הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

עדיטאריעל פר' במדבר: "תורה שלמדתי באף"

4 posters

Go down

עדיטאריעל פר' במדבר: "תורה שלמדתי באף" Empty עדיטאריעל פר'' במדבר: "תורה שלמדתי באף"

הודעה על ידי גערטנער Wed May 20, 2009 11:59 pm

אין מדרש רבה ווערט דא געברענגט דער פּסוק (דברים ל"ב), ימצאהו בארץ מדבר וכו', און דער מדרש ערקלערט, א גרויסע מציאה האט דער אויבערשטער געטראפן אינעם מדבר, אזוי ווי א מענטש וועלכער געפינט זיך אין א וויסטען מדבר, וואו עס וואקסט נישט קיין שום געוויקס, און מיטאמאל דערזעט ער א וויינגארטן, זעלבסטפארשטענדליך אז צו זיין שמחה איז קיין פארגלייך נישטא. דאס זעלבע איז געווען ווען דער אויבערשטער האט געטראפן די אידן ארומוואנדערן אינעם גרויסען מדבר, און האט זיי דארטן אויסגעקליבן אלס זיין אייגען באליבט פאלק, איז זיין פרייד געווען אן א שיעור.

דער "ייטב לב" גיט צו פארשטיין דעם מדרש אין פ' האזינו ווי פאלגענד. דער אויבערשטער האט דירעקט אויסגעקליבן דעם מדבר אלס דאס ארט וואו עס זאל פארקומען דער געהויבענער מעמד פון "קבלת התורה". דערמיט האט השי"ת געוואלט אנדייטן פאר די אנדערע קינדער, אז אין וועלכען פּלאץ מ'געפינט זיך, אפילו ווען מ'געפינט זיך אין אזא וויסטען פּלאץ פון א מדבר, און אפילו מ'איז אונטערוועגנס, נישט אויף א באשטימטען וואוין ארט, מיט דעם אלעמען איז שטענדיג דא א פולשטענדיגער חיוב צו לערנען תורה, און מ'קען זיך בשום אופן נישט ארויסדרייען מיט די אלע פוילע תירוצים.

דעם כח האבן די אידן גע'ירש'נט פון זייערע עלטערן, די אבות הקדושים, וואס צוליב זייער הייליגען אפּשטאם פון אזעלכע הייליגע עלטערן, וועלכע האבן אויך מקיים געווען די תורה, טראץ די אלע שוועריקייטן וואס האט זיי באגלייט, מיט דעם האבן די אידן באקומען דעם כח צו היטן די תורה אין סיי וועלכע אומשטענדן, וואו זיי טוען זיך נאר געפינען.

מיט דעם טייטשט דער "ייטב לב" דעם פּסוק, כי חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו, אז די אידן זענען קינדער פון די דריי אבוות, וועלכע זענען ווי א "חוט המשולש" וואס צערייסט זיך נישט. דעריבער, פירט אויס דער פּסוק, ישאהו בארץ מדבר, האט מען געטראפן די אידן אין דעם מדבר, וואס טוט מרמז זיין אז איבעראל דארף מען היטן די תורה, וואס דער כח קומט פון אונזערע אבות הקדושים.

מערקווירדיג איז וואס אין שולחן ערוך ווערט גע'פּסק'נט אז פ' במדבר דארף געליינעט ווערען פאר דעם יו"ט שבועות, וואס פון די ווערטער זעען מיר אז פ' במדבר דינט אלס "הקדמה" צום יו"ט פון מתן תורה, און פון די פּרשה לערנען מיר פארשידענע יסודות וואס אנבאלאנגט צו קבלת התורה, און באמת לויט'ן אויבענדערמאנטן, לערנען מיר א געוואלדיגען מוסר השכל, אז לימוד התורה איז נישט געגעבן געווארען נאר ווען ס'איז אלעס רואיג ארום און ארום, ס'איז באקוועם צו לערנען, די טעמפּעראטור שטימט מיט זיין גוסטע, נאר מ'דארף כסדר לערנען תורה, סיי אין וועלכען מצב מ'געפינט זיך.

עס ווערט טאקע געברענגט אין נאמען פון בעש"ט (בעש"ט יתרו), אז דעריבער האט דער אויבערשטער איבערגעבויגען דעם בארג סיני איבער די אידן, טראצדעם וואס זיי זענען געווען גרייט פונעם אייגענעם ווילן מקבל צו זיין די תורה, און האבן אויסגעשריגען "נעשה ונשמע", מיט דעם אלעם, האט דער אויבערשטער איבערגעבויגען דעם בארג, מיט דעם מרמז צו זיין, אז אפילו ווען מ'שפּירט זיך נישט באקוועם צו לערנען תורה, אזוי ווי איינער וואס איז איבערגעבויגען אונטער א בוים, ליגט דאן אויך אויף אים דער חיוב צו לערנען.

אדרבא! זייט מקיים דעם שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך. ווען מ'אינטערעסירט זיך ביי די אידן פונעם אמאליגען דור, הערט מען אונטער וואס פאר א שווערע אומשטענדען מ'האט געוואוינט אמאל. ווער רעדט נאך בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, ווען מ'איז געווען א טריט אפּגעטיילט פונע טויט ר"ל, מ'האט געזען די שווערד פאר די אויגען ה"י, און טראץ די אלע שווערע יסורים, האבן זיך די אידן געקלאמערט אין די תורה, אהיים קומענדיג שפּעט ביינאכט נאך א שווערען טאג ארבייט אינעם לאגער, זייענדיג אויסגעמוטשעט פון די איבערמענטשליכע כוחות ארבעט, האבן זיך די אידן אוועקגעזעצט לערנען תורה אן א גמרא, ווייל זיי האבן געוואוסט פון זייערע עלטערן, אז תורה דארף מען שטענדיג לערנען, נישט קיין אונטערשיד אין וועלכען מצב מ'געפינט זיך.

עס ווערט דערציילט אז דער גאון ר' שלמה איגר מיט זיין פריינט ר' זלמן פּאזנער ז"ל האבן זיך אמאל געפונען אין א שווערען מצב, ווען בייזוויליגע שונאי ישראל האבן אריינגעגעבן א מסירה קעגען זיי, און עס האט זיי געדראעט א סאך יארן אין תפיסה. ר' זלמן מיט ר' שלמה זענען געווען זייער אומעטיג איבער דעם. איינמאל שפּעט ביינאכט האט זיך ר' זלמן באטראכט צוצוגיין צו ר' שלמה, און פּרובירן צו טרעפן אן עצה צו זייער פּראבלעם. שטארק באגייסטערט איז ר' זלמן געווען ווען ער האט געטראפן ווי ר' שלמה זיצט מיט א גמרא צו די שיין פונעם האלב פארלאשענעם ליכטעלע, און ר' זלמן האט אויסגערופן, ר' שלמה, אין אזא עת צרה קענט איר נאך עפענען א גמרא? ר' זלמן טייערער, האט ר' שלמה אויסגערופן, נישט צו לערנען, איז נאך א גרעסערע צרה!"

דאס איז געווען דער וועג פון אלע פריערדיגע, צו לערנען תורה אין יעדע צייט, נישט קיין חילוק צי דאס פּלאץ איז געאייגענט דערפאר צי נישט, ווי ר' שלמה קארלינער האט דאס מרמז געווען אין די ווערטער פון רש"י (פ' ואתחנן), שלא יהא לבך חלוק על המקום, מ'זאל זיך נישט אפּרעדן אויפ'ן פּלאץ, אז דאס פּלאץ איז נישט געאייגענט פאר'ן לערנען, ווייל איבעראל דארף מען לערנען.

אויך ווען עס רוקט זיך אן די "הייסע וועטערס", ווען דאס לערנען ווערט שווערער ווי געווענליך, דארף מען דאס האבן פאר די אויגען, אז לימוד התורה איז א מצוה, אין סיי וועלכע אומשטענדן, און אין דעם זכות זאלן מיר זוכה זיין מקבל צו זיין די תורה דעם קומענדיגען יו"ט, און זוכה זיין בקרוב לביאת משיח צדקנו, בב"א.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

עדיטאריעל פר' במדבר: "תורה שלמדתי באף" Empty Re: עדיטאריעל פר' במדבר: "תורה שלמדתי באף"

הודעה על ידי קושטא Thu May 21, 2009 12:24 am

יישר כח א הערליכע וויזוי הייסט עס נאר ... א יא עדיטאריעל דער אייבערשטער זאל געבן כוח און לעבן אז דו זאלסט עס אנהאלטן וואך ביי וואך נאן סטאפ, א דאנק נאכאמל האסט מיר עכט מעורר געווען.

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

עדיטאריעל פר' במדבר: "תורה שלמדתי באף" Empty Re: עדיטאריעל פר' במדבר: "תורה שלמדתי באף"

הודעה על ידי זעקל Thu May 21, 2009 12:30 am

הערליך שיין, מיט אזעלכע גערטנערס האט דער גארטן א שיינער עתיד בעז"ה.

לאמיר האפן אז עס איז נישט נאר אין חסידות כבתחלתה, נאר עס קומט יעדע וואך אזעלכע גוטע זאכן.
זעקל
זעקל
נוטע בגן

מספר הודעות : 64
מעלות : 83
אנזעהן ביים ציבור : 7
מיקום : אונטערן בוים

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

עדיטאריעל פר' במדבר: "תורה שלמדתי באף" Empty Re: עדיטאריעל פר' במדבר: "תורה שלמדתי באף"

הודעה על ידי פעדלער Fri May 22, 2009 10:38 am

יש"כ גערטנער פאר די שיינע עדיטאריעל.

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה