הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

דער רעגענדיגער זונטאג

Go down

דער רעגענדיגער זונטאג Empty דער רעגענדיגער זונטאג

הודעה על ידי פעטער Mon Jun 01, 2009 1:56 pm

געווען איז דאס זונטאג פארטאגס, בערך פיר דרייסיג עי עם. ווען דער שטורעמישער רעגן האט זיך ארויס געשטעלט צו זיין א ווירקליכקייט און גאר נישט קיין חלום, האט דער דינער געמאכט זיכער אז כ'זאל מיך רירן פון דעם ארט וואס כ'האב אזוי ליב, און וואו איך בין אזוי צונגעבינדן בכל נימי גופי די לעצטע זעקס שעה ברציחות. אבער די נאסע לופט וואס האט געשוועבט אין די לופט האט גובר געווען און כ'בין צוריק אריין אינטערן שאטן פונעם שר החלומות, און מיט א דביקות צו בעט'לאנע רבין האב איך געשלינגן יעדע ווארט וואס מען האט מיר פארקויפט. און אז א ספינה איז א פורח באויר, איז בלויז א קליינגקייט פון דער עולם הטמיון וואו כ'בין פארזינקען. אלעס ליגט רוהיג... די פעקל ביינער ווערט רעטשארשד אויף די רעגעלמעסיגע עבודת ה' פון דעם קומענדיגן טאג.

אונטער די דאכענע ווערט אויסגעארבעט די לעכטיגע מאכלי שבת באנאזאם; די קידוש והבדלה וויינען; די טאמעטא דיפ מיט די לעבער; די פיש מיט פערפעל; די קעסטן מיט די קאמפאט; די ברוינפן פון נאכן פיש מיט די מעלאנע פון שבת נאמיטאג; די טאנא פון של"ש מיט די סמייטע פון לאווע מאלקע. אלע ליגן דארט מיט אזא אחדות, און ציביסלעך ווערט שוין סדר און די בני מעיים. ווען...

...פלוצלינג הייבט דער זייגער א צו פייפן. כ'מיין, נישט דער זייגער - נאר דער אלארעם פון קעלענדער אויפן טעלעפאן האט אנגעהויבן מאכן דעם גענויען גרודער פון א "סמויק דעטעקטאר", וואס דאס דארף מ'כלומר'ש מיר דערשרעקן און מאכן אז איך זאל זיך דערוועקן אין אויפשטיין...

איך מאך אויף מיינע אויגן, וויש אוועק די שפייעכטץ פון מיין בארד, וואס קומט ווי נאטורליכע שריים פונעם בעטלאנעם רבינס זופ טעלער... און כ'צעשמייכעל מיך. א יא, דער טריק האט געארבעט... כ'האב מיך דערשראקן, כ'האב געמיינט אז ס'איז די פייער אלארעם. כ'לעש שנעל אויס די מעשה מיטן סענאז קנעפל, פשוט די קינדערלעך, וואס דארפן זיי יעצט אויפשטיין? זיי דארפן דאך א קלארע קאפ אין חדר און אין סקול, ואלו הצאן מה חטאו? און ווער רעדט נאך פון מיין אשת מפחידי... וואגן זאלעכמער דערוואגן, איר צו דערוועקן פון איר עולם הטמיון.

אבער ווי נאר איך הייב אויף מיין טעלעפאן, לוח, וועקערזייגער, זעה איך אז ס'איז גאר מיט א פופצן מינוט פריער, ווי עס דארף ווען באמת קלינגען. אךך... כ'כאפ יעצט, עס איז אזוי געווען עפעס א פיפטין מיניט בעפאר אלערט. כ'ווייס נישט וואסע מיינט, אבער דאס איז זיכער אז ער האט יעצט פארלוירן די טראסט ביי מיר, און יעצט מעג ער שוין פייפן ביז מארגן.

איך ווארפט אראפ די האלב אויפגעהויבענע ביינער צוריק אויף די פלאך, און ווי ווינדערלעך די נפלאות הבורא פון גראוועטי האט געארבעט ווען מיין קערפער האט זיך צוריק צוגעקלעבט מיטן מאטראץ. די דאכענע גיט א יאג ארויף ביז די אויגן, אלס ולא יראו כבלע את הקודש, און... ויכרופץ...

דער עראפלאן קיין עולם החלומות הייבט זיך...

יוי איז דאס גוט געווען ווען מיין געביין איז געווען ווי מאכטלאז קעגן דעם מעכטיגן שר החלומות און מיר האבן געשוועבט אין עולם התוהו. זעהט אויס אז דער שר החלומות האט זיך אויפגערעגט פארן אריינהאקן אינמיטן זיין דערציילונג, האט ער מיר אויפגעשטעלט א סצענע ווי מיין יואלי שפילט מיט די שבת ליכט און די ליכטעלעך האבן זיך אנגעצידן, אזויווי ער האט זיך זייער דערשראקן דערפון האט ער דאס באהאלטן אינטער די קויטס, און ס'נעמט אפאר מינוט און מיין גאנצט דירה איז אין פלאמען...

אבער... חזקה שסנאז עושה סנזיתו... און ווי אן אייזיגע שווייס האט מיך באנומען ווען מיין וועקער זייגער האט מיטגעשפילט, אז דער "סמויק דיטעקטאר" גייט און מען לויפט כאפן די קינדער און ארויס, ווען איך פיל ווי די כוחות לאזן מיר אויס, פלעין פאר פחד בין איך ווי מאכטלאז פאלאזירט, און כ'לאז אראפ איין קינד פון מיין האנט... כ'האב געגעבן אזא קוויטש, אז כ'האב מיך אויפגעוועקט און געזעהן אז דער זייגער פייפט. כ'געב אים א מתנת יד, אראפ מיטן סנאז, און צירוק אונטער די דאכענע.

נו, דער זייגער איז שוין נראה ונדחה וחוזר ונראה, אן רחמנות, אבער איך האב א פראבלעם מיט די דאכענע, אלס כסהו ונתגלה וכסהו ונתגלה.

אבער דא איז דער עראפלאן פון "האלומעס עיר ליינס" אנגעקומען צו מיינע אלטע צייטן, ווען איך, אלץ בחור, געפון זיך ביי מיין געליעבסטע חבר'ס חתונה. הוי, מיין חבר; כ'בין געווען אזוי נאנט צו אים, מיר האבן צוזאמען געלערט בחברותא און צוזאמען געמאכט טראבל, מיר זענען געווען ממש ווי צווילינג ברידער. און איך טאנץ יעצט ביי זיין חתונה מיט איבערמידליכע כוחות ביז דער חתן איז געקומען טאנצן מיט זיינע חבירים, און ער האט אנגעהויבן נעמען איינס ביי איינס און דער עולם האט געשאלט ביי יעדן עקסטער, און ווען אט דרייט זיך דער פריייליכע חתן אויס צו מיין ריכטונג און קומט צו צי מיר, מיך אריינצונעמען אינעם צענטער פון זאל, צו טאנצען מיט אים.

איך משל שוין אויס די קולות פון די חברה לכבודי, די מוזיק האט זיך גענומען זינגען דאס לידעלע "ועושה נחת רוח, ועושה נחת רוח, נחת רוח, ליוצרו", פון ר' ירמי' דמן. ניין... ער איז נישט ביי די חתונה, ער איז אין ארץ ישראל, ער איז שוין אויף א פינעף שעה, נאר ביי מיין טעלעפאן איז אנגעשטעלט אז ווען מיין פארטאגס חברותא קלינגט מיר אן דאן פייפט ער טאקע אט א דעם ניגון... איך קוק אויפן טעלעפאן, און כ'ווייס נישט... כ' הייב אים אויף... און איך הער פון די אנדערע זייט: נו, ר' זיידע, התגבר כארי...

וואס זאל איך אייך זאגן? פונקט ווען עס קומט מיין רייע פון אטענשאן? ער דארף ווען מיר לאזן קודם טאנצען מיטן חתן, נאכדעם קענסטו קאלן וויפיל דו ווילסט... ולא זו בלבד, מילא ער טוט דאס פאריגע וואך דאנערטאג פארשטיי איך אים, אבער פונקט די וואך זונטאג פארטאגס??? היינט בין איך אינגאנצען נישט אין די גוסטע...

ווי האט יענער געזאגט? "א רעגענדיגער זונטאג איז ווי א מאנגאליען מיט יענע מעשה..."

בקיצור, ס'איז פארקריפלט! איך ענטנפער פאר מיין חברותא, מיט א פארשלאפענע קאפ שטימע, נא... נא... כ'שטיי שוין אויף!...

נאך אלעם אינאיינעם, האט זיך אנגעהויבן מיינע אינערליכע געשלעג: "יא אויפשטיין נישט אויפשטיין?" ווען פליצלינג האט דער יצר טוב געמאכט מיט מיר א דזשאב. ער האט מיר אנגעטראגען א שטופ פון דערזייט און א שטויס פון הינטן... אזאנס וואס דער ראקעט באקומט פונעם לונטשער ווען מען שיסט עס ארויף. נו, אוודאי, האבעך מסכים געווען איך זאל ווערן א ראקעט, און ארויף ביז די לבנה פליען, ביז אין די ספעיס אריין. האב איך אים געזאגט: "נו, כ'בין מסכים, אבער שוין!"

יוי, איז די דאכענע געפלויגן... אזש ביזן דאך ארויף... איך בין כמעט מיט געפלויגן דערמיט ביז די מקוה אריין. און... כ'בין אויף!...

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

דער רעגענדיגער זונטאג Empty Re: דער רעגענדיגער זונטאג

הודעה על ידי פעטער Mon Jun 01, 2009 1:58 pm

פאר קאמענטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה

- Similar topics

 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה