הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

שמשון הגבור

Go down

שמשון הגבור Empty שמשון הגבור

הודעה על ידי גערטנער Fri Jun 05, 2009 3:06 pm

אברהם אבינו האט געהייסען פאר שרה'ן זי זאל שנעל צוגרייטען א סעודה פון דריי מאס מעל, און זאל באקן פאר די געסט ,דרש'נט אויף די גמרא "הוא אמר קמח והיא אמרה סולת" אברהם אבינו האט געזאגט מ'זאל ברענגען מעל און שרה האט געזאגט מ'זאל ברענגען זעמל מעל,(א פיינעם מעל)"מכאן שהאשה עיניה צרה באורחים " פון דא זעען מיר אז א פרוי קוקט נישט מיט א גוט אויג אויף אורחים, זי גיט זיי נישט צו עסן מיט'ן גאנצן הארץ (ב"מ פ"ו) [זי האט געפרעגט צו זי זאל מאכען פון "קמח" האט אברהם געזאגט "סולת" , לפי התו"ח. פרעגן די מפרשים וויאזוי איז געדרונגען פון דא אז א פרוי איז קארג צו געבן עסן פאר אורחים ,אדרבה פון דא קענען מיר ארויסלערנען דאס פארקערטע ווייל שרה האט געזאגט מ'זאל געבן א בעסער מעל פון וואס אברהם האט אנגעטראגן , ווייל "סולת" איז פיל א בעסערער מעל פון "קמח". שטייט פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע א תירוץ אויף די קשיא מיט א הקדמה פון א מעשה אמאל האט א לייב געזאגט פאר זיינע קינדער די קליינע לייבלעך ,אז זיי זאלן וויסן אז זיי זענען די גרעסטע גבורים פון די וועלט, אוןאלע באשעפענישען פון דער וועלט אריינגערעכנט די מענטשן דארפן ציטערן פאר זיי ווי פון פייער, די קליינע לייבלעך זענען זייער צופרידן געווען צו הערן אז אלעס דארף ציטערן פון זיי . און זיי זענען פון דעמאלט אן ארוםגעגאנגען מיט אויפגעהויבענע קעפ זיי האבען אויף יעדן אראפגעקוקט מיט א ביטול , און מיט א פאר שארפע אויגן אז מ'האט זיך טאקע דערשראקן פון זיי , איינמאל זענען די לייבלעך געגאנגען שפאצירן אויף דער וועלט ,פארלזן זיך אויף זייער גבורה , ביז זיי זענען אנגעקומען צו א פארלאזטן חרוב'דיגן פאלאץ האבן זיי געזען אויף די ווענט פארשידענע ציורים פון פארשידענע הערליכע מאלערייען מיט אמאל האבן זיי דערזעהן אויף א וואנט א בילד וואס האט זיי זייער דערשראקן , אויף די וואנט איז געווען א בילד ווי שמשון הגבור כאפט אן א לייב און צערייסט אים אזוי גרינג ווי מ'צערייסט א יונג לעמעעלע , זעענדיג דעם בילד האט אנגעכאפט א שרעק די לייבלעך און זיי האבען שנעל געהויבן פיס כל עוד נפש בם ביז זיי זענען אנגעקומען מיט איין אטעם צו זייער פאטער דער גרויסער לייב,זיי האבען פאר אים פארגעהאלטן היתכן דו האסט אונז געזאגט אז מיר די לייבן זענען די גרעסטע גבורים פון די וועלט און אט האבן מיר געזען ווי א מענטש הרג'עט א לייב און צערייסט אים מיט די הענט אזוי ווי מ'צערייסט א יונג לעמעלע
האט זיי דער פאטער דער לייב בארואיגט אדרבה פון דעם בילד קענט איר זעען אז מיינע רייד זענען ריכטיג פון דעם בילד זעט מען אז די לייבן זענען די גרעסטע גבורים ווייל ווען נישט וואלט עס נישט געווען קיין חידוש אז א מענטש קען הרג'נען א לייב מיט בלויז זיינע הענט און מ'וואלט עס נישט אראפגעמאלן אויף די וואנט
טאקע נאר ווייל א לייב איז דער שטארקסטער און דער מעכטיגער גבור אויף דער וועלט פון איינמאל אין די געשיכטע האט א מענטש באוויזן אז ער איז שטארקער פון אים און האט אים צוריסען האט מען עס אפגעמאלן צו דערמאנען דעם וואונדער , וואס מאמעס דערציילן פאר זייערע קינדער אלעס א גרויסער חידוש פון דעם אליין קענט איר זען קינדער ווי שטארק דער לייב איז.
מיט דעם קען מען פארשטיין די גמ' ווייל דער פסוק דערציילט אונז דאס צדקות פון שרה אמנו אז זי האט אנגעטראגען מ'זאל באקן פאר די געסט פון דעם פיינעם מעל זעט אויס אז ס'איז א חידוש וואס די תורה וויל אונז דא דערציילן ווייל סתם פרויען זענען געווענליך קארג און געבין נישט גערן עסן פאר די אורחים .
(ספר בעל שם טוב )

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה