הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

סיפורי צדיקים פרשת קרח

Go down

סיפורי צדיקים פרשת קרח Empty סיפורי צדיקים פרשת קרח

הודעה על ידי גערטנער Mon Jun 22, 2009 1:47 am

ויקח קרח
דער "ייטב לב" האט דערציילט, אז ער האט אליין געהערט פון זיין זיידען דער "ישמח משה" ווען ער האט געזאגט אז ער קומט שוין איצט אראפּ אויף די וועלט דאס דריטע מאל. דאס ערשטע מאל איז ער געווען אינעם דור המדבר, זאגענדיג אז ער געדענקט נאך דאס געצעלט אין וועלכן זיי האבן געוואוינט זייענדיג אין מדבר. דערביי האט ער דערציילט אז ביי די מחלוקת פון קרח האבן די אלע שיינע אידן, די ראשי סנהדראות, מיטגעהאלטען מיט קרח, נאר דער געווענליכער המון עם האט מיטגעהאלטן מיט משה רבינו. האט אים דער "ייטב לב" געפרעגט מיט וועלכען צד ער האט געהאלטן? האט דער ישמח משה געענטפערט, איך בין געשטאנען אין א זייט און זיך נישט אריינגעמישט אין קיין שום צד. אויף די פראגע פונעם ייטב לב פארוואס ער האט נישט מיטגעהאלטן מיט משה רבינו, האט ער אים געענטפערט, האסט נישט געקענט דעם קרח'ן. ווען דו וואלסט געקענט דעם קרח, וואלסטו אזא שאלה נישט געפרעגט...


ויקח קרח
אין "החכמה מאין" (אות ס') ווערט געברענגט אז דער ר' איציקל סטוטשינער ז"ל האט אמאל דערציילט אז דער "קאזשניצער מגיד" ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, כ'קען נישט זאגען א גוט ווארט אויף קרח ווייל ער האט דאך מצער געווען משה רבינו, אבער איך קען אויך נישט זאגען שלעכטס אויף אים ווייל ער איז דאך געווען דער זיידע פונעם רבי'ן פון לובלין זי"ע. מערקווירדיג אז אין ספר "עבודת ישראל" פונעם קאזשניצער מגיד ז"ל איז נישטא קיין חידושי תורה אויף פ' קרח...


רב לכם בני לוי
הרה"ק ר' יעקב יצחק מבלענדוב ז"ל האט דערציילט, אז ער איז געווען ביי הרה"ק ר"ר משה לעלוב'ער זי"ע, אויף שב"ק פּרשת קרח, וואו ער האט א גאנץ שבת נישט געהערט קיין חידושי תורה, נאר דער צדיק האט כסדר נאכאנאנד געזאגט ביי אלע סעודות: צו קלוג טאר מען נישט זיין...


ותפתח הארץ את פּיה
די גמ' דערציילט (ב"ב ע"ד), רבה בר בר חנה האט געהערט דעם געשריי ווי קרח, דתן ואבירם שרייען, משה אמת ותורתו אמת והן בדאין, האט געזאגט דערויף דער גאון ר' אייזיל חריף ז"ל, פון דא זעען מיר אז די רשעים האבן נישט חרטה אויף זייערע שלעכטע מעשים אפילו אין גיהנום, ווייל זיי מיינען זיך אויסצודרוקען מיט זייער געשריי, משה אמת ותורתו אמת, והן, און זיי די קינדער פון קרח, בדאין, זענען בלאפערס מיט דעם געשריי, און זייער געשריי איז נישט אמת...

אשר אבחר בו מטהו יפרח (יז, נ)
א איד ווערט קיינמאל נישט פארפאלן דער הייליגער רבי יצחק נעשכיזער זצ"ל האט אמאל באזוכט אין די שטאט וולאדאווקא. פארנאכטס, ווען ער איז געווען ארומגענומען מיט עטליכע מקורבים, האט ער גענומען דערציילן ווי פאלגענד:
די מעשה האט פאסירט אין די שטאט אפטא. עס האט דארט געוואוינט א יונגערמאן א תלמיד חכם און בעל כשרונות, וועלכער האט געמוזט פארלאזן דאס לערנען און גיין האנדלען כדי צו ברענגען פרנסה. פלעגט ער ארומגיין אין די הייזער פון די פריצים, קויפן תבואה און דערפאר אנגעטראגן פארשידענע סחורות. און זייענדיג אן ארנטליכער מענטש, האט ער זיך איינגעקויפט נאמנות ביי די פריצנים און איז געווארן מיט זיי שטארק באפריינדעט.
די פריינטשאפט האט אבער געברענגט אויף אים אן אומגליק. צווישן די פריצים איז געווען איינער וואס האט געהאט א בת יחידה, און ער האט אים פירגעשלאגן ער זאל זי נעמען פאר א פרוי, און דערנאך וועט ער ירש'ענען זיין גאנצע פארמעגן. דער יונגערמאן האט נישט געקענט ביישטיין דעם גרויסן נסיון, און האט אנגענומען דעם פארשלאג. דורך דעם שרעקליכן שריט האט ער גענצליך פארלאזט דעם אידישן וועג, און האט זיך מיט די צייט גע'שמד'ט רח"ל. "רבי" - האט אים איינער פון זיי איבערגעהאקט "נישט ווייט פון דא האט אויך פאסירט אן ענליכע פאסירונג"...
די אנוועזנדע האבן אים אפגעשטילט און דער צדיק האט פארגעזעצט זיין דערציילונג:
שטעלט אייך פאר, א איד דערזעט זיך פלוצים געפאנגען אין די הענט פון די סטרא אחרא. נישט קיין תפילה, נישט קיין תפילין, נישט קיין שבת און נישט קיין יום טוב. נישט קיין ראש השנה און נישט קיין יום כיפור... נישט איינמאל האט ער געהאט הרהורי תשובה און האט זיך געוואלט אומקערן צום אידישן וועג, אבער די טירן פאר אים זענען געווען פארשלאסן. ווייל לויט די געזעצן אין יענע צייטן איז נישט געווען ערלויבט פאר א מומר ער זאל צוריק טוישן זיין רעליגיע. און אויך די וועלכע האבן אים געהאלפן דערצו האבן באקומען שווערע שטראפן. דאך האט ער עטליכע מאל פרובירט, אבער זיין פרוי די מרשעת האט אים שטארק נאכגעקוקט, און ווען זי האט דערזען אז ער האט עפעס א קשר צו אידן, פלעגט זי זיי פאר'מסר'ן פאר די רעגירונג, און זיי האבן געליטן גרויסע צרות.
דער אפטער רב איז געווען א גרויסער גאון און צדיק. איין נאכט ווען ער איז געזעסן און געלערנט, האט ער געהערט קלאפן אויף זיין טיר. ער גייט צו און עפנט די טיר, און צו זיין איבערראשונג האט ער דערזען פאר זיך דעם מומר וועלכער ברעכט אויס אין א געוויין און שרייט: "רבי, איך ווייל תשובה טאן, און זיך אומקערן צו אידישקייט"...
דער רב, וועלכער האט געוואוסט אז אסאך אידן האבן שוין טייער באצאלט פאר'ן פרובירן אים צו העלפן, האט ער אים אפילו נישט געוואלט אויסהערן און האט גלייך פארקלאפט די טיר פאר זיין נאז. אבער דער מומר האט נישט מוותר געווען. יעדע נאכט, ווען ביי אים אין פאלאץ איז שוין יעדער געשלאפן, איז ער געקומען צום רב און געוויינט ביטערלעך אז ער זיל אים העלפן. אבער דער רב האט בשום אופן נישט געוואלט רעדן צו אים.
איין נאכט האט דער רב פארלוירן זיין געדולד, און איז ארויס צו אים מיט זיין שטעקן, ער האט מיט איינמאל געעפנט די טיר און געשריגן צו אים: "גיי אוועק פון דא, אויב נישט וועל איך דיך באקלאפן מיט דעם שטעקן". דער מומר איז געבליבן דירט שטיין ווייס ווי די וואנט, און האט זיך נישט גערירט פון ארט. און דער רב האט צוגעגעבן: "ווען אויף דעם שטעקן וועט וואקסן קיין פירות, וועסטו קענען תשובה טוען" דער מומר האט זיך אויסגעדרייט און געטראכט צו זיך אז מער וועט ער שוין נישט קומען. דער רב דרייט זיך אויך אויס און וויל אריין אין שטוב, אבער פלוצים ווערט ער איבערראשט זעענדיג ווי אויפ'ן שטעקן האבן אויסגעשפריצט גרינע בלעטער און עס האט זיך אויך באוויזן דארט א פרי.
"קום צוריק!" שרייט דער רב צום מומר, נישט קענענדיג זיך בארואיגן פון דעם גרויסן וואונדער וויס ס'האט פאסירט. דער רב האט זיך אוועקגעזעצט מיט אים און האט אים אנגעהויבן צו לערנען דרכי תשובה. מ'קען זיך פארשטעלן וויאווי דער מומר האט אויסגעזען נאך אזא נאכט. זיין נשמה האט זיך גערייניגט, און ער האט זוכה געווען צו טון א תשובה שלימה.
צופרי ווען ער איז ארויס פון רב'ס הויז, און האט זיך געוואנדן צו זיין פאלאץ, האט ער פון דערווייטנס דערזען ווי גרויסע פלאמען פייער גייען ארויס פון זיין פאלאץ. אלעס וואס האט זיך דארט געפונען האט זיך פארברענט. ער האט איצט שוין געקענט עפענען א נייע בלעטל...
דער רבי האט פארענדיגט רי מעשה, און האט אויסגעפירט: "אין אמאליגע אידן האט מען געקענט באווייזן אזעלכע וואונדער, אבער היינט, קען דאס דען פאסירן?"
דער הייליגער נעשכיזער איז געבליבן שטיין א וויילע, און דערנאך צוגעגעבן: "און אפשר דאך? א גוטע נאכט"... צומארגנס האט מען זיך דערוואוסט אז יענע נאכט איז פארברענט געווארן א גרויסע פאלאץ נישט ווייט פון שטאט, און דער אייגנטומער, וועלכער איז געווען א איד וואס האט זיך ל"ע גע'שמד'ט, איז נישט געווען אינעווייניג, ווייל ער איז פונקט געווען ביים יריד. דער איד איז מער נישט צוריקגעקומען, ווייל ער האט זיך אומגעקערט צום אידישן וועג.


די שערי תשובה ווערן קיינמאל נישט פארשלאסן. אויך היינט, ווען מ'הערט אפשר נישט אזעלכע וואונדער, זעט מען דאך אידן וואס זענען שוין געווען פארזונקען אין מ"ט שערי טומאה, און פלוצים קערן זיי זיך צוריק. זיי באקומען עפעס א הארה פון הימל, זייער נשמה דערהערט דעם רוף "שובו בנים שובבים", ידער דעם קול "אוי להם לבריות מעלבונה של תורה". אמאל דורך א טעיפ וואס ווערט "פערצופאל" פארוואנדלט אין זייערע הענט. אמאל הערן זיי א דרשה וואס רירט אן דעם פינטעלע איד וואס ווערט קיינמאל נישט פארלאשן. אמאל זייענדיג אין אן עת צרה ה"י מאכן זיי א חשבון הנפש. אמאל דורך באקומען א ברכה פון אן ערליכן איד. אמאל פארארבעטן מעשים די טאטעס און זיידעס וואס זענען שוין אויפן אמת'דיגן וועלט, ועוד. אזוי וועקן זיך אויף אינערליכע סטרונעס פון זייער הארץ וואס בארירט זיי און אזוי קערן זיי זיך צוריק צום שורש. א איד דארף וויסן אז צו ווערן א בעל תשובה מוז מען נישט האבן געווען א בעל עבירה. יעדער מענטש אין זיין מעמד און מצב האט אויף וואס תשובה צו טון, און זיך הייבן און שטייגן אין העכערע מדריגות פון וועלכע ער האט יפגעלעבט זיינע יארן ביז איצט. נצח ישראל לא ישקר!

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה