הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

לקוטים על פרשת שלח

Go down

לקוטים על פרשת שלח Empty לקוטים על פרשת שלח

הודעה על ידי גערטנער Sun Jun 14, 2009 1:31 am

שלח לך.
זאגט רש"י לדעתך וכו' חייהם שאני נותן להם מקום לטעות וכו'.
מען דארף צו פארשטיין דעם לשון "חייהם" פארוואס כאפט אן די אייבערשטער אזא לשון.
עס שטייט אין ספר אמרי נועם, איך האב געזעהן אין ספרים שטיין: אז וועגן דעם איז געבליבן יענעם דור אין מדבר און זענען נישט אריין געגאנגען אין א"י, כדי אז אלע מענטשן פון חוץ לארץ זאלן אויפשטיין שפעטער "תחיית המתים" אין זייער זכות, לויט דעם קען מען זאגן אז דאס מיינט רש"י צו זאגן "חייהם" צוליב זייער אייביגע לעבן דאס מיינט "תחיית המתים" -"אני נותן להם מקום לטעות" וועל איך זיי געבן א פלאץ זיך טועה צו זיין אין די רייד פון די מרגלים אזוי וועלן זיי נישט ירש'נען דאס לאנד, ווייל דורך זייער זכות וועלן אלע מתים אויפשטיין שפעטער תחיית המתים.
(דברי יואל)
*
נאך א ביאור קען מען זאגן: לויט ווי עס ווערט געברענגט אין מכילתא אין פרשת בשלח אויף די פסוק "ולא נחם אלקים דרך ארץ פלשתים" - די אייבערשטער האט נישט אריין געברענגט די אידן גלייך אין ארץ ישראל, נאר זיי געפירט א קרומע וועג פון פלשתים, ווייל אויב וואלטן די אידן געגאנגען גלייך אין א"י וואלט יעדער געגאנגען צו זיין וויינגארטן און צו זיין פעלד, און קיינער וואלט נישט געלערנט קיין תורה, און די תורה וואלט אינגאנצן צושטערט געווארן, דעריבער האט די אייבערשטער זיי ארומגעפירט אין מדבר 40 יאר און זיי געגעבן מן און געגעבן צו טרינקן פונעם באר, אזוי וועט זיך איינזאפן די תורה אין זייער גוף, איז כדי עס זאל דאס קענען געשעהן, האט די אייבערשטער געדארפט מאכן, אז עס זאל זיך אינטערפירן די ענין פון די מרגלים פאר די טובה פון די אידן און פאר זייער זכות, ווייל אזוי וועלן זיי זיך אויפהאלטן אין מדבר און וועלן לערנען תורה.
דאס קען זיין וואס רש"י זאגט - אמר הקב"ה "חייהם" וכו' שאני נותן להם מקום לטעות - ער מיינט צו זאגן: וועגן די תורה וואס ווערט אנגערופן די לעבן פונעם מענטש אזוי ווי מ'זאגט ביים דאווענען - כי הם "חיינו ואורך ימינו" - וועל איך געבן פאר די אידן זיי זאלן זאלן זיך טועה זיין אין די רייד פון די מרגלים אזוי וועלן זיי נישט ירשנ'ן גלייך א"י, אזוי וועלן זיי זיין פארנומען מיט לערנען תורה.
(דברי יואל)

שלך לך אנשים
עס ווערט געברענגט אין מדרש רבה "זה שאמר הכתוב (משלי כו ו) שולח דברים ביד כסיל, לא נקראו מרגלים כסילים אלא על שהוציאו דבה על הארץ שנאמר (משלי י יח) ומוציא דבה הוא כסיל ע"כ. די מרגלים ווערן אנגערופן כסילים - נערנים - ווייל זיי האבן גערעדט שלעכטס און עס שטייט אין משלי ווער עס רעדט לשון הרע דער איז א נער.
די חתם סופר זאגט: אז דאס איז א מרומז אין די סופי תבות פון די ווערטער - "של'ח ל'ך אנשי'ם ויתור'ו א'ת - ח"ך מ' ו"ת, - איז אויב וועלן די מרגלים זיין חכמים, וועלן זיי נישט רעדן קיין שלעכטס, וועט זיך די אות מ' מצרף זיין צו ח"ך און עס וועט מאכן חכ"ם, וויבאלד זיי רעדן נישט קיין לשון הרע זענען זיי חכמים, און עס וועט זיך נישט מצרף זיין צו די "ו"ת" אבער אויב וועלן זיי יא רעדן שלעכטס דעמאלס וועט זיך די מ' נישט מצרף זיין צו די ח"ך נאר צו די ו"ת און עס וועט מאכן "מו"ת - טויט" .
לויט דעם קען מען גוט פארשטיין וואס שלמה זאגט אין (קהלת ב יד) "החכם עיניו בראשו והכסיל בחושך הולך" דער חכם לייגט זיינע אויגן אויף די אנהייב, דאס איז מרמז אז ער מאכט אז די מ' זאל זיך מצרף זיין צו די אנהייב, וואס דעמאלס מאכט דאס "חכ"ם" וואס דאס איז נאר דורך דעם וואס מ'רעדט נישט קיין שלעכטס, אבער דער כסיל -נער דאס מיינט וואס שלמה המלך רופט אן כסיל "דער וואס רעדט לשון הרע", איז ער גורם אז די מ' זאל זיך מצרף זיין צו די סוף ווארט און עס מאכט "מו"ת" און דאס מיינט -והכסיל בחושך הולך - ווייל חוש"ך איז מרמז אויף טויט ווי עס שטייט אין (מדרש תנחומא וישב ס"ד) "חושך זה מלאך המות המחשיך פניהם של הבריות", דער מלאך המות ווערט אנגערופן חושך צוליב דעם וואס ער מאכט פינצטער די אויגן פון די מענטשן.
(ברך משה)

שלח לך אנשים
זאגט רש"י: לדעתך. אויב דו ווילסט קענסטו שיקן מרגלים אבער איך הייס דיר נישט שיקן.
לכאורה איז שווער א קשיא, אויב שיקן מרגלים איז א גוטע זאך, פארוואס האט דער אויבערשטער נישט געהייסן שיקן ? און אויב עס איז נישט קיין גוטע זאך, פארוואס טאקע האט דער אויבערשטער אים נישט צוריק געהאלטן פון שיקן ?
מען קען ענטפערן, ווייל עס שטייט אז פון אויבערשטן קומט נישט ארויס קיין שלעכטס. דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אז ער וועט נישט אריין גיין אין ארץ ישראל.
קומט אויס, אויב וואלט מען נישט געשיקט מרגלים וואלטן די אידן גלייך אריין אין ארץ ישראל, דאס איז א טובה פאר די אידן, אבער א שלעכטס פאר משה רבינו ווייל ער וואלט געשטארבן פריער.
אויב וועט מען יא שיקן מרגלים וועלן די אידן נישט אריין אין ארץ ישראל ביז 40 יאר דאס איז א טובה פאר משה רבינו אז ער וועט נישט תיכף שטארבן, אבער עס איז א שלעכטע זאך פאר די אידן, ווייל זיי וועלן דארפן זיין אין מדבר 40 יאר. קומט אויס אז ווי אזוי מען וועט טוען וועט פאר איינעם נישט זיין גוט.
וועגן דעם האט דער אויבערשטער געזאגט פאר משה רבינו שלח לך קענסט שיקן מרגלים דאס וועט זיין א טובה נאר פאר דיר. אבער ווייל דורך דעם וועט ארויס קומען א שלעכטע זאך פאר די אידן, קען איך דיר נישט הייסן שיקן.
(פנינים יקרים)

שלח לך אנשים ויתרו את ארץ כנען אשר אני נותן לבני ישראל וגו' (יג-)
עס ווערט געברענגט אין ספר עמודי שבעה בשם האר"י הקדוש אז די מרגלים זענען געווען די נשמות פון די הייליגער שבטים (די צען ברידער וואס זענען געקומען צו יוסף הצדיק.) און וועגען דעם האט יוסף הצדיק מרמז געווען צו די ברידער "מרגלים אתם" איר גייט שפעטער זיין די מרגלים. די ברידער האבען אבער נישט פארשטאנען וואס יוסף מיינט, האבען זיי געענפערט "לא היו עבדיך מרגלים" מיר זענען נישט געווען פריער מרגלים! מיר וועלען ערשט זיין מרגלים אין די צייטען פון משה רבינו. מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס מען האט זיי אנגערופען "אנשים-צדיקים", ווייל דאס זענען דאך געווען די הייליגע "שבטי י-ה".
(אר"י ז"ל)

כולם אנשים ראשי בני ישראל המה.
ברש"י: ואותה שעה כשרים היו. (יג ג)
לכאורה זענען די ווערטער "באותה שעה" איבריג, רש"י וואלט געקענט זאגן נאר די ווערטער "כשרים היו"? מען קען דאס זייער שיין מפרש זיין בדרך חשבון:
מיר ווייסען אז די אידן האבן שפעטער באצאלט פאר די עבירה אז מ'אז געבליבן אין מדבר 40 יאר, "יום לשנה" - פאר יעדען טאג וואס די מרגלים האבן שפיאנירט אין ארץ ישראל איז מען געבליבן אין מדבר א יאר.
אויב מיר זאלן דאס רעכענען אויף שעות, וועט אויסקומען אז אויף יעדע שעה וואס די מרגלים זענען געווען אין ארץ ישראל, איז מען געווען אין מדבר א האלבע חודש, ווייל 40 טעג איז 960 שעה, און 40 יאר איז 480 חדשים, און צוויי מאל 480 איז 960, קומט אויס אז אין פערציג יאר איז דא 960 האלבע חדשים, קומט אויס א שעה פאר א האלבע חודש.
און מיר ווייסען אז די אידן זענען נישט געווען אין מדבר גאנצע 40 יאר, ווייל זיי זענען ארויס פון מצרים י"ד ניסן, און אריין אין ארץ ישראל י' ניסן, פעלט דאך 4 טעג. אויך 11 טעג פון די 40 יאר וואלטן זיי דאך סיי ווי געגאנגען, ווי עס שטייט אין פסוק "אחד עשר יום מחורב דרך הר שעיר".
קומט אויס אז עס איז פונקט 15 טעג ווייניגער פון 40 יאר, וואס לויט'ן פריעדיגען חשבון איז פאר יעדע שעה וואס זיי זענען געווען אין מדבר האט מען באצאלט 15 טעג (א האלבע חודש). מיט דעם פארשטייען מיר שוין וואס רש"י זאגט "באותה שעה כשרים היו" אז איין שעה זענען זיי יא געווען ערליך ממילא פעלט טאקע פון די עונש 15 טעג פאר די שעה.
(דברי חכמים)

ויקרא משה להושע בן נון יהושע.
זאגט דער תרגום יונתן: אז ווען משה רבינו האט געזען אז יהושע איז א עניו, ער האלט זיך קליין, האט ער אים אנגערופן יהושע.
לכאורה וואס פאר א שייכות האט דער נאמען יהושע מיט זיין קליין האלטן ?
נאר מען קען דאס זייער גוט פארענטפערן. ווייל עס שטייט אין מדרש: ווען עס וועט קומען די צייט פון תחיית המתים במהרה בימינו וועלן די מתים אויפשטיין לויט די אל"ף בי"ת. דאס מיינט, אז די מענטשן וואס זייער נאמען הייבט זיך אָן מיטן אות א' (למשל: אברהם, אהרן) וועלן אויפשטיין צו תחיית המתים בעפאר די מענטשן וואס זייער נאמען הייבט זיך אן מיט א ב' (למשל: ברוך, בנימין). אויסער די מענטשן וואס האבן זיך געהאלטן קליין, זיי וועלן אויפשטיין בעפאר יעדעם איינעם נישט לויט די רייע.
לויט דעם וועט מען זייער גוט פארשטיין דעם תרגום יונתן, ווען משה רבינו האט געוואלט רופן הוש"ע מיט'ן נאמען יהוש"ע האט ער געטראכט אז יהושע וועט האבן טענות צו אים, ווייל דורך דעם וועט זיין נאמען זיך אנהייבן מיטן אות יו"ד אנשטאט דעם אות ה' וועט ער דאך אויפשטיין צו תחיית המתים שפעטער. אבער ווען משה רבינו האט געזען אז ער איז א עניו וועט ער דאך ממילא אויפשטיין בעפאר יעדעם איינעם, קען מען אים שוין אנרופן מיט'ן נאמען יהוש"ע.
(עבורת ישראל – בליקוטים)

ויקרא משה להושע בן נון יהושע (שם)
אין פרשת בהעלותך (יב-ג) שטייט: "והאיש משה ענו מאד מכל האדם אשר על פני האדם". משה רבינו מיט זיין גרויס ענוה, האט אבער דאס נישט געוואלט אריין שרייבען, האט ער געשריבען "ענו" חסר אהן א "י" (אנשטאט "עניו".) און ווען ער האט געזעהן די גרויס ענוה פון יהושע ווי ער אנטלויפט פון כבוד, האט ער צוגעלייגט צו זיין נאמען יענער "י".
(מהר"ש מבעלזא זי"ע)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

לקוטים על פרשת שלח Empty Re: לקוטים על פרשת שלח

הודעה על ידי גערטנער Sun Jun 14, 2009 1:32 am

והערים בצורות גדולות מאוד.
(לשון בירניות גדולים - רש"י).
די מרגלים האבן דערציילט פאר די אידן, אז אין א"י געפינען זיך אזעלכע רונדיגע פּאלאצן. זייער כוונה דערמיט איז געווען, לויט ווי רש"י ברענגט אין פּר' מצורע, אין נאמען פון חז"ל, אז די אמוריים האבן באהאלטן זייער פארמעגן אין די וואנט אויס מורא אז די אידן וועלן הנאה האבן דערפון ווען זיי וועלן אריינקומען. צוליב דעם האט השי"ת געשיקט די נגעי בתים, איז אנטדעקט געווארן די אוצרות, און די אידן זענען נתעשר געווארן דערפון.
די הלכה איז (נגעים פּ"ב מ"א), אז אין רונדיגע הייזער איז נישטא דער דין פון נגעי בתים. דאס האבן די מרגלים געמיינט מרמז צו זיין פאר די אידן, אויב קלערט איר אז מ'וועט נאך סוכ"ס הנאה האבן פון זייער פארמעגן וואס ליגט באהאלטן אין די ווענט, ניין, והערים בצורות, דארטן איז פארהאן רונדיגע פּאלאצן וואס ס'איז נישטא די הלכה פון נגעי בתים, דעריבער לוינט זיך נישט ארויפצוגיין קיין א"י, ווייל זייער פארמעגן וועט קיינמאל נישט אנטדעקט ווערן.
(הגאון ר' שלמה קלוגער ז"ל)

ארץ אוכלת יושבי'.
דער מנהג המקום פון די כנענים איז געווען, אז ווען ס'איז געשטארבן א מענטש ל"ע, האט מען אים באהאלטן ביז ס'איז נפטר געווארן אן אדם חשוב, דאן האט מען ארויסגענומען אלע מתים און צוזאמען געמאכט א גרויסע לוי'. אזוי ווי אין יענעם טאג ווען די מרגלים האבן באזוכט א"י איז איוב נפטר געווארן, האבן זיי דאן באערדיגט אלע נפטרים. ווען די מרגלים האבן דאס באמערקט, זענען זיי צוריקגעקומען מיט זייער נייעס אז ס'איז אן ארץ אוכלת יושבי'
(ליקוטי האר"י הק')

אלה שמות האנשים אשר שלח משה לתור את הארץ ויקרא משה להושע בן נון יהושע.
די מפרשים ברענגען א ירושלמי אין מסכת סנהדרין (פ"ב הלכה ו'), ר' הושעיא האט געזאגט, די יו"ד וואס איז אוועק גענומען געווארן פון די נאמען שרי, ווען מען האט געטוישט איר נאמען פון שרי צו שרה, איז ארויף געגאנגען צום אויבערשטער, און ער האט געזאגט, האר פון דער וועלט! דו האסט מיר ארויס געריסן פון די צדיקת שרה!
האט דער אויבערשטער געענטפערט, פריער ביסטו געווען אין די נאמען פון א נקבה, און דו ביסט געווען ביים סוף פון די נאמען, איך שווער ביי דיין לעבן, אז איך וועל דיר אריין לייגן אין די נאמען פון א זכר, און דו וועסט זיין ביים אנהויב פון זיין נאמען. דאס איז דא ביי די נאמען הושע, וואס מען האט צוגעלייגט די יו"ד אין אנהויב פון זיין נאמען.
זאגן די מפרשים, אז מיט דעם קען מען אויך פארענטפערן, פארוואס עס איז דא א חיריק אונטער די ב' פון די ווארט בן און נישט קיין סגול, ווייל די יו"ד וואס איז געקומען פון שרי, האט נישט קיין געהאט קיין נקודות, און ביי יהושע האט עס באקומען א שו"א, אויב אזוי, פון וואו האט מען גענומען דעם שו"א? נאר מען האט צוגענומען צוויי פונטליך פון די סגול וואס איז אונטער די ווארט בן, און דאס האט מען צוגעלייגט אונטער די יו"ד פון יהושע, און אזוי איז געבליבן נאר א חיריק אונטער די ווארט בן.
(מפרשים)

וישבו מתור הארץ מקץ ארבעים יום:
עס שטייט אין צעטיל קטן (סעיף ט"ז) פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, אויב מען וויל צוברעכן א שלעכטע מדה זאל מען טוען 40 טעג אנדערש פון די שלעכטע מדה, און נאך דעם וועט ער שוין זיין צוגעוואוינט צו די גוטע מדה.
דאס קען זיין מרומז אין פסוק: וישבו מתור הארץ אויב מען וויל זיך צוריק קערן פון "ארציות" (ארציות מיינט: נישט גוטע מדות) פון שלעכטע מדות, מקץ ארבעים יום זאל מען ארבייטן אויף זיך 40 טעג.
(אך פרי תבואה)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

לקוטים על פרשת שלח Empty Re: לקוטים על פרשת שלח

הודעה על ידי גערטנער Sun Jun 14, 2009 1:33 am

שלח לך אנשים
הרה"ק מקאצק זי"ע פלעגט זאגן בדרך מליצה, שלח לך אנשים, "שיק אוועק דאס מענטשליכקייט" (ד.מ. געוויסע זאכען מאכט מען ווייל "יענער" מאכט דאס. טיילמאל דארף מען דאס פארמיידען).
(אמת ואמונה)

"אנשים" טוט אנדייטען אויף חשוב'ע פּערזאנען. דאס זאגט דער פּסוק, שלח לך אנשים, שטענדיג אין יעדען דור שיקט השי"ת אראפּ צדיקים וואס זאלן פירען די אידישע קינדער, ווי חז"ל זאגן "אתפּשטותא דמשה בכל דרא ודרא".
(הרה"ק ר' אהרן מקארלין זי"ע)

איש אחד איש אחד למטה אבותיו
דורך דעם וואס אידן האלטען זיך באחדות, "איש אחד", זענען זיי זוכה מעורר צו זיין "זכות אבות", ווי דער פּסוק פירט אויס "למטה אבותיו".
(דברי בינה)

וישלח אותם משה ממדבר פּארן
משה רבינו ע"ה האט זיי געשיקט דייקא פון "מדבר פּארן" דאס פּלאץ וואו מרים האט גערעדט לשה"ר, און איז געשטראפט געווארען דערויף, טראצדעם וואס איר כוונה איז געווען לשם שמים. מיט דעם האט משה רבינו געוואלט מרמז זיין, אז טראצדעם וואס מ'האט א גוטע כוונה, איז נישט ערלויבט צו רעדן לשה"ר.
(אור פני משה - פּשעווארסק)

למטה שמעון שפט בן חורי
דאס איז א רמז אז דער וועלכער האלט זיך צו די רייד פון די תוה"ק, ווערט פריי פונעם יצה"ר, ווי חז"ל זאגן, אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה. דאס איז פּשט, למטה "שמעון", דער וועלכער הערט זיך צו (מלשון שמיעה) "שפט בן חורי" ווערט א "בן חורין" פונעם משפּט פונעם יצה"ר.
(אמת ליעקב - בלענדוב)

למטה זבולון גדיאל בן סודי
זבולון, דער וועלכער ווערט א "זבול", א וואוינונג פאר די שכינה, גדיאל בן סודי, זאגט אים השי"ת אויס די "סודות התורה", ווייל ער איז ווערט דערצו.
(גנזי יוסף)

הטובה היא אם רעה
ווען איינער האלט זיך קליין, און טרעפט ביי זיך חסרונות, דאס איז דער גרעסטער באווייז אז ער איז נאענט צום אויבערשטן. דאס איז פּשט הטובה היא, א סימן אז מ'איז גוט, אם רעה, אויב ער האלט זיך פאר רעה.
(דברי אמת)

היש בה עץ אם אין
דער וועלכער האלט זיך פאר גארנישט אין די בחינה פון "אין", איז א באווייז אז ער איז דבוק צום עץ החיים.
(זאת זכרון)

וראיתם את הארץ מה היא
די ארבעט פון א איד אויף דער וועלט איז, אז ער זאל איינזען אז די וועלט איז גארנישט. דאס זאגט דער פּסוק וראיתם את הארץ, איר זאלט קוקען אויף די וועלט מה היא, וואס איז עס ווערד, אלעס איז הבלי הבלים.
(נועם אלימלך)

החזק היא הרפה
די וועלכע ווערען אפּגעשוואכט דורך לערנען תורה, ווי חז"ל זאגן אז "תורה מתשת כוחו של אדם", זענען אבער באמת שטארק, ווייל זיי זענען חשוב און טייער אין הימעל. דאס איז דער רמז, החזק היא, זיי זענען שטארק, טראצדעם וואס מ'מיינט הרפה, אז זיי זענען שוואך.
(ישמח משה)

החזק היא הרפה
די מעלה פון א"י, האט משה רבינו געזאגט, החזק היא, אפילו דער וועלכער ס'איז באמת יא ערליך און חשוב, הרפה, האלט זיך קליין.
(זרע קודש)

אם אין והתחזקתם ולקחתם מפּרי הארץ
אז מ'וויל צוקומען צו די מדריגה פון "אין", זאל מען זיך נעמען א ראי' פון די פּירות פון די ערד, וואס ווען מ'פלאנצט זיי אן, ווערען זיי ערשט פארפוילט אינגאנצען, ערשט דערנאך בליען זיי. דאס זעלבע קען א איד נאר דעמאלט צוקומען צום שלימות, ווען ער ווערט קודם קליין און נישטיג ביי זיך.
(באר משה)

וכן היינו בעיניהם.
דאס איז די ארגסטע עבירה, אז די מרגלים האבן געקלערט ווי אזוי זיי האבן אויסגעזען אין די אויגן פון אנדערע. וואס דארף א מענטש אינטערעסירן מיט וואס פארא אויגן א צווייטער קוקט אויף אים
(הרה"ק מ'קאצק ז"ל)

ויפּול משה ואהרן על פּניהם.
די מנהיגי ישראל שעפּן זייערע כוחות פונעם פאלק. דעריבער, אזוי ווי די אידן זענען איצט אריינגעפאלן אין אזא מרה שחורה, איז געווען ויפּול משה ואהרן על פּניהם, אויך זיי האבן פארלוירן זייערע כוחות. (תפארת יונתן)

סלח נא לעון העם הזה.
משה רבינו האט דא נישט ערווענט דעם זכות פון די אבות הקדושים אזוי ווי ער האט געטון ביי אלע אנדערע עבירות, ווייל דא האבן זיי גערעדט אויף דעם לאנד וואס באלאנגט פאר די אבות הקדושים, דאס לאנד וואס השי"ת האט געגעבן פאר א מתנה צו אונזערע אבות, דעריבער האט משה רבינו געהאלטן אז איצט קען מען נישט דערמאנען דעם זכות פון די אבות הקדושים
(רבינו בחיי)

במדבר הזה יתמו ושם ימותו.
די תוה"ק איז דא מרמז, במדבר הזה דורכ'ן דיבור, יתמו, קען מען זוכה זיין צו תמימות, דורכדעם וואס מ'רעדט אויסגעהאלטענע דיבורים, אבער ושם ימותו, דורכ'ן דיבור קען מען אויך צוקומען צו די בחי' פון מיתה ר"ל, אז מ'רעדט אומאויסגעהאלטענע דיבורים
(אור המאיר-זיטאמיר)

ויתאבלו העם מאוד - וישכימו בבוקר.
פון דא איז א סימן צו דעם מנהג אז מ'שטייט אויף בהשכמה אום תשעה באב צופרי, אזוי ווי די תורה דערציילט אז אין יענעם ת"ב איז אויך געווען וישכימו בבוקר
(חסד לאברהם)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה