"ג, י"א) "למטה יוסף למטה מנשה גדי בן סוסי". דער דעת זקנים מבעלי תוס' ברענגט א מדרש, אז דא האט יוסף גענומען זיין באלוינונג, פארדעם וואס ער האט גערעדט לשון הרע אויף זיינע ברודער. וועגן דעם טוט די פסוק מיחס זיין יוסף צו די נשיא פון שבט מנשה, און נישט צו די נשיא פון שבט אפרים, ווייל די נשיא פון שבט מנשה האט גערעדט לשון הרע אויף ארץ ישראל, און די נשיא פון שבט אפרים האט נישט גערעדט לשון הרע אויף ארץ ישראל. (אויבן אין פרשת במדבר, זאגט דער רמב"ן די זעלבע, עיין לעיל באמרי שפר שם)
זאגט דער חזקוני, דאס איז אויך דער טעם, פארוואס די פסוק האט דא אפגעטיילט שבט אפרים פון שבט מנשה, ווייל איינער האט יא גערעדט לשון הרע, און דער אנדערע האט נישט גערעדט לשון הרע.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חומש רש"י בעיון פרשת שלח Empty Re: חומש רש"י בעיון פרשת שלח

הודעה על ידי גערטנער Sun Jun 14, 2009 1:35 am

(י"ג, ט"ז) "אלה שמות האנשים אשר שלח משה לתור את הארץ ויקרא משה להושע בן נון יהושע". די מפרשים ברענגען א ירושלמי אין מסכת סנהדרין (פ"ב הלכה ו'), ר' הושעיא האט געזאגט, די יו"ד וואס איז אוועק גענומען געווארן פון די נאמען שרי, ווען מען האט געטוישט איר נאמען פון שרי צו שרה, איז ארויף געגאנגען צום אויבערשטער, און ער האט געזאגט, האר פון דער וועלט! דו האסט מיר ארויס געריסן פון די צדיקת שרה!
האט דער אויבערשטער געענטפערט, פריער ביסטו געווען אין די נאמען פון א נקבה, און דו ביסט געווען ביים סוף פון די נאמען, איך שווער ביי דיין לעבן, אז איך וועל דיר אריין לייגן אין די נאמען פון א זכר, און דו וועסט זיין ביים אנהויב פון זיין נאמען. דאס איז דא ביי די נאמען הושע, וואס מען האט צוגעלייגט די יו"ד אין אנהויב פון זיין נאמען.
זאגן די מפרשים, אז מיט דעם קען מען אויך פארענטפערן, פארוואס עס איז דא א חיריק אונטער די ב' פון די ווארט בן און נישט קיין סגול, ווייל די יו"ד וואס איז געקומען פון שרי, האט נישט קיין געהאט קיין נקודות, און ביי יהושע האט עס באקומען א שו"א, אויב אזוי, פון וואו האט מען גענומען דעם שו"א? נאר מען האט צוגענומען צוויי פונטליך פון די סגול וואס איז אונטער די ווארט בן, און דאס האט מען צוגעלייגט אונטער די יו"ד פון יהושע, און אזוי איז געבליבן נאר א חיריק אונטער די ווארט בן.

(שם) "ויקרא משה להושע בן נון יהושע". די מפרשים שטעלן זיך, פארוואס האט ער געדארפט טוישן זיין נאמען? דער טור על התורה זאגט, אז משה האט געוואלט, אז מען זאל אים נישט דערקענען. יהושע איז געווען דער, וואס האט געהאלטן מלחמה מיט עמלק, און ער האט זיי איינגענומען, און יעצט קומען זיי אן אויף די פלאץ וואו די עמלקים וואוינען, האט משה געטוישט זיין נאמען, כדי מען זאל נישט דערקענען ווער ער איז.

(י"ג, י"ז) "וישלח אתם משה לתור את ארץ כנען ויאמר אלהם עלו זה בנגב ועליתם את ההר". זאגט דער חזקוני, וועגן דעם האט ער זיי געהייסן אז זיי זאלן ארויף גיין דעם בארג, ווייל דער ערשטער זאך דארף מען זעהן ווי אזוי איינצונעמען דעם בארג, און אויב מען וועט אייננעמען דעם בארג, וועט מען שוין גרינג קענען ווייטער אייננעמען, ווייל ווען מען האלט מלחמה פון א בארג, איז גרינג צו באזיגן דעם שונא, וואס שטייט פון אונטן.

(י"ג, כ') "והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ והימים ימי בכורי ענבים". משה רבינו האט געזאגט פאר די מרגלים, אז זיי זאלן זיך שטארקן, און זיי זאלן נעמען פון די פירות פון ארץ ישראל, כדי צו ווייזן פאר די אידן. פרעגט דער רמב"ן, פארוואס האט אויסגעפעהלט אז זיי זאלן זיך דארפן שטארקן, צו נעמען פירות פון דארט?
ענטפערט דער רמב"ן, ווייל אויב די מענטשן וועלן באמערקן, אז זיי טראגן ארויס פון דארט די פירות, וועט מען דערקענען אז זיי זענען מרגלים, און מען וועט זיי אפשר כאפן. וועגן דעם האבן זיי געדארפט האבן חיזוק, אז זיי זאלן נישט מורא האבן.
דער חזקוני זאגט, אז די פסוק אליין זאגט פארוואס זיי האבן געדארפט האבן חיזוק, ווייל וויבאלד עס איז געווען די צייט וואס די טרויבן ווערן געצייטיגט, ממילא זענען געשטאנען שומרים אין אלע פעלדער, כדי אפצוהיטן אלע פרוכט, ממילא האבן זיי געדארפט האבן חיזוק, אריין צו גיין אין די פעלדער, און צו נעמען פון די פרוכט, אפילו עס שטייען דארט שומרים.
דער ילקוט ראובני ברענגט א מכילתא, אז ווען די מרגלים זענען אריין געגאנען אין ארץ ישראל, יעדע מענטש וואס האט זיי געזעהן, און ער האט געזאגט, אז דאס זענען די מרגלים פון די אידן, איז געווארן פלוצלינג אזוי ווי א שטיין.

(י"ג, כ"ב) "ויעלו בנגב ויבא עד חברון ושם אחימן ששי ותלמי ילידי הענק וגו'". זאגט רש"י, אז כלב אליין איז דארט געגאנגען (וועגן דעם שטייט א לשון יחיד "ויבא" עד חברון), און ער האט מתפלל געווען אויף די קברים פון די אבות, אז ער זאל נישט ווערן איבערגערעדט פון די מרגלים, צו האלטן אזוי ווי זיי.
דער רד"ק זאגט אין נביא יהושע (קאפיטל י"ד פסוק ט'), אז וועגן דעם איז נאר כלב דארט געגאנגען, ווייל די אנדערע מרגלים האבן מורא געהאט דארט צו גיין, ווייל דארט האבן געוואוינט די גרויסע ריזן, און זיי האבן מורא געהאט פון די ריזן. דאס איז די כונה פון די המשך פון די פסוק "ושם אחימן ששי ותלמי ילידי הענק". די פסוק וויל געבן צו פארשטיין פארוואס די אנדערע זענען נישט געגאנגען.
מיר דארפן אבער פארשטיין, פארוואס איז יהושע נישט געגאנגען דארט? ווייטער אין קאפיטל י"ד פסוק כ"ד, זאגט דער אור החיים הקדוש, ווייל יהושע האט נישט געדארפט מתפלל זיין ביי די קברי אבות, אז ער זאל געראטעוועט ווערן פון די עצה פון די מרגלים, ווייל ער האט געהאט די ברכה פון די צדיק משה רבינו, ממילא איז ביי אים נישט אפילו געווען א גדר פון א נסיון. אבער כלב וואס ער האט נישט געהאט די ברכה פון דער צדיק, האט געהאט שווערע נסיונות, זיך צו קענען האלטן, האט ער געדארפט יא גיין מתפלל זיין ביי די קברי אבות.

(י"ג, כ"ד) "למקום ההוא קרא נחל אשכול על אדות האשכול אשר כרתו משם בני ישראל". פארוואס האט מען עס א נאמען געגעבן "נחל" אשכול, פארוואס האט מען עס נישט א נאמען געגעבן אשכול אליין?
זאגט דער תרגום יונתן, אז עס איז גערינען אזוי פיל וויין פון דעם אשכול, אז עס איז געווארן אזוי ווי א נחל פון וויין. וועגן דעם האט מען עס א נאמען געגעבן נחל אשכול.

(י"ג, ל"ג) "ושם ראינו את הנפילים בני ענק מן הנפלים וגו'". דער דעת זקנים מבעלי תוס' זאגן צוויי פשטים, פארוואס די ריזן ווערן אנגערופן מיט די לשון "נפילים".
א- דאס איז א לשון פון פלא, וואונדער, אלע וואס קוקן אן אויף די ריזן טוען זיך וואונדערן אויף זייער הויכקייט.
ב- עס איז א לשון פון נפילה, פאלן, ווער עס זעהט זיי, האט מורא, אז ער זאל נישט ארויף פאלן אויף אים.

(י"ד, ג') "ולמה ה' מביא אתנו אל הארץ הזאת לנפל בחרב וגו'". דער בעל הטורים זאגט, אז די חטא פון די מרגלים האבן גורם געווען צו די חורבן בית ראשון, און אויך האט עס צוגעברענגט צום שטער, פון אויפבויען די בית שני אין די צייט פון המן.

(י"ד, ט') "אך בה' אל תמרדו ואתם אל תיראו את עם הארץ כי לחמנו הם סר צלם מעליהם וה' אתנו אל תיראם". יהושע און כלב האבן געזאגט צו כלל ישראל, אז מען זאל נישט ווידערשפעניגן אין דער אויבערשטער, און איר דארפט נישט מורא האבן פון די גוים פון ארץ ישראל, ווייל זיי זענען אזוי ווי אונזער ברויט. (דאס מיינט אז מיר וועלן זיי פארלענדן אזוי ווי מען פארלענד ברויט, ווען מען עסט עס) עס האט זיך אפגעטוען די שאטן פון זיי, און דער אויבערשטער איז מיט אונז, ממילא דארפט איר נישט מורא האבן פון זיי.
די ראשונים שטעלן זיך אויף די ווערטער "סר צלם מעליהם", די שאטן האט זיך אפגעטוען פון זיי. וואס איז די כונה פון די ווערטער? רש"י זאגט צוויי פשטים.
א- עס האט זיך אפגעטוען זייער שאטן, אז דער צדיק איוב וואס האט באשיצט אויף זיי, אזוי ווי א שאטן פון א בוים טוט באשיצן אויף דער מענטש פון די זין, איז שוין געשטארבן.
ב- "צלו של מקום סר מעליהם", דער שאטן פון דער אויבערשטער האט זיך אפגעטוען פון זיי. דאס מיינט אז דער אויבערשטער טוט זיי מער נישט שיצן, ממילא וועט מען זיי קענען גרינג אייננעמען.
ג- דער אבן עזרא זאגט, אז "צלם" מיינט זייער פאנצער, וואס מען טוט זיך דערמיט באשיצן פון די שפיזן פון די שונה, בשעת מען איז אין א מלחמה. דאס האלט מען אין די הענט, און מען טוט דערמיט פארשטעלן די שפיזן פון דעם שונא.
די פסוק מיינט צו זאגן, אז עס איז געפאלן אזא גרויסע פחד אויף די גוים, אז זיי האבן שוין אפגעטוען די פאנצער, דאס מיינט אז זיי האבן אראפ געלייגט זייער געווער, און זיי האלטן נישט ביי גיין אין מלחמה מיט אונז.
דער רמב"ן פירט אויס, אז דאס איז א גוטע פשט.
ד- דער רמב"ן זאגט, אז עס איז באקאנט אז אין די נאכט פון הושענא רבה, קען א מענטש זעהן, צו ער וועט אויסלעבן די קומענדיגע יאר. אויב ער גייט ארויס ביינאכט צו די ליכטיגקייט פון די לבנה, און ער זעהט נישט די שאטן פון זיין קאפ, איז א סימן אז ער וועט נישט אויסלעבן די יאר.
דאס מיינט די פסוק צו זאגן, "סר צלם מעליהם", זייער שאטן האט זיך אפגעטוען פון זיי, וואס פון דעם זעהט מען אז זיי וועלן געהרג'עט ווערן, און מען דארף גארנישט מורא האבן פון זיי.
ה- עס איז באקאנט וואס די חז"ל זאגן, אז יעדע פאלק האט א מלאך, א שר אין הימל. פאר דער אויבערשטער טוט שטראפן א פאלק, טוט ער קודם מאכן פאלן זייער האר אין הימל, וואס טוט באשיצן אויף זיי.
זאגט די פסוק "סר צלם מעליהם", אז עס איז שוין אפגעטוען געווארן געווארן זייער שר אין הימל, וואס טוט באשיצן אויף זיי, און ממילא דארף מען זיך נישט זארגן, ווייל זיי האבן שוין נישט קיין שום כח.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חומש רש"י בעיון פרשת שלח Empty Re: חומש רש"י בעיון פרשת שלח

הודעה על ידי גערטנער Sun Jun 14, 2009 1:35 am

(י"ד, י') "ויאמרו כל העדה לרגום אתם באבנים וגו'". רש"י זאגט אז זיי האבן געוואלט פארשטיינערן יהושע און כלב, און אזוי זאגט אויך דער אבן עזרא. אבער אין תנא דבי אליהו (פרק כ"ט) איז משמע, אז זיי האבן געוואלט פארשטיינערן משה און אהרן.

(י"ד, כ"ד) "ועבדי כלב עקב היתה רוח אחרת עמו וימלא אחרי והביאתיו אל הארץ אשר בא שמה וזרעו יורשנה". פרעגן די מפרשים, וואס איז מיט יהושע, פארוואס זאגט נישט דער אויבערשטער, וואס יהושע וועט באקומען פאר זיין שכר, וואס ער איז אויך נישט מיט געגאנגען מיט די עצה פון די מרגלים? עטליכע תירוצים זענען דא אויף דעם אין די מפרשים.
א- דער רמב"ן זאגט, ווייל עס פאסט נישט, אז מען זאל דא זאגן די שכר פון יהושע, אז ער וועט איבער נעמען די הנהגה פון כלל ישראל, נאכדעם וואס משה וועט נסתלק ווערן, ווייל וויבאלד דער אויבערשטער רעדט דא צו משה רבינו.
זאגט דער רמב"ן, ווייטער אין פסוק ל' שטייט "כי אם כלב בן יפונה ויהושע בן נון", רעכנט ער אויס כלב בן יפונה פאר יהושע בן נון, ווייל כלב האט אנגעהויבן זיך צו קריגן אויף די מרגלים, און נאכדעם האט יהושע אויך געקריגט אויף זיי. ווייטער אין פסוק ל"ח, שטייט, "ויהושע בן נון וכלב בן יפונה חיו מן האנשים", דארט האט משה רבינו אויסגערעכנט יהושע ערשט, ווייל יהושע איז געווען גרעסער פון כלב בן יפונה אין חכמה.
ב- דער אור החיים הקדוש זאגט, ווייל יהושע בן נון האט נישט געהאט קיין שום מלחמה מיט זיין יצר הרע, אז ער זאל נישט מיט שטיין מיט די מרגלים, ווייל וויבאלד משה רבינו האט אויף אים מתפלל געווען "י-ה יושיעך מעצת מרגלים", און מיר ווייסן אז עס איז דא א כח אין די תפילה פון א צדיק, צוריק צו האלטן א מענטש פון א חטא.
אבער כלב בן יפונה, וואס ער האט נישט געהאט די תפילה פון א צדיק, ממילא האט ער זיך געדארפט שטארק ראנגלען מיט זיין יצר הרע, וועגן דעם גיט אים די תורה א ספעציעלע שכר אויף דעם. דאס איז די כונה פון די ווערטער "עקב היתה רוח אחרת עמו", ווייל ער האט געהאט אן אנדערע גייסט מיט זיך, דאס מיינט, אז ער האט געהאט א גייסט, וואס האט אים געוואלט מאכן זינדיגן, און פון דעסטוועגן האט ער זיך געהאלטן פעסט מיט זיין ערליכקייט.
ג- דער פענח רזא ענטפערט, ווייל די עיקר פון די שכר פון דעם פסוק, איז דאס וואס די פסוק זאגט צום סוף "וזרעו יורשנה", אז זיינע קינדער וועלן פארטרייבן די גוים פון ארץ ישראל, און זיי וועלן עס ירש'ענען. די חז"ל דרש'ענען אין מסכת פסחים (דף קי"ט), אז יהושע האט נישט געהאט קיין זון, ממילא איז ביי אים נישט געווען שייך דעם ברכה.

(י"ד, כ"ט) "במדבר הזה יפלו פגריכם וכל פקדיכם לכל מספרכם מבן עשרים שנה ומעלה אשר הלינתם עלי". אין די ירושלמי שטייט ווי אזוי די דור המדבר איז געשטארבן די פערציג יאר וואס זיי זענען געווען אין די מדבר. יעדן ערב תשעה באב, איז ארויס געגאנגען אן אויסרופונג פון משה, אז יעדע איד זאל גראבן פאר זיך א קבר, און יעדע האט גענעכטיגט דעם נאכט פון תשעה באב אין זיין קבר.
מארגן צופרי האט מען אויסגערופן, אז די לעבעדיגע זאלן זיך אפשיידן פון די טויטע, און יעדע וואס איז געבליבן לעבן, איז ארויס געגאנגען פון זיין קבר, און יעדע וואס האט געדארפט שטארבן, איז א ווארעם ארויס געגאנגען פון זיין נאפל, און עס איז אריין געקראכן אין זיין מויל, און אזוי איז ער געשטארבן.

(ט"ו, ל"ב) "ויהיו בני ישראל במדבר וימצאו איש מקשש עצים ביום השבת". עס זענען דא דריי שיטות אין די חז"ל, וואס דער איד האט געטוען, וואס מיט דעם האט ער מחלל שבת געווען.
א- איינער האלט, אז ער האט אויסגעריסן גראזן פון דער ערד.
ב- איינער האלט אז ער האט געטראגן פיר איילן אין דער רשות הרבים.
ג- איינער האלט אז ער האט צוזאמען געקליבן די תבואה, און ער האט געמאכט א שייער מיט בינטלעך, וואס דאס איז די מלאכה פון מעמר.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה