הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

עדיטאריעל: פרשת בהעלותך

Go down

עדיטאריעל: פרשת בהעלותך Empty עדיטאריעל: פרשת בהעלותך

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 10, 2009 4:03 pm

והאספסוף אשר בקרבו התאוו תאוה וישובו ויבכו גם בני ישראל

רש"י גיט צו פארשטיין אז די "אספסוף", דאס זענען געווען דער ערב רב, די מצריים וואס זענען ארויסגעקומען פון מצרים צוזאמען מיט די אידישע קינדער, און זיי האבן אנגערעדט די אידן אז זיי זאלן האבן טענות, אז ס'איז נישטא וואס צו עסן, און זיי האבן אזוי אנגערייצט די אידן, אזש ביז די אידן האבן ממש געוויינט אז זיי האבן נישט וואס צו עסן, טראצדעם וואס זיי האבן געהאט דעם מן, דעם "לחם מן השמים", אין וועלכן מ'האט געשפּירט אלע טעמים, און מיט דעם אלעם האבן די אידן געוויינט.
אט שטעלט אייך פאר, האט איינער פון די בעלי מוסר געזאגט, ווען עמיצער זאל אייך דערציילן אזא סארט געשיכטע, אז ער האט געזען ווי נעבן דעם בית המדרש, אינדרויסן אין חצר, זענען געזעסן קליינע קינדערלעך און - ווי זייער סדר - געשפּילט מיט זאמד. פּלוצלינג קומען צו דארט עטליכע אלטע אידן, זקנים, און פאנגען אויך אן מיטצושפּילן מיט'ן זאמד, צוזאמען מיט די קליינע קינדער. מיטאמאל קומט א שטארקער ווינט און צעבלאזט דאס גאנצע זאמד וואס די קינדער האבן אזוי שווער צוזאמענגעזאמעלט, און די קינדער פאנגען אן צו שרייען אז דער זאמד פליט אוועק, און די עלטערע אידן וואס זיצן דארט, פאנגען אויך אן מיטצושרייען צוזאמען מיט די קליינע קינדער, אז דער זאמד צעפליט. פירט אויס דער גאון, וואלט איר געגלייבט אזא מאדנע געשיכטע אז דאס קען פּאסירן? זיכער נישט, דאס קען אפילו אין חלום אויך נישט פארווירקליכט ווערן.
די זעלבע געשעעניש, און נאך ערגער דערפון, האט זיך דא אפּגעשפּילט. די אידן וואס האבן זיך דאן געפונען אין מדבר, זענען געווען גאר גרויסע אידן, א דור דעה וואס האט נאך זוכה געווען צו הערן פון הקב"ה אליין אנכי ולא יהי', און געזען די קולות וברקים. אויך דא אין מדבר האט זיי גארנישט געפעלט, נאכדעם ווי דער אויבערשטער האט זיי געגעבן "לחם מן השמים", אין וועלכן מ'האט געשפּירט אלע טעמים. אויף איינמאל האבן זיך דער ערב רב, די מצרי'שע גרים (וועלכע זענען געווען אנטקעגן די אידן ווי די אויבנדערמאנטע קליינע קינדער) גענומען שרייען אז זיי האבן נישט וואס צו עסן, "און די אידן האבן מיטגעוויינט". ווי קען דאס זיין אז די אידן זאלן מיטוויינען מיט דעם ערב רב?
ווי אזוי קען מען זיך דערקייקלען צו אזא נידעריגן שטאפּל? דאס האט דאך אזא פּנים ווי די אלטע אידן וואס האבן געוויינט אויף דעם אוועקגעבלאזענעם זאמד.

דער ענטפער אויף דעם אלעם איז, "חברותא". דער שאדן וואס א שלעכטע חברותא קען פאראורזאכן, קען קיינער אויף דער וועלט נישט פאראורזאכן, און אפילו דער דור דעה, וועלכע האבן ערשט נישט לאנג צוריק זוכה געווען צו די העכסטע מדריגות צו וואס א איד קען דערגרייכן, זענען דורך די השפּעה פון די שלעכטע חברותא פון דעם ערב רב אנגעקומען צו א געוואלדיגע שפלות.

ווען מיר הערן אזא געשיכטע, דארפן מיר זיך ארויסלערנען א מורא'דיגן מוסר השכל, אז אויב די גאר גרויסע אידן זענען דורך שלעכטע חברותא אנגעקומען צו אזא נידעריגקייט, טא וואס זאלן מיר, שוואכערע פון זיי, זאגן? דארפן מיר זיכער אכטונג געבן, און שטיין אויף דער וואך ווער אונזערע חברים זענען.

דער מאירי (פון די ראשונים) שרייבט, ס'איז פאראן דריי סארט חברים פאר א מענטש. איינער איז געגליכן צו שפּייז וואס אן דעם קען מען נישט לעבן, דער צווייטער איז אזוי ווי א מעדיצין, וואס מ'דארף נעמען נאר פון צייט צו צייט, און דער דריטער איז ווי א קראנקהייט וואס מ'דארף זיך שטארק היטן דערפון. דעריבער דארפן תלמידים (און זעלבסטפארשטענדליך די עלטערן) מורא'דיג אכטונג געבן ווער זייערע חברים זענען, און שטארק חוקר ודורש זיין מיט וועמען מ'לערנט און מיט וועמען מ'שפּילט זיך, ווייל דאס אלעס לאזט איבער אן אומגלויבליכע השפּעה אויף א קינד.

די אלע וועלכע טוען אין דעם געביט זאגן, אז דער פאקט ווייזט, אז דער גרעסטער שאדן וואס קען אנמאכן פאר א אינגל און א בחור, אדער פאר א מיידעל, איז "נאר" די חברותא, ווי דער מאמר החכם זאגט, אויב דו ווילסט וויסן דעם אינהאלט פון א מענטש, קוק אויף זיין חברותא, וועסטו שוין וויסן דאס איבעריגע.

ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן וואס דער גאון דער "חיי אדם" ברענגט אין זיין ספר "בית אברהם" (סימן כ"א).
... ווען איך בין אלט געווען 14 יאר, און איך האב געדארפט אוועקפארן לערנען אין ישיבה, ווי דער מנהג איז געווען אין יענע צייטן, האט מיר מיין טאטע ז"ל געזאגט די פאלגענדע ווערטער, "מיין קינד, ביזט נאך זייער יונג, געב מיר א 'תקיעת כף' אז דו וועסט דיך נאר חבר'ן מיט עובדי ה', מיט ערליכע אידן".

דערציילט ווייטער דער חיי אדם, "זייענדיג אין די ישיבה בין איך עטליכע וואכן אריינגעפאלן אין א שוואכע חברותא, אבער בעז"ה בין איך ארויס פון דארט באצייטענס". און אט אזוי איז ער אויסגעוואקסן אזא באקאנטער גאון וואס האט מיט זיין תורה באלויכטן די וועלט.

אין ספה"ק אור לשמים (פר' בחוקותי) ווערט צוגעברענגט בשם דעם חוזה פון לובלין, הוי מתלמידיו של אהרן, אוהב שלום ורודף שלום, אמאל דארף מען זיין אן אוהב שלום, און טייל מאל דארף מען זיין א רודף שלום, מ'דארף אויסראטן דעם שלום, ווייל מיט די וואס מ'טאר זיך מיט זיי נישט חבר'ן, איז דער שלום מיט זיי אן איסור גמור.

זאל השי"ת אונז דערלייכטן די אויגן, מיר זאלן קענען גיין אין די ריכטיגע דרכים, ינחינו במעגלי צדק, און מיר זאלן האבן סייעתא דשמיא אין אלע אונזערע וועגן, להגדיל תורה ולהאדירה אמן.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה