הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

א מאנסע מיט אייזיק

4 posters

Go down

א מאנסע מיט אייזיק Empty א מאנסע מיט אייזיק

הודעה על ידי קרעזי Sun Jun 07, 2009 2:12 am

אייזיק איז נישט דער טיפ אינגערמאן וואס וועט זיך שנעל אונטערגעבן. זיינע קאלעגן אין כולל האבן שוין קענען געלערנט דעם פאקט און ווייסן גאנץ גוט אז זיין מיינונג איז אומרירבאר, און אז אים צו איבערצייגן איז גענצליך נישט קיין לייכטע אויפגאבע. עס איז זיין נאטור, און דאס קען מען נישט אזוי שנעל טוישן, האבן זיי געטראכט. מאנכע האבן אפילו טיף אין הארץ געשעצט אט דעם שטארקייט, און דאס פארבינדן אלס צייכן פון א באזעסענער פערזאן.

גענענדל, זיין געטרייע אשת חבר, האט אבער גאר אנדערע געדאנקען געהאט. פון די ערשטע טעג נאך וואס זיי האבן געהייראט, האט זי באלד זיך איינגעגראבן אין די שטריכן פון זיין כאראקטער, און זי האט נישט געשפעטיגט צו באמערקן אט אויך די קליינע איינצלהייטן. זי האט גלייך געשפירט אז אייזיק איז נישט גרייט אויף א ריקצוג פון זיינע באשלוסן, און אז ער פלאנט צו זיין די איינציגע בעל תוקע אינעם הויז ווירטשאפט. איר האט דאס, ווי פארשטענדליך, נישט געשמעקט, קומנדיג פון א שטוב אין וועלכע ביידע עלטערן האבן האבן געשאפן א קאבינעט, און פארנומען דעם אויבן-אן ביי אלע באשלוסן. גענעדל האט געוואוסט אז עס ווארט איר אפ א שווערע פעלד, און אז זי וועט לאנג דארפן אקערן צו זעהן עטוואס רעזולטאטן, אבער זי איז געווען אנטשלאסן דאס צו דורכפירן.

געווען איז דאס מיטוואך, אין וועלכע זיין שווער האט חתונה געמאכט. זיין גענענדל האט אים שוין פון וואכן בעפאר אנגעווארנט אז פונקט האלב זעקס איז אפגעשמועסט די קבלת פנים, און זי וועט זיין זייער אנטוישט אויב ער וועט נישט ערשיינען דארט ווי עס פאסט. קיינער האט נישט געוואוסט אז אייזיק, ווי שטארק און פעסט ער זאל נאר אויסזעהן, איז שוואך ווי א פליג צווישן די פיהר ווענט וואס אויב זכו שכינה שרויה ביניהם. ער האט ניטאמאל געהאט קיין אויסוועג, און טאקע אויפן אפגערעדטן צייט איז ער שוין געווען אין זאל, זיינע פאות שיין פארקעמט מיטן הילף פונעם קלעבעדיגן גרינעם מאסע, און די בעקיטשע צוגעראכטן אזוי ווי עס פאסט פארן שוואגער פונעם חתן. ער האט זיך ארומגעדרייט אין זאל, זוכנדיג מיט איינעם א ווארט צו טוישן. אינמיטן זעהט ער זיינע אשת חיל ביים אריינגאנג צו די פרויען. אייזיק האט באשלאסן אז והתעלמת, מען דארף דאך נישט אלעס באמערקן. ער האט זיינע ברייטע ראמען פון די גלעזער אנגעשפיצט צו פארשטעלן דעם סצענע, קוקנדיג זייטיג אויף זיינע גלאנציג הארטע פייקעלעך. זיינע שיך זענען געווען געגלאנצט, און ער האט טיף אין הארץ געלאכט פון די פלעקן וואס ער האט איבערגעלאזט אין באדע צימער. זאל זי וואוסען אז איך קען קיין שוך פוצן, און קומנדיגן מאל מעג זי דאס אינזין האבן, האט ער געטראכט צו זיך. זיין צארן איז געווען טאקע אויף א קליינעם פלאם, ווען אינמיטן האט ער דערזעהן יאהאן, דער סארווער, ברענגט אריין די ווארימע אינגבער סאדע און שטעלט דאס אראפ אויף די טישן. ער האט זיך געכאפט אויף די געלעגנהייט, און איז צוגעגאנגען הערן וואס יאהאן, זיין אלטע פריינד פון די חתונה צוויי וואכן בעפאר, האט צו דערציילן. יאהאן האט אים געגעבן א לעקציע אויף רוסיש-ענגליש, דערביי ווייזנדיג זיינע גאלדענע ציין, וואס קוקן ארויס אויף בעסערע טעג. אייזיק האט זיך געשפירט גוט מיט יאהאן, וואוסנדיג אז אינדערזייט שטייט די אידענע און זעהט כאטש אז ער האט נישט וואס צו זוכן דא "פונקטליך זעקס דרייסיג". יאהאן האט זיך פארנויגט און געזאגט אז עס זענען נאך פארהאן עטליכע טעצלעך טארט וואס ער דארף אריינברענגן איידער זיי ווערן פארטרוקענט פון שטיין אזוי לאנג אינדרויסן, און איז אריין צוריק אין קאך. אייזיק, האט זיך ווידער געפונען אינעם זעלבן צושטאנד, און האט געוואנדן זיינע טריט צום שפילער. ער איז שוין פון לאנג נישט געשטאנען אזוי נאנט צום שפילער, נעמנדיג אין אכט אז עס זענען שוין פארלאפן צענדליגע יארן פון פעטער יאסל'ס חתונה, ווען ער איז נאך געווען א קינד. ער האט באטראכט די פיהל קנעפלעך און גלעקלעך וואס באצירן דעם שווארצן געהיימניס, און די אלע אפאראטן וואס באגלייטן איר פון די זייט. אויף א בענקל איז געזעצן דער באדינער, א שלאנק הויכער מיט א קליין שווארץ בערדל. פון זיין בוזעם טאש האט זיך ארויסגעזעהן א שווארצן ווייכן שטעקעלע. אייזיק, זייענדיג א טיכטיגע אינגערמאן, האט גלייך געכאפט וואס דאס איז. ערשיטערט איז ער פארגליווערט געווארן ווען ער האט פלוצלינג געהערט דעם אויסגערופענעם קלאנג "עני יוניט עוועלעבל פאר די בי" האט דעם פארשוין פון די צווייטע זייט געמיטלעך געפרעגט. ער האט נישט געגלייבט אז אזוי פיהל טעכנאלאגיע באווייזט זיך דא פאר זיינע פליישיגע אויגן, אין דעם ליידיגן חתונה זאל. גאלי, שטייענדיג צו הילף מיט די הויך-הילכער, האט קאלטערהייט ווייטער געטון זיין ארבעט, ווי גארנישט וואלט פאסירט. אייזיק איז געווען זייער נייגעריג נאכצופאלגן גאלי, און הערן וואס האט פאסירט אין "די בי", ווי יענער האט עס גערופן. גאלי, ווידעראום, איז עס גענצליך נישט געפאלן. ער האט זיין וויידל שנעל אפגעשניטן, מיט א געשריי וואס האט פארשעמט די הויך-הילכער אין זיין גראבן האנט. אייזיק, א הויכגעשעצטע אינגערמאן אין זיינע אייגענע אויגן, האט מיט איין אימפעט אפגעצויגן, און האט זיך ווייטער געפונען אינעם ליידיגקייט וואס האט איינהילט דעם גרויסן שטוב, מיט די טעצלעך אומבארירטע טארט.
קרעזי
קרעזי
מטייל בגן

מספר הודעות : 17
מעלות : 45
אנזעהן ביים ציבור : 12
מיקום : צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

חזרה למעלה Go down

א מאנסע מיט אייזיק Empty Re: א מאנסע מיט אייזיק

הודעה על ידי קרעזי Sun Jun 07, 2009 2:13 am

דעם ציפ וואס ער האט באקומען האט אים געטראפן ערשטוינט. "ווער קען דאס זיין דער אומווערדיגער פארשוין?", האט ער זיך אין הארץ געבייזערט. זיינע אינסטינקטן האבן פארשטייפט זיינע האנט מוסקלען, גרייט צו דערלאנגן יענעם וואס קומט אים. ווען ער האט זיך אויסגעדרייט, און געזעהן זיין עלצסטע שוואגער שמייכלן, א שטייגער ווי די גליק האט אים געפונען, האט ער נישט געהאט קיין אויסוועג נאר צו צוריקענטפערן מיטן זעלבן פארמאט. זיין שמייכל האט זיך פארצויגן אזוי ווייט ווי ביז צו זיינע ברייטע אויערן, און האבן געשאפן אן ענגשאפט פאר די ברילן וועלכע האבן זיך געטראפן א וועג אויפן שפיץ נאז. דעם ציפ האט נאך אלץ געשפירט, אבער ער האט פארשטאנען אז דאס איז געווען א צייכן פון פריינדשאפט און היימישקייט. די צוויי שוואגערס האבן פארפירט א שמועס, און זיך אנידערגעזעצט נעבן איינע פון די ווארימע פלעשלעך. ווען יאהאן איז צוגעקומען און געוואלט ווייטער פארזעצן, האט אייזיק אים אנגעקוקט ווי איינער וואס קען אים נישט, און פארשטייט נישט פון וואס ער רעדט. זיין עלצסטע שוואגער האט דאך געהייסן א הויכגעשעצטע אינגערמאן, און עס האט אים נישט געפאסט צו רעדן מיט א פראסטן גוי פון ראטן פארבאנד אין די געגנווארט פון זיין שוואגער.

אנקומנדיג, האט דער שווער געטראפן די איידעמער און זייערע שטייפע פיאות, און האט מיט די האנט געפלאטערט אלס צייכן אז מען זאל אנהויבן א ליד. אייזיק איז צוגעטראטן צום שפילער און געבליבן שטיין עטליכע פוס בעפאר. ער האט אים מיט די האנט געוויזן וועלכע ליד מען זאל אנהויבן. ער האט שוין געקענט די אלע צייכנס פון די שפילער, און האט זיך געכאפט אויפן געלעגנהייט זיי צו נוצן, צייגנדיג זיין פראפעסיאנאליטעט אינעם פעלד. ווען דער שפילער האט נישט פארשטאנען דעם אנגעגעבענעם צייכן, האט ער נישט געהאט קיין אויסוועג און האט אים אריינגערוימט אין אויער דעם אלטן מאדזשיצער ליד. דער שפילער האט זיך נישט געפוילט, און נאך עטליכע דריקן אויף די פילפארביגע קנעפלעך האבן שוין די קלאנגן דערגרייכט די אויערן פון די פארזאמלטע. אייזיק האט געהאלטן אז די אלע צוגרייטונגן זענען נאר א גרויס-האלטערישקייט פונעם שפילער, און פעלן נישט אויס צום ציל פון זינגן אן איינפאכן מאדזשיצער מעלאדיע.

די קבלת פנים איז שנעל פארביי, און די טעצלעך טארט זענען געבליבן אומבארירט. ברוינפן פלעקן האבן באצירט דעם געלבליכן טישטוך, און די ברעקלעך פונעם טארט האבן צוגעטאנצן צום ריטם פון אייזיק'ס הענט וואס האבן פייערליך צוגעקלאפט צום הארציגן ליד.

צו די חופה האט אייזיק נישט געוואלט ארויסנעמען זיין ווייסן שאל. זיינע אויגן האבן געשוועבט און אונטערזוכט די געזיכטער פון די אנדערע זייט. ווען די צוויי פאר אויגן האבן זיך באגעגענט איז שוין געווען צו שפעט. ער האט פרובירט זיך צו אונטערריקן אונטער פעטער מענדל, אבער צו זיין מזל האט ער זיך אזוי געשאקלט אז זיין הוילן האלז האט זיך באוויזן צווישן די גאלאפן פון זיין פערדישן שאקל. ער האט ארויסגעצויגן זיין שאל, און מיט א פארווייטאגט הארץ דאס אנגעטון, פיהל מיט האפענונג אז דאס וועט אים נישט טייער קאסטן ביינאכט. די חופה האט אים אויסגעקוקט לעכערליך, און האט אים ווייניג פאראינטערעסירט. ווי נאר ער האט געהערט דעם אפקלאנג פון די שטיקלעך צובראכענע גלאז, האט ער זיך אריינגעשמאגלט אין זאל, און דערמיט פארמיטן נאך ענליכע אינצידענטן.

ער האט געשטעלט זיינע טריט צום קליינעם ביידל, ביים עק פון זאל. "דארט ווי די קעניג גייט אליין", האט ער זיך דערמאנט ווי זיין מאמע פלעגט דאס רופן. דעם שטריימל האט ער אנידערגעשטעלט אויף איינע פון די סאמעט באדעקטע בענקלעך פון זאל, און מיט א לייכטן קאפ זיך דערזעהן אינעווייניג.

ער האט נאך געשפירט דעם פריינטליכן ציפ פונעם שוואגער, און האט באשלאסן צו אנקוקן דעם ארם. ער האט ארויפגעצויגן דעם ערמל, א שטייגער ווי ער וואלט נאך נישט געהאט געלייגט רבינו תם'ס, טראכטנדיג אז מן הסתם איז נישט דא וואס צו זעהן.

ערשיטערט איז ער געווארן ווען פאר זיינע אויגן האט זיך אנטפלעקט א גרויסן בלויען פלעק. ער האט נישט געקענט גלייבן אז דאס זענען די רעזולטאטן פון א "פריינטליכן" ציפ. "ער איז אינגאנצן אויפן קאפ געפאלן?" האט ער נישט פארשטאנען זיין גרויסן שוואגער. וואספארא פארבינדונג האט דאס מיט פריינדשאפט? האט ער מיר מעגליך געוואלט וויי טון? וואס קען ער דען האבן קעגן מיר?

ער איז ארויס צום גרויסן זאל, און די פיינע קאלטע לופט האט אים אביסל געמוטיגט. ער איז צוגעגאנגען צום רינשטאק, און זיך געוואשן די הענט, גרייט אריינצובייסן אין די רונדיגע אויסגעבאקענע בילקעס. אייזיק האט פונדערווייט געזעהן זיין שווער, און האט באשלאסן אז איצט איז די צייט אנצושטעלן א פנים ווי א פרומער. ער האט זיך געריבן די הענט אינעם בעקיטשע איינמאל און נאכאמאל, ווען זיינע אויגן זענען אנגעשפיצט צו די רעכטע זייט, און קוקן ארויס פון די ווינקלן. ער האט קוים געווארט אז דער שווער זאל דורכגיין, און ער זאל קענען גענענען צום פליישיגן בילקע. ווען דער געשטאלט פונעם שווער איז פארשוואונדען געווארן, האט ער אנגעגאסן זיין רעכטן האנט מיטן לוילעכן וואסער, ווען אינדערמיט האט דער טעפל געגעבן א שפרינג אויף פאראויס. איינער אונטער אים האט אים געגעבן א געזונטן זעץ, אזש ער האט געשפירט אז די ריפ-ביינער ווארפן אים ארויס. מיט איין נאסן האנט האט ער געגעבן א קוק אויף צוריק, און דער אויסגעשטרעקטער האנט האט באלאנגט פארן שווער. "מזל טוב, מזל טוב" האט דער שווער העפליך געזאגט, ווען פון זיין מויל גיסט זיך אן אלפאבעט זופ מיט וואונטשן. אייזיק האט אים געוואלט דערלאנגן א פראסק מיטן נאסן האנט, אבער אינדרויסן האט יעדער געזעהן ווי ער וואונטשט אן דעם שווער פון טיפן הארצן מיט אלסדינג וואס מעגליך. ווען ער האט פארענדיגט מיטן שווער, האט ער נאכאמאל געדארפט איבערגיין דעם פראצעס, דאס מאל פיהל שנעלער, און האט זיינע הענט באגאסן מיט וואסער, און צוגעלאפן צום רויטן בענקל און דעם ברוינעם בילקע.

דער אנלאנער פונעם בענקל וואלט געקענט זיין זייער באקוועם, ווען נישט וואס דער זעץ פונעם שווער האט דורכגעדרינגן זיינע אלע גלידער. ער האט זיך דערמאנט פון דעם ציפ, און ער האט געטראכט אז מעגליך איז דא עטוואס א צוזאמענארבעט פון די צוויי. ווען אייזיק האט פארענדיגט דעם בילקע, האט ער זיך דערמאנט אינעם שפיגל וואס ליגט אין איטליכן ביידל, און האט באשלאסן דאס אויסצונוצן. ער האט ווייטער אראפגעשטעלט דעם שטריימל און געבעטן דעם קליינעם דערנעבן זאל דערויף אכטונג געבן. די ברוינע פאפיר אויף דער ערד איז געווען זיין איינציגער צייכן אז ער איז נישט דער ערשטער דא צו אפשטאטן א באזוך היינט אויפדערנאכט. ער האט זיך פארשלאסן, און האט אויסגענוצט דעם שפיגל צו כאפן א בליק. פאר זיינע אויגן האט זיך באוויזן דער גרויסער האנט פונעם שווער, אין רויטן פארב. די פראגע וואס ער האט דארט איבערגעלאזט פאר עטליכע מינוט בעפאר, האט נאכאמאל ארויסגעשפראצט און אויפגעוועקט זיינע געדאנקען: וואספארא פארבינדונג האט דאס מיט פריינדשאפט?
קרעזי
קרעזי
מטייל בגן

מספר הודעות : 17
מעלות : 45
אנזעהן ביים ציבור : 12
מיקום : צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

חזרה למעלה Go down

א מאנסע מיט אייזיק Empty Re: א מאנסע מיט אייזיק

הודעה על ידי חאצקל Sun Jun 07, 2009 2:40 pm

א צווייטשע מעג דאך אויך זאגן ווי גוט עס איז..... חחחחחח.....

עס איז פשוט 'קרעזי'

קיפ איט אפ

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

א מאנסע מיט אייזיק Empty Re: א מאנסע מיט אייזיק

הודעה על ידי וועלוול כהן Sun Jun 07, 2009 2:55 pm

קרעזי, איך האב זיך געהעריג געשפירט הויפט מחותן ביי די חתונה...

א גרויסן שכוח קרעזי.

וועלוול כהן
יושב בגן

מספר הודעות : 110
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 14

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

א מאנסע מיט אייזיק Empty Re: א מאנסע מיט אייזיק

הודעה על ידי גערטנער Sun Jun 07, 2009 7:45 pm

קרעזי דיין ארטילן לערנט מיר אויס ווי אזוי צו שרייבן (נישט אז איך קען אזוי, נאר איך ווייס שוין וועמען נאכצומאכן...)

דו מאכסט חתונות און מיר טאנצען פאר שמחה.

געבענשט זאל זיין דער קיבארד וואס האט זיך געלאזט צודריקן פאר אטא דער ארטיקל.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה