הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

סיפורי צדיקים ומשלי חכמים על פרשת נשא

2 posters

Go down

סיפורי צדיקים ומשלי חכמים על פרשת נשא Empty סיפורי צדיקים ומשלי חכמים על פרשת נשא

הודעה על ידי סופר סת"ם Sun May 31, 2009 10:10 pm

נשא את ראש בני גרשון גם הם לבית אבותם למשפחותם
איין יאר ווען עס איז אויסגעפאלן שב"ק פרשת נשא פאר שבועות. איז געקומען צו פארן צום הייליגן רבי'ן ר' מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע א חסיד א בנש"ק, וואס איז גראדע געווען גאנץ א קליינר תלמוד חכם, אבער גאות האט ער געהאט מער ווי א שמינית שבשמינית, און ער האט נאך זיכער געמאכט אז יעדער זאל איינערקענען אז מ'דארף אים מכבד זיין זייענדיג א גרויסער יחסן.
שבת ביים תוררה זאגן האט זיך רבי מאיר'ל געשטעלט אויפן פשוק נשא את ראש. און גע'טייטש'ט: "נשא את ראש בני", איינער וואס הייבט זיך דעם קאפ און ער האלט זיך גרויס ווייל ער איז "בני" א בנן של קדושים, "גרשון" זאלסטו אים פאר'טרייבן, ווייל יחוס אליין איז גארנישט ווערט. אויב אבער "גם הם לבית אבותם", אויב דער יחוס איז א בחינה פון גם אן הוספה, אז אין צוגאב וואס ער איז א ת"ח ובעל מדות "אויך" א יחסן, דעמאלט "למשפחותם" קען ער זיך מייחס זיין צו זיינע עלטערן.

כה תברכו את בני ישראל אמור להם. זאגט רש"י אמור להם כמו זכור ושמור.
דער הרה"ק ר' הערש מרימינוב זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל האט זיך געמאכט אז עס איז נישט געווען קיין פיש אויף שבת ביים רבי'ן ר' מענדלע זי"ע, מ'האט געזוכט אינעם גאנצן אומגעגנט און עס איז נישט געווען צו באקומען קיין פיש. עס איז שוין געווארן פרייטאג שפעט נאכמיטאג האט דער רבי ר' מענדלע געזאגט פאר רבי הערש אז ער זאל צושטעלן א טאפ מיט אלע צוגעהערן וואס מ'דארף צו קאכן פיש, און ביי יעדע זאך וואס ער וועט אריינלייגן זאל ער זאגן לכבוד שבת קודש. ר' הערש האט אזוי געהטוהן, פלוצלינג איז אנגעקומען א חסיד פון א ווייטן וועג, און ער האט מיטגעברענגט א פיש. די מעשה האט אויסגערופן שטוינונג אין די גאנצע שטאט.
שפעטער ביים טיש דער דער רבי ר' מענדעלע עס פארענטפערט. אז מיטן קדושת שבת קומט אראפ אלע מיני השפעות טובות פון דעי גאנצע וועלט. און איינער וואס וויל זוכה זיין צו די השפעות, מוז אריינברענגען דעם אין רצון אין א דיבור און זאגן לכבוד שבת קודש, און די שפע קומט פון זיך אליין. מיט דעם האט ער גע'טייטש'ט דעם פיוט "זכור ושמור בדיבור אחד נאמרו".
מיט דעם איז דער רבי ר' הערש זי"ע דעם רש"י. אז עס איז שווער געווען פאר רש"י די ווערטער פון אמור להם, זאגט רש"י כמו זכור ושמור, פונקט ווי די השפעות פון שבת קומט אראפ דורך א דיבור פון לכבוד שבת קודש, די זעלבע איז מיט ברכת כהנים, דער רשב"ע וויל בענטשן די אידן מיט אלעם גוטן, בעט פון די כהנים אמור להם זאגטס עס נאר ארויס מיטן מויל, און די השפעות וועלן שוין קומען פון זיך אליין, ואני אברכם.


נערך לאחרונה על-ידי סופר סת"ם בתאריך Wed Jun 03, 2009 9:30 pm, סך-הכל נערך פעם אחת
סופר סת
סופר סת"ם
נוטע בגן

מספר הודעות : 53
מעלות : 67
אנזעהן ביים ציבור : 6

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

סיפורי צדיקים ומשלי חכמים על פרשת נשא Empty Re: סיפורי צדיקים ומשלי חכמים על פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 03, 2009 8:42 pm

ביום השישי נשיא לבני גד אליסף בן דעואל.
אין ספר "אילנא דחיי" ווערט דערציילט, אז איינמאל ערב שבת קודש פרשת נשא איז דער הייליגער אפטער רב זי"ע געווען אין די שטאט בארדיטשוב צוזאם צו קלייבען נדבות פאר גאר א וויכטיג ענין, דער עולם האט זיך ברייטהארציג אנגערופען, און געגעבן גרויסע נדבות. צום שלוס האט דער אפּטער רב אויסגערופען: "ביום השישי" אין דעם היינטיגען טאג פרייטאג, "נשיא" זאל דערהויבען ווערען די ברכות, "לבני גד" פאר די מענטשען וואס זענען ג'ומל ד'לים, "אל - יסף" זיי זאלן נישט אוועקגיין פון די וועלט פאר די צייט ח"ו, און די וואס נויטיגען זיך אין קינדער, וואונטש איך "בן" זיי זאלן געבענטשט ווערען מיט קינדער, "דעו - אל" וואס זאלן וויסען פונעם באשעפער, און אים דינען.

כף אחרת עשרה זהב מלאה קטורת.
הרה"ק ר' מאיר'ל מפּראמישלאן זי"ע פלעגט זאגען "כף אחת", איין בייג (מלשון "כפה" עליהם הר כגיגית), ד.מ. ווען א איד גיט זיך א בייג פאר זיין חבר, "עשרה זהב" ווערט פון אים א גאלדענער יו"ד, (עשרה איז מרמז אויף יו"ד, ווייל ס'איז דער מספּר פון 10 - י').

מיין ושכר יזיר.
עס ווערט דערציילט אויף א געוויסען חסיד, וועלכער איז געווען גאר א קנאפּער בר דעת, אז ער איז זיך געקומען בארימען פאר זיין רבי'ן הרה"ק ר' ישראל מרוזין זי"ע אז ער איז זיך שטענדיג מסגף מיט גאר שווערע סיגופים, ווייל ער וויל זוכה זיין צו גילוי אליהו, ווען דער חסיד האט געזען אז זיין רבי רעאגירט נישט דערויף האט ער נאך מער מוסיף געווען, זאגענדיג, קיין שום משקה אויסער וואסער קומט נישט אין מיין מויל אריין, אין מיין שוך האב איך אריינגעשטופּט שטעכעדיגע נעגעל וואס זאל צעשטעכן מיינע פיס, אויך מאך איך כסדר "גלגול שלג" אין די ביטערע פרעסטן, און יעדן צופרי לאז איך מיך שלאגען מלקות.
מיט א שמייכעל אויפ'ן געזיכט האט דער רוזינער צוגעפירט דעם מאדנעם חסיד צום פענסטער, און אים געוויזן מיט די פינגער: זעסטו דארט דעם פערד וואס איז צוגעבינדן צום וואגען? ער פארזוכט נישט עפּעס אנדערש ווי וואסער! קיין שום וויין קומט אריין אין זיין מויל! אין זיין שוך איז אריינגעשטעקט שטעכענדע נעגעל! אין די ווינטער נעכט וואנדערט ער אין די שניי, און מאכט "גלגול שלג"! אויך באקומט ער פון דעם בעל עגלה מער פון 40 שמוץ א טאג! און מיט דעם אלעמען בלייבט ער א פערד... ווייל מ'דארף דינען דעם אויבערשטן מיט שכל.

דבר אל אהרן ואל בניו לאמר כה תברכו את בני ישראל אמור להם יברכך ה' וגו' (ו כג כד)
מען דארף צו פארשטיין פארוואס שטייט "אמור להם" עס וואלט גענוג געווען אז עס זאל שטיין "כה תברכו את בני ישראל יברכך ה' וגו'"? נאך איז שווער, ברכת כהנים איז א תפלה צום אויבערשטען אז ער זאל בענטשען די אידן, ווי עס שטייט יברכך ה', יאר ה', אויב אזוי, זאלן זיך די כהנים אויסדרייען צום ארון הקדוש און בעטן ביי השי"ת אז ער זאל בענטשען די אידן, פארוואס דרייען זיך די כהנים אויס מיט זייער פנים צום פאלק?
מען קען עס פארשטיין מיט א משל: עס איז געווען א קינד וואס האט זיך שטארק פארזינדיגט אקעגן זיין טאט'ן, ביז זיין טאטע האט זיך אינגאנצען אוועקגעדרייט פון זיין זון, ער האט אים נישט געקויפט קיין ווארימע מלבושים ווען עס איז געקומען דער קאלטער ווינטער, און דער זון איז געווארן פארפרוירען, איז ער געגאנגען צום שכן און אים געבעטן אז ער זאל זיך משתדל זיין ביי זיין טאטן אז ער זאל אים מאכען ווארימע מלבושים ווייל ער קען שוין נישט אויסהאלטן די ביטערע קעלט.
ווען דער שכן לייגט פאר זיין בקשה פאר'ן טאטן אז ער זאל מאכן ווארימע מלבושים פאר זיין זון, רופט זיך אן דער טאטע צום שכן און זאגט איהם מאדנע דיבורים: "איך בעט דיך ברחמים אז די זאלסט זען אז איך זאל מאכן מלבושים פאר מיין זון!" דער שכן קוקט איהם אָן פארוואונדערט, ער פארשטייט בכלל נישט וואס דער טאטע זאגט.
זאגט דער טאטע פאר'ן שכן: דו נאר! וואס קומסטו מיר זאגען אז איך זאל רחמנות האבן און מאכן פאר מיין זון מלבושים, וואלסט דאך געדארפט פארשטיין אז איך אלץ טאטע וויל דאך אים זיכער מאכן מלבושים און אים געבן כל טוב, נאר וואס דען, ער פירט זיך ליידער אויף נישט גוט, אזוי ווייט אז איך האב שוין אים געמוזט אינגאנצען איגנארירן, אויב ווילסטו טאקע זיין גוט צון מיין קינד, רעד צו אים, זאג אים מוסר, און בעט אים ברחמים אז ער זאל זיך פארבעסערן און זיך גוט אויפירען, און זיך אפהיטען פון שלעכט'ס, דאן וועל איך אים אוודאי געבן פון בעסטן און שענסטן, ער איז דאך מיין קינד...
דאס איז פשט אין ברכת כהנים, דער כהן דארף זיך נישט אויסדרייען צום ארון הקדוש און בעטן ביים אויבערשטן אז ער זאל בענטשען די אידן, ווייל השם יתברך איז דאך דער "אב הרחמים", זיין הנאה און גליסטונג איז דאך משפיע צו זיין פאר זיינע קינדער כל טוב, נאר וואס דען, השי"ת זאגט צו די כהנים, איר כהנים דרייטס ענק אויס צום כלל ישראל, און "אמור להם" זאגט זיי אז זיי זאלן זיך אזוי גוט אויפירען, אז "יברכך ה'" אז איז זאלט זיין ראוי אז השי"ת זאל אייך בענטשען און ענק געבן אלע ברכות. המגיד מדובנא זצ"ל

ואיש את קדשיו לו יהיו (ה י).
פשוט מיינט עס אז יעדער מענטש האט א רעכט צו געבין זיינע מתנות כהונה פאר וועלכען כהן ער וויל, דער דין איז "טובת הנאה לבעלים" (רש"י).
די גמרא (בבא בתרא יא.) ברענגט אז מונבז המלך האט געהאט אוצרות פון זיינע עלטערן וואס זענען געוועהן קעניגען און אויך האט ער געהאט אייגענע אוצרות, עס איז געוועהן א הונגער יאר האט ער צוטיילט פאר די ארימעלייט זיינע עלטערענ'ס אוצרות און זיינע אוצרות, זענען געקומען צו אים זיין משפחה און זיי האבען אים געפרעגט, דיינע עלטערן האבן איינגעזאמעלט אוצרות און פארמערט אויף זיי, און דו נעמסט די אוצרות פון דיינע עלטערן און דיינע אוצרות און די צוטיילסט זיי?! האט ער זיי גענטפערט: מיינע עלטערן האבן באהאלטען פאר אנדערע ווייל זיי האבען דאך נישט מיט גענומען דאס געלט מיט זיך, אבער איך האב עס באהאלטען פאר מיר אליין, ווייל די מצות צדקה וואס מען ראטעוועט מיט דעם נפשות פון הונגער נעמט מען מיט מיט זיך לעולם הבא.
דאס איז פשט אין פסוק "ואיש את קדשיו" א מענטש וואס הייליגט זיך, דאס מיינט ער גיבט צדקה, "לו יהיו" דאס וועט זיין צו אים, ווייל דאס נעמט ער מיט זיך, ממילא איז נאר דאס באמת זיין פארמעגען, ווייל דאס איבריגע געלט לאזט ער איבער פאר אנדערע.
תורי זהב

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה