הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

משל בלי נמשל

4 posters

Go down

משל בלי נמשל Empty משל בלי נמשל

הודעה על ידי קרעזי Wed Jun 03, 2009 6:05 pm

ווען משה האט זיך אויפגעכאפט צום טאקט פונעם אלטן זייגער, האבן זיינע הענט באלד געגרייכט צום גרויסן קנעפל וועלכע האט ברייט ארויסגעשטארט אין צענטער פונעם פארעלטערטן אפאראט.

משה האט נאך געדענקט יענע טעג ווען אט דער זייגער איז געווען פאראנטווארטליך צו טרייבן אט דעם ביזנעסמאן צו די זיבן און פערציגסטע גאס אין מאנהעטן וואו ער איז געזעצן איבערגעבויגן איבער די איידעלע שטיינער דורכאויס דעם טאג. ביינאכט ווען ער פלעגט אהיימקומען א מידער, איז ער געווען גליקליך צו טרעפן זיך אין די ווארימקייט פון זיין היים, און איז אריבער די צענדליגע קארידארן פון זיין היפש גרויסע וואוינונג מיט א זעלטענע שטאלץ; א שטאלץ וואס נאר א שווערער ארבייטער קען שפירן אין ענדע פון א פילן טאג ארבעט. נאכן אפעסן זיין וועטשערע האט ער זיך פלינק א לאז געטון איבער די לויטערע לופט אויפן וועג צום שול, וואו ער האט טעגליך ערשיינט ביים שיעור פון רב. עס איז אים געווען א פארגעניגן צו אויסוואשן איינע פון די האלב אפגעבראכענע גלעזער, און אריינטון א זעקל לפתן טיי אין די זייפיגע וואסערן וועלכע האבן נאכגעלאזט צענדליגע טראפן אויף די פארשווארצטע פאדלאגע אין עק שול. אין זיינע אויערן האבן געקלינגען די ווערטער פון רב ביי שלש סעודות, ווען ער האט גערעדט איבער קביעת עתים לתורה און ווי געשעצט עס איז אויבן אין הימל ווען דער איינפאכער איד זעצט איבער די גמרא כאטש איין שטונדע אין טאג. ניין, גרייזט נישט מיינע לייענער, ער האט זיך נישט געהאלטן פאר אן איינפאכן איד, אבער אט דאן אין יענע מינוטן ווען ער האט שפאצירט מיטן אפגעקילטן טיי אין ריכטונג פונעם הילצערנעם טיש האט ער געקוועלט פון אט די פראסטע און איינפאכע פארבן מיט וועלכע דער רב האט דאס הארציג באצייכנט. אין יענע מינוטן האט ער געשפירט אז די שרפי מעלה האבן טאקע רעכט הנאה דערפון וואס ער האט פון זיין צייט אפגעריסן, אן אפפער פאר די הייליגע תורה. אין דעם טרוים האט גאר נישט עקזעסטירט דער מארגנדיגער דינער אין וועלכע ער וועט זיין דער געהויבענער אורח הכבוד, און די אלע שנארער וואס קלאפן טעגליך ביים טיר און וועלן אויך היינט אפווארטן אויפן וועג אהיים. דער וועג צום ברייטן בענקל, וועלכע ער האט אינזין געהאט צו אנגרייטן איידער א צווייטער וועט דאס נעמען אין זיין באזיץ, איז שוין געווען א קורצע ווען זיינע געדאנקען זענען נאך געווען פעסט אנגעבינדן אין די רייד פון רב וועלכע האט מיט אייפער געשילדערט דעם גרויסן לוין וועלכע וועט צוגעטיילט ווערן צו אט די אידן וואס זענען טאקע געצווינגען צו זיך פלאגן על המחיה ועל הכלכלה, אבער באשטימען, מיט דעם אלעם, א שטונדע צום לערנען. דער רב איז געגאנגען אזוי ווייט און זיך באנוצט מיט מליצות ווי לפום צערא אגרא און נאך זאצן און פראזן, וועלכע משה האט קנאפ פארשטאנען. אין זיין יוגנט איז ער נישט געווען פון די אויסגעצייכנסטע אין שולע, און ער האט געקענט נאר געציילטע "בבלי'שע רייד," ווי ער האט דאס גערופן. ביי יעדן צערעמאניע וואס ער האט געלאזט פליסן עטליכע גרייצער האט ער געהערט אז ער איז טאקע "גופיה צורבא מדרבנן," אבער פרעגן דעם באדייט דערפון וואלט באדייט אי בזיונות און אי א פרישע טוץ ווערטער וועלכע וועלן פילייכט פארלאנגען א באזונדערע ערקלערונג.

יענע צייטן האבן אוועקגעגעבן זייער געערטן ארט פאר בייזע ווינטן וועלכע האבן צובלאזן זיין קאריערע, און האבן אים געפאטשט אין געזיכט מיט זייער ביטערע ווירקליכקייט. שוין עטליכע מאנאטן וואס ער האט קוים אויף ברויט, אבער די געלט-גייער ביים טיר ווילן נישט הערן קיין נייעס. זיי מיינען אז דאס איז נאר א שפיל צו זיי אוועקטרייבן, און ווילן זיך איבערקלוגן איבער דעם שפיצל. דעם נאכט שיעור האט משה נישט אויפגעגעבן, אבער ער האט גוט געוואוסט אז ער גיבט שוין נישט אוועק זיין טייערע צייט. די ווערטער פונעם רב האבן אנגענומען זייער ריכטיגער באדייט, אבער משה האט זיך שוין נישט געשפילט מיט די שיינע געדאנקען וועלכע פלעגן אים באגלייטן פון איין עק שול צום צווייטן ווען ער האט אונטערגעטראגן זיין ארימען טיי צום באשטימטן ארט. א שמייכל האט זיך ארויפגעצויגן אויף זיינע לעפצן ווען ער האט דערזעהן דאס בלויע בענקל אין די זייט, און זיינע באקען האבן געפלאמט אין דעם ליידיגן שול. ער האט זיך געשעמט מיט זיינע פארגאנגענע טהאטן, ווען ער האט זיך נישט געצווייפלט צו זיך קריגן איבער דעם בענקל מיטן אלטן בעריש. ווי קען עס געמאלט זיין אז ער, משה דער גביר, האט זיך אראפגעלאזט צו אזעלכע נארישקייטן? א בליק אויף צוריק האט אים ערשטוינט און ער האט אויסגעגראדט זיינע אויגן צום טונקלען עק, דארט ווי דער קעסל איז געלעגן עלנד אויפן קרומען טישל. א פריידיגע ווינטל איז אריבער ווען דער טיר האט זיך געעפנט און ער האט דערזעהן זיין אלטן פריינט שמעון. ער האט העכסט גענאסן פונעם פאקט אז דער שול איז געווען ליידיג אין אט די פאר מינוטן וואס זיין פארגאנגענהייט האט זיך באוויזן מיט איר גרויליגן געשטעל, אבער ער האט זיך גלייכצייטיג געטרייסט אז זיין יוגנט פריינט שמעון איז געקומען אין די ריכטיגע מינוטן, צו ארויסנעמען זיינע געדאנקען פון די אייגענע בלאטע. שמעון איז געווען ווייט פון א גביר, און משה האט צוריקגעבליקט און איז ווייטער אריינגעפאלן אין א ביטערן גרוב. פארוואס האט ער נישט באשטייערט פאר זיין יוגנט פריינט און אים ארויסגעהאלפן? ער וואלט זיך געזעצט מיטן פויסט אין ברוסט, אבער דער גביר'ישע שטאלץ איז געווען דאס איינציגסטע וואס איז אים פארבליבן פאר אן אנדענק. ער האט אוועקגעשטויסן די בייזע געדאנקען, און האט זיך קאנצעטרירט איבער די שטריכן פון זיין פריינט שמעון. די יארן פון ישיבה האבן געמאלן א בילד פון א קליין ווילדע יונג מיט אן אפענע כאלעטל, אבער די יארן האבן פארשווארצט זיין געזיכט און זיין געשטאלט האט אנגענומען שווערע צייכנס פון פלאג און זארג. זיין ברייטן שטערן איז געווען טיף צושניטן, און האט דערמאנט אין די דריי עלטערע טעכטער וואס ווארטן אויף זייער טאג. זיין ברייטן נאז האט אנגעגעבן צו הערן פארשידנס, און די צוויי פליגל האבן געפלאטערט ביי איטליכן אטעם. זיינע דיקע וואנצן זענען געווען ענליך פארטונקלט און האבן זיך געצויגן ביז איבער די ציינער וועלכע האבן ארויסגעשריגן מיט אומפאסנדע ווייסקייט. זיין פארבויגענע אויסגעברענטע הוט איז ווארשיינליך געווען נאך דאס פון יענע יוגנט יארן, אבער זיין קאפ האט נישט איינגעשטימט צו בלייבן די זעלבע גרייס.

זיינע הענט האבן מיד געלאנדעט אויפן זייגער, און האבן אפגעשלאגן די קלאנגען וועלכע האבן אים ארויסגענומען פונעם צויבער טרוים אין וועלכע ער האט אזוי זיס געשוועבט. ער וואלט געלאפן, אבער ער האט נישט געהאט צו וואו. ער וואלט אויפגעשפריגען מיט פרייד און לוסט, אבער עס וואלט נישט פארמאגט קיין באדייט. זיינע אויגן האבן זיך איינגעגראבן אינעם ליידיגן דאך, און די זיסע טרוים איז צוגאנגען נאך שנעלער ווי געשאפן. זיינע בליקן האבן גענידערט און האבן זיך ווידער אנגעקלאפט אינעם זייגער וועלכע ער נאר אקארשט שטיל געשטעלט. דער גרויסער ווייזער איז געשטאנען מיטן קאפ ארויף און דער קליינער קאלעגע האט אים באגלייט פון די לינקע זייט. משה האט אפגערעדט אויף צעהן אזייגער, און ער האט געוואוסט אז אין א שטונדע וועט ער זיך ברויכן שטעלן אין ביורא פון ארבייט-פאראיין. ער וואלט ליבערשט זיך איינגעגראבן אין קישן און איינגעזינקן אין א צופרי דרימל, ווי איידער זיך שטעלן ווי א בעטלער אין די ריי. זיין באנק קאנטע האט אבער געשריגן אויף גאר אנדערע טענער, און ער האט נישט געהאט קיין אויסוועג נאר אונטערגעגעבן. צו זיין גליק, האט זיין ווייב אויך געמאכט א פאקט מיטן באנק, און האט נישט געוואלט הערן קיין אויסריידן. פוילערהייט האט ער געשטעלט זיינע ערשטע טריט אין יענעם טאג, און האט זיך ארויסדערזעהן פון זיין ווארעמע געלעגער. ווי א רעגן האט זיך געגאסן זיינע שלאף קליידער איבער דעם בעט, און ער האט ארויפגעצויגן דעם געשוואלענעם אנצוג אויף זיין דיקן לייב. שווערע טריט האבן אפגעהילכט איבערן הויז אינדערצייט ווען ער האט זיך געלאזט גיין אין וועג, און עס איז נישט געווען א צווייפל אז דער ציל פון זיין איצטיגע שריט פארביטערט דעם אפקלאנג פון די שווערע שטיוול. ער האט א קוש געטון דעם הערליכן מזוזה האלטער, און מיט א פאר אראפגעלאזטע אויגן האט ער געשטעלט זיינע אומזיכערע טריט צום ביורא. דורך זיינע איינגעראמטע ברילן האט ער פארזיכערט אז קיינער פאלגט נישט נאך אין זיינע פוסטריט, און זיינע אויערן זענען געווען אנגעשפיצט צו יעדן פארדעכטיגטן שארך. ער איז נישט געגאנגען, נאר האט גאלאפירט איבער די שמאלע געסלעך. זיינע דארע פיס האבן געגליטשט אויף די אויסגעפלאסטערטע שטראזן, און ער האט זיך געפונען שטיין נעבן די אומאנגענעמען טיר. מיט אראפגעלאזטע אויגן האט ער אנגעקלאפט, און האט זיך באלד איבעררעכנט. חרטה געפיהלן האבן אים באנומען, און ער האט געוואלט אנטלויפן ווייט אוועק. זיינע צוויי פיס זענען געלעגן פארשטיינערט און אומבאוועגליך, און האט זיך געשפירט אין זיין אייגענע טורמע. דער פריינטליכע אינגערמאן וואס האט ברייט געעפנט די טיר האט נאר צוגעלייגט צום געוויכט פון דעם שטיין וואס איז געלעגן אויף זיין הארץ, און מיט א טרייסלנדע מויל האט ער ארויפגעברענגט עטליכע אומפארשטענדליכע ווערטער אויף זיינע לעפצן. זיין רעכטע ארעם האט זיך געווארפן ווי מיטן ווינט, און ער האט קוים ערצייגט צו שטעלן זיין פוס פלאך אויפן שוועל. די געשרייען פון זיין ווייב האט אפגעקלונגען ווי מיט הויכהילכער, און ער האט אריינגעשטעלט א האלבן קערפער אין דער ווארעמע ביורא. די אינגעלייט האבן זיך אויפגעפירט העפליך און איידל, מיינענדיג אז ער איז גאר געקומען פארשלאגן ארבעט. איינער פון די אינגעלייט, א טיכטיגער ביז גאר, האט שנעל אריינגעגאסן א לעפל קאווע און צוויי קליינע צוקער זעקלעך אין א ריינע גלעזעל, און האט צוגעגרייט א קאווע פארן הויכגעשעצטן גאסט. משה, וועלכער האט דאך געוויסט איבער וואס ער איז געקומען, האט ווי פארשטענדליך אפגעווארפן דאס בענקל וועלכע מען האט אים אונטערגעריקט. ווען די קאווע איז דערלאנגט געווארן צום טיש, האט ער זיך אפגעזאגט פון טרינקן. זיי, די אינגעלייט, האבן פארשטאנען אז דאס איז נאר א גביריש'ע אקט, און האבן אים צוגעשטופט זאגנדיג אז עס איז גאר א ווירדע און עהרע פאר די ארבייט-פארמיטלונג אז ר' משה מאכט א ברכה.
קרעזי
קרעזי
מטייל בגן

מספר הודעות : 17
מעלות : 45
אנזעהן ביים ציבור : 12
מיקום : צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

חזרה למעלה Go down

משל בלי נמשל Empty ***

הודעה על ידי קרעזי Wed Jun 03, 2009 6:06 pm

דער נאכט איז צוגעפאלען און האט פארשווארצט די צוויי געשטאלטן וואס האבן געמיטליך שפאצירט ביים בארטן פון טייך. א טשאטע פייגל זענען אנגעפלויגן און האבן זיך אנידערגעזעצט אויף די פארלאזטע בענק, האקנדיג מיט זייער שנאבל אין א זוך נאך ברעקלעך און דאס אומבאקאנטן. די כוואליעס האבן אוועקגעגעבן זייער גילדערנעם גלאנץ פאר די טונקלקייט פון די נאכט, און האבן נאר פון צייט צו צייט געלאזט פאלן זייער געלאסענע ריטמישע קלאנגען. פונדערווייטנס האבן זיך אנגעזען די לעצטע באזוכער וועלכע האבן זיך שוין אויך געגרייט צו פארלאזן די ווייכע זאמד, און שטעלן זייערע טריט אהיים. די זון איז שוין אונטערגעגאנגען פאר א וויילע פריער, און נאר אייניגע שטראלן האבן זיך אויפגעהאלטן איבערן פלאך ווי זיי וואלטן זיך נישט געוואלט שיידן פונעם רואיגקייט וואס האט באהערשט דעם ארום. א בייזער ווינט האט אבער אויך זיי ווייט פארטראגן, און דער טייך איז געבליבן עלנד אליין. די ווייסע גענז וואס האבן געהוידעט דורכאויס דעם טאג זענען פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט, און טונקעלע קעץ האבן פארנומען זייער ארט און זיך איינגעפאסט אינעם שווארצן צודעק וואס האט איינגעהילט דעם וואסער.

עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס משה'לע שפאצירט מיט זיין טאטן געמיטליך נעבן וואסער, אבער מיט דעם אלעם שפירט ער אז זיין טאטע ענדערט זיין געשטעל פון טאג צו טאג. ער שפירט אז דער ווארעמער בונד ווערט אפגעקילט, און טראץ וואס זיין האנט איז טיף איינגעפלאכטן צווישן דעם פאטער'ס פינגער זעהט ער ווייטע שטרעקעס וואס טיילן זיי אפ. די באמערקונגען וואס דער טאטע האט געלאזט הערן בעפאר האט אויך אנגעצייגט אין דעם ריכטונג, און זינט דען זענען די אויגן פון טאטן פארגלייזט איבער די וואסערן. עס שיינט ווי ער זוכט עפעס צווישן די טראפן וואס רירן אן דעם הימל אויף די צווייטע זייט, אבער ער געפונט דאס נישט.

- וויאזוי וועל איך צוריקגיין אהיים? פרעגט משה'לע.

- איך וועל זיך אויף דעם שיף נישט לאנג פארזוימען! אט גיי איך נאר ארויף צום קאפיטאן צו ערלעדיגן א געשעפט, און איך וועל באלד זיין מיט דיר.

מיין טאטע איז נישט קיין ליגנער, האט דער לאגיק געשריגען, אבער דאס הארץ פונעם קינד האט נישט איינגעשטימט. פארטראכט האבן זיי געשטעלט אומזיכערע טריט, און פארקלערט האט זיך דאס קינד געשלעפט אין די פוסטריט פונעם טאטן. משה'לע האט נישט געצווייפלט אין די ווערטער פון זיין געטרייען פאטער, אבער אין הארץ איז ער געווען אומצופרידן דערפון.

ווען א קליין רויטער לאמפ האט זיך באוויזן ערגעצוואו אין דעם געמיש פון הימל און וואסער, האט ער באלד פארשטאנען אז אט קומט אן דער שיף אויף וועלכע זיין טאטע קוקט ארויס. ער האט געקערט זיין בליק אין ריכטונג פונעם שיף, און האט געהערט זיין טאטן זאגן: "זעהסט משה'לע? עס איז נישט אזוי גרויס ווי דו האסט געמיינט". דער שיף האט טאקע אויסגעקוקט צו זיין א קליינע, אבער ווי נאר זי האט זיך דערנענטערט צו די ברעגן איז זיין פארנעם געוואקסען, און האט אראפגעשטעלט א שוידערליכן בילד. דאס קינד האט זיך אנגעהערט אין שולע איבער מענטשן וואס זענען פארכאפט געווארן דורך די ים-רויבער, און זיינע געדאנקען האבן אנגעהויבן פיבערן מיט בייזע לעגענדעס. ער האט איינגעגראבן זיינע אויגן אין די זעגלן וואס האבן זיך שטאלץ געהויבן אין די הויך, און אין די שווארצע וואסערן וואס זענען מיטאמאל באלאכטן געווארן מיט פארשידענע פיהלפארביגע לאמטערנעס. זיין הארץ האט געטרייסלט און זיינע הענט האבן געציטערט ווען דער שיף איז רואיג צוגעשווימען צו די ברעגן פון טייך. דער הויפט קאפיטאן האט ארויסגעלאזט א באפעל צו באהעפטן דעם אנקער, און א לייטער איז ארונטערגעלאזט געווארן.

די צוויי הענט וועלכע זענען ביז דאן געווען איינגעשלאסן אין א פאטערליכע קניפ האבן זיך פונאנדערגעטיילט, ווען די קלענערע פון זיי טרייסלט מיט פארכט. דאס קינד האט געוואוסט אז זיין פאטער גייט נאר ארויף ערלעדיגן א געוויסע געשעפט, אבער די רוישיגע וואסערן האבן נישט פיהל צוגעגעבן אים צו בארואיגן. די כוואליעס האבן ארויסגעשטעקט זייערע פרעכע צונגען, און האבן געדראעט צו פארציקן סיי וואס. די פיש זענען טאקע נישט געווען מערקבאר אין אט דעם סצענע, אבער בלויז דאס וויסן פון זייער עקזיסטענץ האט געבראכט אן אומגעהויערן שרעק אויף דאס קליין אומבאהאלפן קינד.

שווארצע רויב-פויגלען האבן געהויערט און זיך צוגעקוקט ווען דער טאטע האט ארויפגעשטעלט זיינע פוס אויף די שווערע שטיגן. דער קאפיטאן איז ארויס צו ענטפאנגען זיין גאסט, און האט אויך נישט פארגעסן צו בארואיגן דאס קינד וועלכע איז געשטאנען עלנד אליין אויפן בארטן. זיינע טרייסט ווערטער האבן זיך נישט איינגעפאסט מיט זיין שטייפע בליק, און טרערן האבן אנגהויבן שפראצן אין די אויגן פון משה'לע. דער טאטע האט ווידערהאלט זיין צוזאג צו זיין זון, און האט זיך געלאזט גיין אין די פראכטיגע קארידארן.

זיינע פוס איז געבליבן איינגעגראבן און פארשטיינערט אינעם ווייכן זאמד ווען ער האט געזען ווי איינער פון די ארבייטער נעמען אראפ דעם אנקער, און דער שיף האט זיך אנגעהויבן באוועגן. זיין ווארט איז ביי אים אפגענומען געווארן, און א קוויטש האט אפגעהילכט אין דעם ליידיגן ארום. דער שיף האט ווארשיינליך דאס נישט געהערט, און האט זיך פאראויסגעריקט אין די שטורמישע וואסערן. די שיינענדיגע לעמפלעך האבן שוין נישט געווארפן זייער ליכט, נאר האבן פארשמירט די לויטערע וואסערן מיט זייער פראסטן שיין.

דער טאטע איז געשטאנען אויפן דעק פונעם שיף און געפלאטערט מיט די האנט צום קינד. דאס קינד האט מיט אן איבערגעהאקטן שטימע געשריגען: ט...א...ט...ע...!!! ט...א...ט...ע...!!! די שטימע פון טאטן האט אפגעענטפערט זיין איינציגע באגער: מ...ש...ה...ל...ע...!!! מ...ש...ה...ל...ע...!!! אבער עס איז פילייכט געווען צו שפעט.

דער טאטע איז פארכאפט געווארן אין שיף, און זיין געזיכט האט זיך נאר פארקלענערט אינדערצייט וואס דער שיף האט אים אוועקגעפירט ערגעץ ווייט אוועק.

דאס קינד איז געבליבן עלנד ווי א שטיין ביים וויסטן בארטן. די לעמפלעך פונעם שיף זענען דערטרונקען געווארן אין די ווייטקייט פון די וואסערן, און זייער שיין האט איבערגעגעבן דאס פלאץ פאר שטילע כוואליעס וועלכע האבן פארדעקט דעם פארברעכן וואס איז נאר פארגעקומען.

א שטראם זוידיגע טרערן האבן געמאכט זייער וועג פון די קליינע יונגע אויגן צום רוישיגען טייך, און האבן זיך פאראייניגט אין איין זאלציגע מאסע. זיינע אומשולדיגע פיס האבן אנגעהויבן ציטערן, און האבן זיך נישט געקענט קעגנשטעלן די פראסטיגע ווינטן וועלכע האבן אים געפאטש מיט די טרויעריגע ווירקליכקייט. ער אוועקגעפאלן אין אונמאכט, ווען ער כליפעט אומענדליך, און זיין געוויין ווערט פארלוירן אינעם גרויסן וויסטעניש.
קרעזי
קרעזי
מטייל בגן

מספר הודעות : 17
מעלות : 45
אנזעהן ביים ציבור : 12
מיקום : צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

חזרה למעלה Go down

משל בלי נמשל Empty ***

הודעה על ידי קרעזי Wed Jun 03, 2009 6:07 pm

דאס קינד וואס האט נישט געקענט דעם וועג אהיים איז געבליבן ביים טייך, און איז ערצויגן געווארן אין צווישן די עלנדע שטיינער, די פויערן, און די גענז וואס פלעגן באזוכן דעם פלאץ טעגליך. ער האט זיך ערנערט פון די ווילדע געוויקסן וואס האבן געשפראצט דערנעבן, און האט זיך איינגעוואוינט מיט זיין נייע לעבן נעבן טייך. די ווינטן וועלכע האבן אמאל צוריסן זיין קליינע לייב האבן אים שוין נישט געשטערט, און די זאלציגע וואסערן פון טייך זענען געווארן זיס. די קאלטע זאמד איז פאר אים געווען דאס בעסטע געלעגער, און די שטיינער אויסטערלישע קישנס. די רוישיגע כוואליעס האבן אים שוין נישט אפגעשראקן, און ער האט צומאל אריינגעשטעלט זיכערע טריט און זיך געלאזט איבערן וואסער פלאך. שיפן וואס קומען און גייען זענען ביי אים געווארן אן אפטע ערשיינונג, און זיין פארכט דערפון האט זיך צולאזט דורכאויס די יאהרן. ער האט געדענקט זיין טאטן וועלכע איז אפגעפארן אויף א וועג פון וועלכע ער איז נישט צוריקגעקומען, אבער דער ווייטאג האט שוין לאנג נישט געפונען קיין רוה אין זיין הארץ. אין אנהויב האט ער נאך ארויסגעקוקט אויף יעדן שיף וואס האט געווארפן אירע שווערן אנקער ביים בארטן, אבער נאך עטליכע מאל אין וועלכע ער איז אנטוישט געווארן האט ער דערויף אויך אויפגעגעבן. זיין אפשטאם איז אוועקגעפארן ווייט אוועק, און ער האט געשפירט צוגלייך מיט די ווילדע געוואוקסן ארום.

פון צייט צו צייט פלעגן קומען אנדערע קענטליכע פערזאנען פון שטאט, און א פינק פון האפענונג האט אויפגעבליצט ביים קינד אין הארץ. ער האט געקלערט אז אט זיי וועלן אים קענען צייגן דעם וועג אהיים, און אים אומקערן צו זיין געבורטס שטאט. אנטוישט איז ער געווארן זעענדיג ווי יענע גייען ארויף אויף שיפן וועלכע פירן זיי אוועק ווייט צו אן אומבאקאנט פלאץ. זיינע געדאנקען זענען דאן פונדאסניי צוריקגעגאנגען צו יארן פריער ווען זיין טאטע האט געטון דאס זעלביגע. עס האט אים געדוכט אז דאס איז גאר דער זעלבער שיף, אבער זיינע געשרייען "טאטע! טאטע!" האבן נישט געברענגט די רעזולטאטן אויף וועלכע זיינע יונגע אויגן האבן ארויסגעקוקט. זיינע געוואלדעס זענען געפאלען אויף די טויבע כוואליעס, וועלכע האבן דאס איינגעזינקען אין די נאטירליכע שויס. די ווילדע גאלאפ זייערע האבן פארוואסערט זיין ווייטאג, און מיט אייפער האבן זיי זיין פיין פארשווימט.
קרעזי
קרעזי
מטייל בגן

מספר הודעות : 17
מעלות : 45
אנזעהן ביים ציבור : 12
מיקום : צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

חזרה למעלה Go down

משל בלי נמשל Empty Re: משל בלי נמשל

הודעה על ידי זעקל Wed Jun 03, 2009 6:19 pm

יוי איז דער קרעיזי.
וואס טוסטו צו מיר? איך וויין דא מיט מיטן קינד, און איך ווייס אז איך קען אפילו נישט ווארטן אויפן נמשל... כליפ...כליפ...
זעקל
זעקל
נוטע בגן

מספר הודעות : 64
מעלות : 83
אנזעהן ביים ציבור : 7
מיקום : אונטערן בוים

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

משל בלי נמשל Empty Re: משל בלי נמשל

הודעה על ידי חאצקל Thu Jun 04, 2009 5:40 pm

אי"ה ביינאכט וועט מען דורכלעזן דעם גאנצן זאך, יעצט איז אביסל פאריאגט

אבער איך בין זיכער אז עס איז א קרעזי ארטיקל כנהוג

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

משל בלי נמשל Empty Re: משל בלי נמשל

הודעה על ידי חאצקל Sun Jun 07, 2009 2:42 pm

וואס איז געבליבן צום סוף? האט ער באקומען דעם דזשאב?

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

משל בלי נמשל Empty Re: משל בלי נמשל

הודעה על ידי לייבעלע Sun Jun 07, 2009 3:43 pm

צו מיינסטו דאס ערנסט?
ס'איז דאך אזוי שרעקליך צו ענדיגן אזוי א מעשה מיט אזא ווייעדיגע ענדע!

איך האף אז דא קומט נאך פארזעצונגען וואס וועט ענליך ווייזן די שיין ביים ענדע פונעם טונעל.

אזא טאלאנטפולער פעדער...
לייבעלע
לייבעלע
מטייל בגן

מספר הודעות : 17
מעלות : 25
אנזעהן ביים ציבור : 0

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה