הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

עדיטאריעל: פרשת נשא

2 posters

Go down

עדיטאריעל: פרשת נשא Empty עדיטאריעל: פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Tue Jun 02, 2009 12:14 pm

מיר לייענען דעם שבת פּרשת נשא, וועלכע אנטהאלט אין זיך 176 פּסוקים, און איז די גרעסטע סדרה פון די חמשה חומשי תורה. זאגט דער חידושי הרי"ם זי"ע, אז די סיבה פארוואס מ'האט אזוי צוגעפירט אז מ'זאל אין די וואך פון שבועות לייענען די פּרשה - איז, ווייל אזוי ווי מ'האט נארוואס מקבל געווען די תורה און ס'הערשט נאך א פרישקייט, ווי מיר ווייסן אז "אין חסידות כבתחילתה", יעדע נייע זאך טוט מען מיט מער חשק ווי שפּעטער, דעריבער לייענט מען דווקא די גרעסטע סדרה, צו ווייזן אויף דעם פרישן חשק וואס מיר האבן נאך.

לענינינו קען מען זאגן בדרך רמז, אזוי ווי מיר האלטן איצט נאך דעם יו"ט שבועות, און ווי געווענליך פאנגען זיך שוין איצט אן (אויב נישט פריער) די גרויסארטיגע הכנות צום זומער סעזאן הבעל"ט, דער הייסער וועטער שפּירט זיך שוין היבש אויף די גאסן, לייענט מען אט דייקא ביי די "פּתיחה" פון זומער די לענגסטע סדרה, צו ווייזן אז לא זו הדרך, ס'איז נישט ריכטיג די אלע וועלכע לאזן נאך זומער פונעם לערנען, נאר מ'דארף לערנען תורה אונטער אלע אומשטענדן אין וועלכע מ'געפינט זיך נאר.

מיר לערנען אין די משנה (אבות פ"ו מ"ה), אז צווישן די 48 קנינים וועלכע א איד דארף פארמאגן, געפינט זיך דער קנין פון "בישוב". ווי מיר טייטשן דאס אפּ אין פּשוט'ן פּשט, מיינט דאס אז צום לערנען דארף מען האבן מנוחה, רואיגקייט, שטילקייט, באקוועמליכקייט, א.א.וו. האט איינער פון די בעלי מוסר געפרעגט, אויב אזוי, פארוואס האט השי"ת געגעבן די תוה"ק אין מדבר, בארץ לא זרועה, וואס איז וויסט און פּוסט אן קיין געהעריגע שפּייז? לכאורה וואלט ער געדארפט ווארטן נאך עטליכע יאר ביז די אידן וועלן אריינקומען אין ארץ ישראל, לאחר ירושה וישיבה, ווען יעדער וועט שוין זיין אויף זיין געהעריגע וואוינונג, און דאן ווען יעדער איז רואיג אויף זיין פּלאץ, זאל השי"ת געבן די תורה?

מוז זיין, האט דער גאון אויסגעפירט, אז מיר האבן א שלעכטן אפּטייטש אין דעם ווארט "בישוב". דאס מיינט נישט מנוחת הגוף, אז דער גוף פון מענטש זאל האבן אלע געשמאקע באקוועמליכקייטן וואס ער קען נאר האבן. אדרבה! דער וואס האט אלע באקוועמליכקייטן, קען נישט געהעריג לערנען, ווייל דאס איז גורם אז ווען ס'פעלט אים נאר א געוויסע קלייניקייט, נעמט עס שוין אוועק זיין ישוב הדעת, און ער קען נישט לערנען, ווייל ער האט נישט "אלעס" וואס ער דארף.

פירט אויס דער גאון, קומט אויס, אז מנוחת הגוף איז א סתירה צו מנוחת הנפש, ווייל דער וואס פארלאנגט מנוחת הגוף, דער האט דאך נישט קיין מנוחת הנפש, ווייל ווען ס'פעלט אים א קלייניקייט, איז שוין זיין ישוב הדעת נישטא און ער קען שוין נישט לערנען ווי עס דארף צו זיין. און דאס איז וואס דער תנא זאגט "ובישוב", מיינט מען ישוב הדעת און מנוחת "הנפש", נישט מנוחת הגוף.

דעריבער האט השי"ת געגעבן די תורה אין דעם מדבר, דווקא דארט וואו ס'איז נישטא די אלע באקוועמליכקייטן, ווייל "נאר" אין אזא אופן קען מען מקבל זיין די תורה און אויסוואקסן א תלמיד חכם.

מיט א שיין משל האט דער גאון פארענדיגט. מיר זעען אז ווען מ'מושטירט א סאלדאט ווי אזוי ער זאל אנגיין אין א מלחמה, לערנט מען אים בעיקר אויס ווי אזוי ער זאל אומגיין אין די אומנארמאלע אומשטענדן, ווייל דארט ליגט די עיקר קונץ פון דעם סאלדאט, און מ'לערנט אים נישט בלויז ווי אזוי זיך צו פירן אין די נארמאלע אומשטענדן, ווייל די איבונגען פעלן אויס, מ'דארף מיט חכמה באזיגען דעם שונא.

דאס זעלבע איז מיט יעדן איד, וועלכער איז א "סאלדאט" פאר'ן באשעפער און איז אין א מלחמה מיט'ן יצר הרע. די כלי זיין איז די תורה וואס מיר פארמאגן. דארפן מיר דעריבער וויסן אז די עיקר מלחמה וואס מיר דארפן ארויסווייזן דערביי אונזער העלדישקייט איז ווען ס'איז שווער צו לערנען. טאקע דאן ווען ס'איז הייס, ווען ס'וואלט געשמאקער געווען צו זיצן איבער א קאלטן גלאז וואסער און זיין פארנומען מיט א "הייסע" דיסקוסיע, אט טאקע אין די צייט שטעלט זיך ארויס ווער ס'איז א געניטער סאלדאט, און ווער ס'איז א דורכגעפאלענער סאלדאט, און די הויפּט חביבות צו די תורה ווערט דאן ארויס¬געוויזן.

מיר דארפן געדענקען די אלע גדולי התורה, וואס מיר לערנען זייערע ספרים און מיר ווילן גיין אין זייער אויסגעטרעטענעם וועג, אז זיי זענען נישט אויסגעוואקסן גדולים פון באקוועמליכקייט. אדרבה ואדרבה, חז"ל זאגן אונז, הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה, אז פון די ארימע קינדער וועלכע פארמאגן געווענליך נישט די אלע תאוות עולם הזה, דייקא פון זיי קומען ארויס די בני תורה.

די אלע גדולים זענען געווען געפּלאגטע מענטשן, מחוסרי לחם ל"ע, ניטאמאל קיין גאנצן ש"ס האבן זיי פארמאגט. נישט איינמאל האט מען זיך געלייגט הונגעריג נישט וויסנדיג פון וואו מ'וועט נעמען אויפ'ן מארגנדיגן טאג. פון דעם דארפן מיר זיך לערנען אז אויב מיר ווילן גיין אין זייערע פיסטריט, און אויסוואקסן תלמידי חכמים, איז דאס נאר ווען מ'לערנט אין אלע צייטן, נישט קיין חילוק וואס דער וועטער איז אינדרויסן. דאס דארף נישט האבן קיין השפּעה אויפ'ן לימוד התורה.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

עדיטאריעל: פרשת נשא Empty Re: עדיטאריעל: פרשת נשא

הודעה על ידי סארווער Tue Jun 02, 2009 4:35 pm

זייער שיין גערטנער, איך האב עכט הנאה געהאט, קיפ איט אפ.

סארווער
מהלך בגן

מספר הודעות : 9
מעלות : 9
אנזעהן ביים ציבור : 0

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה