הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

ער פארשטייט געהעריג אידיש

+3
אדמין
חאצקל
וועלוול כהן
7 posters

Go down

ער פארשטייט געהעריג אידיש Empty ער פארשטייט געהעריג אידיש

הודעה על ידי וועלוול כהן Mon May 25, 2009 11:49 am

מיין ווארק מעיד האט מיר יעצט דערציילט א מעשה און איך פיל אז איך מיז עס פובליצירן.

איך וועל קודם מסביר זיין אביסל ווי אזוי אינזער ביזנעס ארבעט, וועט עטס בעסער פארשטיין וואס דא איז פארגעגאנגען.

מיר ארבעטן אזוי, עס איז דא אפאר גרויסע סטארס וואס ווען איינער קויפט איין ביי זיי עפעס אן אייטעם, טוט דער סטאר רעפערירן דעם קאסטומער צו אינז און מיר אינסטאלן דעם אייטעם פארן קאסטומער.

פאריגע וואך האבן מיר גענדיגט א דיעל מיט נאך א גרויסע סטאר, אז זיי גייען שיקן אלע קאסטומער'ס צו אינז.

אין אפיס פארמאגן מיר א ספעציעלע פראגרעם אויף וואס מיר ארבעטן, פאריגע וואך מיטוואך איז די פראגרעם געגאנגען שלאפן.

אבער פינקט דאן ווען דער סיסטעם האט געדרימלט איז אריינגעקומען די ערשטע קאל פון יענעם נייע סטאר, מיין ווארק מעיד האט גענומען די קאל, אזוי ווי די סיסטעם איז געווען דאון האט ער אפגעשריבן די קאסטומער אינפארמעישן אויף א פאפיר מיטן חשבון עס שפעטער אריינצולייגן אינעם סיסטעם.

שפעטער אינעם טאג האט אן אנדערע קאסטומער געקאלט, אים האט מען געדארפט קאלן און אפאר וואכן ארום פרעגן ווען ער באקומט זיין סיסטעם און באשטימען א טאג ווען מיר זאלן אראפגיין עס אינסטאלירן, אבער ווייטער אזוי ווי די סיסטעם האט נישט געארבעט האט ער עס אויף געשריבן אויפן זעלבן צעטל.

דאס אלעס איז געווען מיטוואך נאכמיטאג, דאנערשטאג האט דער סיסטעם נאך אלץ נישט געארבעט.

פרייטאג האט שוין אלעס געהעריג געארבעט, וויל ער נעמען דאס צעטל און אריינלייגן דעם קאסטעמער'ס אינפאמעישאן, אבער הצעטעלע איננו, ער איז נישט צום געפינען.

ער האט איבער געדריידט דאס גאנצע דעסק און געזיכט דאס צעטל, אבער ער האט עס נישט געקענט טרעפן.

מיין ווארק מעיד'ס מעניזשער איז זייער א גערעגטער און א נערוועזער, בקיצור עס איז דא אסאך וואס מורא צו האבן פון אים... און נאכמער איז ער יענע פרייטאג געוועהן אין א זייער שלעכטע מוד.

עס האט אים באמת געבאדערט דאס פארלוירענע צעטל, פאר צוויי סיבות, איינס ווייל ער האט געציטערט פון זיין מעניזדשער ווייל ווען ער רעגט זיך איז שרעקעדיג צו קוקן, (איך בין נישט מגזם) צווייטענס, איז ער זייער א לויעל ארבעטער און אז ער פארלירט א קאסטומער טוט אים עס וויי, לאמיר נישט אריינגיין אין וועלעכע טוט אים מער באדערן...

צו זאגן פאר זיין מעניזדשער אז ער האט עס פארלוירן און אים פרעגן וואס צוטוהן האט ער שטארק נישט געוואלט, אבער פון די אנדערע זייט רעדט מען פון א נייע סטאר וואס דיעלט מיט אינז, און אז די קאסטומער וועט צירוק קאלן די סטאר אז מיר זענען קיינמאל נישט אנגעקומען וועלן מיר באקומען א שלעכטע רעקארד ביי זיי.

ער דערציילט מיר ווייטער, איך בין געוועהן אזוי צובראכן און פארלוירן, איך האב זיך געגעבן א רוף אן, "הייליגער באשעפער איך גיי נישט קענען אויסהאלטן די געשרייען פינעם מעניזדשער העלף מיר איך זאל טרעפן דאס צעטל"

ער האט נאך געזיכט אפאר מינוט, און ער האט זיך ווייטער גענומען צו די ארבעט, טראכטענדיג אז ער וועט שוין שפעטער זעהן וואס צוטוהן.

עס גייט נישט אדורך קיין צעהן מינוט און די טעלעפאון קלינגט, מיין ווארק מעיד האט יעצט אויך גענימען די קאלל, ער הייבט אויף און ס'איז נאכאמאל יענע סטאר, אן ארבעטער קאלט און זאגט ער זעהט נאך אין זייער סיסטעם יענע קאסטומער'ס אינפאמעשאן, געווענליך מיינט דאס אז מען האט נאכנישט גערופען פאר אינסטאלעשן, ער האט גענימען אלע קאסטומער אינפערמעשן....

נאכנישט פארטיג... אראפלייגענדיג די טעלעפאון קומט זיין מעניזדשער אריין און זאגט, אז בשעת ווען ער איז יעצט געווען אויפן פאון האט דער אויבדערמאנטער צווייטע קאסטומער געקאלט און ער האט געגעבן א נייע נומבער ווי אים צו טרעפן....

איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס די צוויי קאסטומערס האבן נאכאמאל געקאלט זאגט ער מיר, איך האב אים געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע און געזאגט איך ווייס פינקטליך פארוואס זיי האבן נאכאמאל געקאלט....

השי"ת פארשטייט אידיש, קענסט אים בעטן אויף וואסערע שפראך דו ווילסט, אבער בעט נאר...

וועלוול כהן
יושב בגן

מספר הודעות : 110
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 14

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ער פארשטייט געהעריג אידיש Empty Re: ער פארשטייט געהעריג אידיש

הודעה על ידי חאצקל Mon May 25, 2009 11:51 am

גיימיר דאס באלד ליינען (ווען עס וועט זיין צייט)

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

ער פארשטייט געהעריג אידיש Empty Re: ער פארשטייט געהעריג אידיש

הודעה על ידי אדמין Mon May 25, 2009 1:10 pm

דער וועלוול שרייבט אידיש און מיר ליינען אידיש און דער באשעפער פארשטייט אידיש כי אתה שומע תפילת כל פה

אבער דער קינץ פונעם ארטיקל איז אז עס האט מיר געהאלטן געשפאנט פון אנפאנג ביזן סוף

קיפ איט גאויאינג וועלוול

איך האב דיר געהעכרט דיינע מעלות אויף דעם חשבון

אדמין
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 169
מעלות : 287
אנזעהן ביים ציבור : 19

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ער פארשטייט געהעריג אידיש Empty Re: ער פארשטייט געהעריג אידיש

הודעה על ידי קושטא Mon May 25, 2009 1:46 pm

וועלוועל ווי אימער דו קוקסט איז ביי דיר דא א גילו (...Surprised: ) אלוקית, יא דער באשעפער האט דיר עפעס ספעשל ליב (דיין ווארק מעיד, אבער איך גלייב דו וואלסט אויכעט געהאט צו הערן פון דיין מענעדשער, ווען מען טרעפט נישט די נאמבער'ס)...

און ווי איך קוק זעה איך א טאלאנטפולע שרייבער מיט א הערליכע אויסדריקן און א גאלדענע טינט.

יישר כח וועלווי queen

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ער פארשטייט געהעריג אידיש Empty Re: ער פארשטייט געהעריג אידיש

הודעה על ידי פעדלער Mon May 25, 2009 2:28 pm

אין אזא פאל פלעג איך מיר אלץ נוהג זיין צו זאגן, פארוואס ביי מיר פאסירט גארנישט נאר ביי דעם בעל דרשן......?

דאס איז די קונץ פון אוזער שרייבער דא ר' וועלוועל, וואס ווייסט פון ווי ארויס צו נעמען די ריכטיגע סחורה, און אונז דערלאנגן אביסל חיזוק אין די שווערע צייטן.

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ער פארשטייט געהעריג אידיש Empty Re: ער פארשטייט געהעריג אידיש

הודעה על ידי חאצקל Mon May 25, 2009 4:44 pm

שוין דורכגעליינט

וועלוול: איים ספיטשלעס, דיס איז סאמטינג ספעשיל

אזויווי איך בין ספיטשלעס וועל איך מער גארנישט זאגן

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

ער פארשטייט געהעריג אידיש Empty Re: ער פארשטייט געהעריג אידיש

הודעה על ידי לייבעלע Sun Jun 07, 2009 5:33 pm

שטארקע חיזוק.

מיר אלע קענען נוצן נאך פון דעם סארט.
לייבעלע
לייבעלע
מטייל בגן

מספר הודעות : 17
מעלות : 25
אנזעהן ביים ציבור : 0

חזרה למעלה Go down

ער פארשטייט געהעריג אידיש Empty Re: ער פארשטייט געהעריג אידיש

הודעה על ידי זעמל Sun Jun 07, 2009 5:58 pm

וועלוול!!! מורא'דיג!!! ווי שיין און טייער איז א אידישע געבעט!!!

יישר כחכם

זעמל
מטייל בגן

מספר הודעות : 25
מעלות : 34
אנזעהן ביים ציבור : 3

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה