הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

סיפורי צדיקים בפרשת בהעלותך

Go down

סיפורי צדיקים בפרשת בהעלותך Empty סיפורי צדיקים בפרשת בהעלותך

הודעה על ידי גערטנער Thu Jun 11, 2009 2:21 am

ומי יתן כל עם ה' נביאים
הרה"ק מלובלין זי"ע האט אמאל געזאגט בדרך צחות, ומי יתן, און ווער וועט געבן א גראשן (געלט), אויב כל עם ה' נביאים, אויב אלע אידן וועלן זיין רבי'ס, און ס'וועט נישט איבערבלייבן ווער ס'זאל געבן פאר זיי...

מי יאכלינו בשר
דער "חיד"א" שרייבט אין זיין ספה"ק "שמחת הרגל" ווי פאלגענד. כ'האב געהערט נאכזאגען פון "מגידי אמת", אז אין די צייט פון הגאון הקדוש מלומד בניסים רבי יוסף קובו ז"ל, ווען ער האט געוואוינט אין די שטאט סאלוניקי (גריכענלאנד), האט מען אויף איינמאל אנגעפאנגען צו שמועסן אויף א געוויסען מענטש וואס מ'האט ביז היינט בכלל נישט געהערט פון אים, אז ער האט פּלוצלינג אנגעפאנגען צו באווייזן אויסטערלישע מופתים, איז מען געקומען פרעגן דעם אויבענדערמאנטען גאון וואס זיין מיינונג איז וואס אנבאלאנגט דעם פּערזאן, האט דער גאון געענטפערט זיי זאל זיך גוט איינקוקן ווי אזוי ער פירט זיך ביים עסען.
זיי זענען צוריק געקומען מיט אן ענטפער אז ער עסט מער ווי א געווענליכער מענטש. דאן דארף מען שוין מער נישט נאכקוקען, האט דער גאון געענטפערט. ס'איז ביי מיר קלאר אז ער איז פון די סט"א! וכך הוה, נאך א שטיק צייט איז נתגלה געווארען ברבים דער אינהלאט פון דעם פּערשוין, און מ'האט זיך אפּגעשיידט פון אים, עכלה"ק.
*
דער "חתם סופר" האט אמאל געזאגט, ס'איז נישט קיין וואונדער אז משה רבינו איז אויסגעוואקסען א "משה רבינו". ווען איך וואלט געהאט אזא רבי'ן ווי משה רבינו האט געהאט, וואלט איך אויך אזוי אויסגעוואקסען. איי, האט האט דער חתם סופר אויסגעפירט, וועט איר פרעגן פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו אזא גרויסען רבי'ן? איז דער ענטפער ווייל איך בין דאך נישט משה רבינו...

מקברות התאווה נסעו העם חצירות.
פארוואס קומט איר צו מיר? פארוואס האט איר זיך דא צוזאמגעקליבן? פרעגט שרייען דער קאצקער רבי צו זיינע תלמידים. איר ווילט אפשר אז איך זאל אויסזויבערן אייערע עבירות, און פארטרייבן די מחשבות זרות, אדער אפשר פאררעכטן וואס איר האט אין לויף פון די טעג פארדארבן? וואס בין איך, א שמוץ קערער?
איר דארפט דאס אליין טון פאר איר קומט צו פארן צו מיר, ווי מיר זעען אין פּסוק, מקברות התאווה נסעו העם חצירות, ערשט נאכ'ן באגראבן די תאוות איז מען געפארן צום רבי'נס הויף, נישט פארקערט. (ווי באקאנט איז אין קאצק א סאך מאל געהערט געווארן גאר שארפע דיבורים, וסוד ה' ליראיו.)

והאיש משה עניו מאוד.
עס ווערט דערציילט אויפ'ן צדיק הרה"ק ר' מנחם מענדל מוויטעבסק ז"ל, וועלכער האט זיך אונטער געשריבן "השפל באמת" ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט מעיד געווען אויף זיין גרויסקייט אין מדת ענווה ושפלות, אבער דאך איז ער געגאנגען אנגעטון אין גאר שיינע מלבושים מער פון אלע אנדערע תלמידים פון בעש"ט וואס האט ארויסגערופן וואונדער ביי יעדען, וויסענדיג פון זיינע מעלות.
דער "תולדות" האט אמאל ערקלערט מיט א משל דעם מהלך פון דעם צדיק, א משל צו אן עושר וועלכער פארמאגט מיט זיך גאר טייערע בריליאנטן און דימאנט שטיינער. גייענדיג אין גאס האט ער מורא אז גנבים זאלן אים נישט בארויבן זיין פארמעגן, קליידט ער זיך אן מיט פּשוט'ע מלבושים אז ער זאל נישט ציען די אויפמערקזאמקייט פון די רויבער. דאס זעלבע איז מיט דעם צדיק וועלכער פארמאגט אין זיך א פארמעגן פון מדות טובות ווי ענווה און שפלות, אויס מורא אז דער שטן זאל זיך נישט פארלייגן אויף אים, און אים וועלן מכשיל זיין, קליידט ער זיך אן מיט א פאלשע קליידונג פון גאווה וואס דאס פאפּט אפּ דעם יצה"ר.

והאיש משה עניו מאוד
דער קאצקער רבי זי"ע פלעגט זאגען, אלע מצוות דארף מען מקיים זיין מיט די גוטע כוונה לשם שמים, אויסער ביי די מדה פון ענווה קען מען נישט אינזינען האבען די כוונה...

ומדוע לא יראתם לדבר בעבדי במשה. (יב ח)
בעבדי אף על פי שאינו במשה, במשה אפילו אינו עבדי. (רש"י)
דער קצות החושן איז געווען א רב אין א שטאט, און ער איז געווען א מתנגד צו חסידות, האט אמאהל פאסירט אז עטליכע חסידים פון דער חוזה פון לובלין האבן מזלזל געווען בכבודו פון דער קצות החושן, ווייל ער איז א מתנגד. האט דער קצות זיי אריינגעלייגט אין חרם אויף צוויי וואכן.
זענען די חסידים געפארן קיין לובלין כדי צו ווארטן ביים רבי'ן ביז עס וועט דורכגיין די צייט פון דער חרם. אנקומענדיג קיין לובלין האבן זיי געוואלט אריין צום רבי'ן, זאגט זיי דער גבאי: דער רבי האט מיך אנגעזאגט אייך נישט אריינצולאזן ביז צוויי וואכן!
נאך די צוויי וואכן ווען עס האט זיך שוין גענדיגט זייער חרם, זענען זיי אריין צום לובלינער, רופט זיך אן דער חוזה צו זיי: איך וועל אייך זאגן פשט אין די ווערטער פון רש"י (הנ"ל), ווייל מען דארף וויסען אז עס איז דא צוויי מיני מענטשען וואס מען דארף פון זיי מורא האבן, דער וואס איז בבחינת 'עבדי' ווייל ער איז דבוק יומם ולילה אין עבודת השם, "אע"פ שאינו משה" ער איז נישט דער גדול הדור בתורה. און דער וואס איז בבחינת "משה" א גדול הדור בתורה, "אפילו אינו עבדי" ער איז נישט אין די בחינה פון די בעלי העבודה.

* * *

ויאמר אל נא תעזוב אותנו כי על כן ידעת חנותינו במדבר והיית לנו לעינים (י' ל"א)
דער גאון דער מהר"ם שי"ק זי"ע האט געשריבען צו הגאון רבי זוסמאן סופר זי"ע אז עס האט איינמאל פאסירט ביי זיין הייליגן רבי דער חתם סופר זי"ע אז מען האט אים אויפגענומען אין די גרויסע קהלה פיורדא און לאנד דייטשלאנד, עס איז געווען דער שמועס אז אויב דער חתם סופר וועט קומען קיין דייטשלאנד וועט ער איבערדרייען די גאנצע מדינה צום גוטן.
אבער די שטאט לייט פון פרעשבורג האבן שטארק געטומעלט און פארפירט נישט אוועק צו לאזין זייער הייליגען גרויסען רבי דער חתם סופר, מען האט זיך געבעטן אז ער זאל חלילה נישט פארלאזן די שטאט אבער מען האט נישט געקענט פועל'ן צו באיינפלוסן דעם חתם סופר ער זאל בלייבן.
ביז עס איז אנגעקומען א חשובע איד, ר' הירש יפ"ה, און ער האט זיך אויפגעשטעלט פאר'ן חתם סופר און אים געזאגט "רבי עס איז אמת אז אויב דער רבי וועט גיין קיין דייטשלאנד וועט ער דארטן אויפטוען גרויסע זאכען, אבער דאס איז דאך זיכער אז דא אין שטאט וועט ווערן שוואכער דאס אידישקייט, דאס לערנען תורה וועט ווערן שוואכער, און דאס וועט האבען א נישט גוטע השפעה אויף גאנץ אונגארן, נא רבי וואס איז דען בעסער, צו מאכן פון גוים אידן, אדער פון אידן גוים...
אט די לאגישע רייד האבן שוין באיינפלוסט דעם חתם סופר צו בלייבן אין פרעשבורג.
דאס זעלבע קען מען איינטייטשן אין פסוק ווען משה רבינו האט געזעהן ווי זיין שווער וויל צוריק גיין קיין מדין און דארט דערציילן די געוואלדיגע נפלאות ה' און מקדש זיין דארט דעם שם ה', האט משה רבינו געזאגט צו יתרו, טאקע דו וועסט אויפטוען דארט אין מדין פאר אידישקייט, אבער אויך דא אין מדבר קענסטו אויפטון פאר כבוד שמים, ווייל "כי אתה ידעת חנותו במדבר" ווי עס איז נישט קיין אויפגעבויטע ישוב און מען מוטשעט זיך שטארק, אבער ווען מען זעט דיך יתרו וואס דו האסט אלע באקוועמליכקייטן איבערגעלאזט וועגן כבוד שמים, דאן נעמען די אידן פון דיר א מוסר השכל ווי אזוי מען דארף אויף זיך מקבל זיין דעם עול מלכות שמים באהבה.
דאס זאגט משה רבינו, "אל נא תעזוב אותנו" זאלסט אונז נישט פארלאזן ווייל דורך דיין בלייבן דא "והיית לנו לעינים" מען וועט קוקען אויף דיר, און זיך אפלערנען פון דיר ווי אזוי צו דינען דעם רבש"ע.
(מהר"ם סופר להגאבד"ק טיסא זצ"ל)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה