הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

ברוך שהחיינו וקימנו!!!

+14
כתר שם טוב
זעקל
גרונם
מיליאן דאלער
חאצקל
אדמין
ביימעלע
מרדכי
פעדלער
וועלוול כהן
קושטא
פירות
פארברענגער
א. בלום
18 posters

עמוד 1 מתוך 3 1, 2, 3  Next

Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי א. בלום Wed May 13, 2009 10:15 pm

בעזהשי"ת

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו ליום הזה, זיך אויפצוסיינען אין 'הפרדס' וועלכע אנטשפרעכט צו זיין א גארטן וועלכע וועט ארויסגעבן פילע געשמאקע פירות, הן אין פרד"ס התורה, והן אין סיפורי צדיקים, והן אין שיינע באלערענדע ארטיקלען, און מיר האפן פיל צוצוגעבן צום גארטן, אז עס זאל וואקסן און בליען לשם ולתפארת תחת נשיאות המנהל הרב גערטנער שליט"א.

ויה"ר שחפץ ה' בידינו יצליח
[לזכרון נצח! זהו התגובה הראשונה באתר זה]

א. בלום
מהלך בגן

מספר הודעות : 4
מעלות : 7
אנזעהן ביים ציבור : 3

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty ברוכים הבאים

הודעה על ידי פארברענגער Sun May 17, 2009 1:51 am

און די היינטיגע נאכט פון מוצש"ק פרשת בה"ב, זיצענדיג זיך אזוי איבערגעבויגן איבער מיין קאמפיוטער, האב איך אויפגעפענט די נייע פארום וואס טוהט זיך פאררופן מיטן רייכן נאמען נאמען הפרדס, וואס ווי ס'קוקט אויס אויפן בליק, און ווי די מנהל הרב גערטנער שליט"א האט מי פריוואט איבערגעגבן פארשפרעכט עס צוזיין גאר א רייכע און געשמאקע פלאץ אריינצוקומען און פארברענגען, סיי ווען אינמיטן טאג, אדער סיי וועלכע אנדער צייט ס'מאכט זיך, און סיי און וועלכע גיסטע איר געפינט זיך, וועט איר דא קענען אריינקומען און זיך אויסטשוכענען די נערוון, און ליינען וואס דיין הארץ גליסט דיר, צו דברי תורה, צו וועלטליכע נייעס, צו סתם שטותים, אלעס וואס די תוה"ק לאזט

אבער איין ווארט צו ענק טייערע מעמבער'ס

יעדער איינער פון אונז האט און זיין פעדער עפעס א מאס געשמאקקייט, איינער האט גאר א רייכע שפראך, און פון די אנדער זייט איז דא א 2טער וואס די שפראך איז עם נישט אזוי רייך, אבער ער האט אסאך צו פארקויפן, און דערנאך איז דא איינער וואס איז א גרויס ידען, און אויך איז דא איינער וואס פארשטייט צו א שיין ווארט, אא"וו, מילא בעהט מען יעדער איינער טוהט א טובה פאר אייך און פאר די אנדער מעמבער'ס און ניצט אויס אייער טאלאנט דא און אונזער שיינעם גארטן, לאמיר מיט אחדות צוזאם גוט בארבייטן די פעלד, לאמיר זעהן אז פון אונזער גארטן זאךל ארוסקומען הערליכע פירות, לאמיר זיך נעמען אקערן, איינפלאנצן, זייען, און שניידן הערליכע פירות


טייערע חבר זאלסו וויסן אז מיט יעדע מאל וואס די ניצט אויס דיין פעדער דא און פעלד צום גוטן, ביסט מחי' נאך הונדערטע יודן,

פארברענגער
מטייל בגן

מספר הודעות : 41
מעלות : 55
אנזעהן ביים ציבור : 9

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי פירות Sun May 17, 2009 4:21 pm

שלום עליכם

איך האף הנאה צו האבן דא און זיך אנצוזעטיגן פון די פרישע פרוכט פונעם פרדס
פירות
פירות
נוטע בגן

מספר הודעות : 72
מעלות : 101
אנזעהן ביים ציבור : 15
מיקום : וואקסט אינעם גארטן...

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי פארברענגער Sun May 17, 2009 5:49 pm

פירות ליבע, קודם כל לאמיר דיר באגריסן מיט א וווארימע ברוך הבא צו די נייע הערליכע גארטן, וואס ווערט אזוי שיין געמענעדזשט דורך אונזער געטרייער גערטנער, אבער טייערער קום נישט נאר אהער זיך אנזעטיגן, נאר דיין סיבה פון דיין דא זיין זאל אויך זיין צו אנזייען און באוואסערן און זעהן אז ס'זאל זיך דא געפינען פיינע געשמאקע פרוכט

און לאמיר אלע זעהן אז די גארטן זאל שיין און הערליך בליען, אז ס'זאל זיין א געשמאק זיך צו דא געפינען

פארברענגער
מטייל בגן

מספר הודעות : 41
מעלות : 55
אנזעהן ביים ציבור : 9

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי קושטא Sun May 17, 2009 11:23 pm

ובאו כולם לפרד"ס יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד

מיר זענען געקומען מיט א ברייטע שמייכל וואס שרייט אויס צופרידנהייט קיין פרדס לאנד אפצוגעבן פון אונזערע ארימע ווערק און צו נהנה זיין פון אנדערע אמת'דיגע טאלאנטפולע שרייבער,

קושטא קאי און מיר וועלן האבן א קיום.

לחיים טובים לשלום

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי וועלוול כהן Mon May 18, 2009 10:52 am

שלום עליכם טייערע חבירים!

וועלוול כהן
יושב בגן

מספר הודעות : 110
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 14

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי פעדלער Mon May 18, 2009 12:50 pm

זיצט זיך דער פעדלער אנגעלענהט אויף א שטיין וואס שטארצט ארויס פונעם ריזיגן פעלז, און מיט א ביטער געמיט ציילט ער איבער די פאר קאפיקעס וואס ער האט היינט איינגעלייזט ביי די דארפישע פויערן, נאך א שווערע טאג פון פון ארים קלעטערן אין די ארימיגע דערפלעך, פראבירענדיג צו פארקויפן די אלטע סחורה וואס ער האט נאך באקומען ירושה פון זיין זיידן דער ערשטער פעדלער פון דארף.

ריזן טראפן שווייס ריטשלען זיך אראפ פון זיין שטערן ביז צו זיין געזיכט, וועלכע איז אויסגעבאקן פון די שווערע זון שטראלען, און ווערט הינטער געווישט מיט די קאפאטע וואס האט נאך געזעהן בעסערע צייטן ביי זיין ערשטן אייגענטומער.

מיט א שווער געמיט קלערט זיך דער פעדלער, וואו געוואונטשן וואלט ווען געווען ווען איך האב יעצט א פלאץ ווי אנידער צו ווארפן מיין זעקעלל ביינער, אינטער די געשמאקע שאטן פון די ביימער, און זיך אביסל אויסרוען איידער איך לאז מאך ארויס אויף מיין רייזע אהיים, צו געבן עטוואס איבערבייס פאר די אויסגעהונגערטע קינדערלעך וואס ווארטן אויפן טאטן.

א שטראל פון האפענונג האט אריין געשיינט אין זיינע אויגן, ווען פון דערווייטענס באמערקט ער דעם שיינעם "פרדס", מיט די פולע קאלירפולע רויזן און בלומען, און די ביימער וועלכע בליען מיטן פולסטן פראכט אין די ימי הקיץ.

מיט טאנצעדיגע טריט הייבן זיך זיינע פיסלעך ווי פון זיך אליינס, פארסאפעט מיט א שווערע אטעם קומט ער אן אהין, און אט וואס זעהט ער?! דער "גערטנער" שטייט מיט אפענע ארעמעס און שרייט ר איד קומטס אריין מאטס אייך היימיש און באקוועם.

און אט בין איך טאקע דא, מיט א ברוכים הבאים פאר אלע גוטע פריינט און ידידים לבית הפרדס, און מיט א ווארעמע שלום עליכם טו איך באגריסן יעדעם איינעם באזונדער, און זאל טאקע די שיינע גארטן אויסשטייגן מיט פילפארביגע רויזן בלומען און ביימער, ווען יעדער באזונדער וועט תורם זיין פון זיינע ידיעות און קענטעניסן אויף זיין שטייגער און צוגעבן א געשמאק צום פלאץ ווי איך אין יעדער וועט בעז"ה הנאה האבן.

וועלקאם טו די קלאב פעדלער, ענד וועלקאם עווריבאדי.........

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי פארברענגער Mon May 18, 2009 5:43 pm

באקאנט די מימרא אז כל התחלות קשות, אבער דא ביי אונז און די שיינע דארהאפטיגע גארטן, קוקט גאר אויס אז די התחלה אזוי שיין און בליענד, מיט העליכע איינזייערס און גערטנערס, וואס ווי ס'זעהט אויס ביז איצט פארשטייט דא יעדער גוט צו די פאך וויאזוי צו באהאנדלן אזא זיידענע און שיינע גארטן,
ב"ה געלובט דער פון אויבן


טייערע ברודער קומט אריין און לאמיר צונאזאם ארבייטן ארויסצוגעבן שיינע הערליע פרוכט פון אונזער פרדס

פארברענגער
מטייל בגן

מספר הודעות : 41
מעלות : 55
אנזעהן ביים ציבור : 9

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי מרדכי Mon May 18, 2009 7:57 pm

שלום עליכם טייערע פריינד, מיר האפן צו שניידען גוטע פירות פון די שיינע פרד"ס
יה"ר ס'זאל זיך אלעס דא פירן אויפן תורה'דיגע וועג, ברחניות ובגשמיות

מרדכי
מטייל בגן

מספר הודעות : 10
מעלות : 11
אנזעהן ביים ציבור : 1

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי ביימעלע Tue May 19, 2009 2:05 am

אקעי חברה! איך בין דא..
ביימעלע
ביימעלע
מטייל בגן

מספר הודעות : 12
מעלות : 13
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי אדמין Tue May 19, 2009 2:07 am

דאס איז גוטע נייעס...

בד"וו דיין חתימה געפעלט מיר זייער. Laughing

אדמין
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 169
מעלות : 287
אנזעהן ביים ציבור : 19

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי ביימעלע Tue May 19, 2009 2:10 am

ס'מיינסטו בינעך אהערגעקומען? מצא מין את מינו..
ביימעלע
ביימעלע
מטייל בגן

מספר הודעות : 12
מעלות : 13
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי חאצקל Tue May 19, 2009 2:22 am

שלום עליכם צו אונזער פרדס'ל (דערווייל נאך א קליין פרדס'ל, אבער נישט געזארגט, עס וועט נאך בליען לשם ולתפארת)

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי מיליאן דאלער Tue May 19, 2009 12:09 pm

שלום עליכם
אקעי כבין גהעריג דא
איטס עי וואנדערפאל פלעיס

מיליאן דאלער
מטייל בגן

מספר הודעות : 18
מעלות : 22
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי חאצקל Tue May 19, 2009 12:11 pm

וודאי, האסט געטראכט אז נישט?

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי פעדלער Tue May 19, 2009 12:39 pm

שלום עליכם, חאצקל, מיליאן, מרדכי, ביימעלע, וועל בעז"ה פארברענגן אינאיינעם.

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי גרונם Tue May 19, 2009 1:52 pm

מיין ערשטע תגובה דא דאכצעך מיר

ב''ה אזא שיינע פרדס

ברוכים הבאים.. אלע קינדערלעך זעצן זין אראפ.. אראפ אראפ אראפ.... וויפיל מאל דארף מען הייסן?

די פלאץ דא קוקט אויס זייער שיין

פיין געטאנצן וואול געטאנצן גוט שבת

ברענגטס אריין מאמעחרונים

גרונם
מטייל בגן

מספר הודעות : 33
מעלות : 37
אנזעהן ביים ציבור : 3

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי זעקל Tue May 19, 2009 4:42 pm

ברוכים הבאים, ברוכים הנמצאים.

לאמיר זיך אראפלייגן די זעקל ביינער אונטערן שאטן, וואו איז די קאלטע וואסער? א זאפטיגע רויטע עפל.
און לאמיר פארברענגען ביינאזאם.
זעקל
זעקל
נוטע בגן

מספר הודעות : 64
מעלות : 83
אנזעהן ביים ציבור : 7
מיקום : אונטערן בוים

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי ביימעלע Wed May 20, 2009 2:46 am

יא יא קענסט אריינקומען אינטער מיין שאטן איך נעם דיר אויף בתשועת חן חן לו. וואס?
ביימעלע
ביימעלע
מטייל בגן

מספר הודעות : 12
מעלות : 13
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי חאצקל Wed May 20, 2009 1:13 pm

כאב האנעה פון דיין חתימה ביימעלע

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי פעדלער Wed May 20, 2009 1:15 pm

שלום עליכם טייערע גוטע פריינד פרישע חברים אין אונזער שיינעם קרעמעל, כ"א בשמו הטוב יבורך.

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty בא ברוך השם

הודעה על ידי אדמין Wed May 20, 2009 9:03 pm

מיט גרויס פרייד טוהן מיר אויפנעמען מיט א ברייטע ברוך הבא און א אויסגעשפרייטע שמייכל אונזערע נחשונים, עשרה ראשונים און חשובע נייע מעמבער'ס מיר האבן עס איז אונז געווען א ריכטיגע סורפרייז צו האבן 26 נייע מעמבער'ס אין די ערשטע פאר טעג פון דעם פארום'ס גרינדונג און ווי עס שיינט וועלן מיר דא גאר שטארק הנאה האבן צוזאמען און מיט דעם גרעסטן כבוד און רעספעקט טוה איך מקבל פנים זיין אונזערע בעסטע און שענסטע פונעם פרדס מיט א ברוכים הבאים און איך וועל גיין לויט די סדר הא"ב


א. בלום,
אהבת קדומים,
ביימעלע,
גרונם,
גערטנער,
הירצקא,
וועלוול כהן,
זעמל (וואס האט מנדב געווען הערליכע קונץ ווערק פארן גארטן, יישר כח),
זעקל,
חאצקל,
יואלי,
מיליאן דאלער,
מרדכי,
משה ברוך,
נייגעריג,
סופר סת"ם,
פארברענגער,
פארמער,
פירות,
פלאנצער,
פעדלער,
קושטא,
קרעמער( מייסד ה'היימישע קרעטשמע')
שטורעם,
apdsvys,

יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן הפרדס

ווי עס איז זיך מחיה מיט אייער אנוועזנהייט

דער אדמיניסטראטער

אדמין
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 169
מעלות : 287
אנזעהן ביים ציבור : 19

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי כתר שם טוב Thu May 21, 2009 8:18 pm

ממש א טעם גן עדן שפיער איך דא ביים שפאצירען אונ'עם גארטן. ריח ניחוח פון תורה און חסידות באגלייט מיט ירא"ש מיט גוטע חברים.

כתר שם טוב
מטייל בגן

מספר הודעות : 17
מעלות : 26
אנזעהן ביים ציבור : 2

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי פעדלער Thu May 21, 2009 10:23 pm

כתר, ווי עס שיינט וועט מיט אייער אנוועזענהייט טאקע זיין דא א טעם גן עדן!

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ברוך שהחיינו וקימנו!!! Empty Re: ברוך שהחיינו וקימנו!!!

הודעה על ידי יאקב שטיינער Sun May 24, 2009 6:33 pm

אשרי האינטערנעט שככה לו!! עה א ווערטל... ווי קלעבט דען אזוינע דיבורים איש אל רעהו, אבער אז ס'קאן געשען אזא פליטת פה, זאגט עס שוין אויך עפעס אויף אונזער פרדס'ל.

יאקב שטיינער
מהלך בגן

מספר הודעות : 1
מעלות : 1
אנזעהן ביים ציבור : 0

חזרה למעלה Go down

עמוד 1 מתוך 3 1, 2, 3  Next

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה