הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

טעגליך נייעס קורץ און שארף

5 posters

Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי משה ברוך Sun Jun 14, 2009 2:34 pm

איך הייב דא אן א פרישע סעריע, ווי איך וועל פראבירן יעדן טאג אראפ צו ברענגן מער ווייניגער די נייעס פונעם טאג אין קורצן.

איך טו נישט פארשפרעכן אז איך וועלן נישט אויסלאזן קיין נייעס, עס וועט זיך ווענדן אין מיין צייט און געדולד.

ווי געזאגט וועל איך עס געווענטליך שרייבן גאר אין קורצן, ממש ראשי פרקים אן אריין גיין אין די פרטי הדברים.

עס וועט נישט האבן קיין באשטימטע צייט ווען איך וועל עס אריין שטעלן, און וויפיל מאל א טאג, אלעס וועט זיך פארשטייט זיך ווענדן אין מיין גוסטע.

משה ברוך
מטייל בגן

מספר הודעות : 14
מעלות : 22
אנזעהן ביים ציבור : 4

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty זינטאג שלח

הודעה על ידי משה ברוך Sun Jun 14, 2009 2:38 pm

אינטערנאציאנאלע נייעס

טעהראן – שווערע פראטעסטן האבן היינט ווייטער אנגעהאלטן אין די הויפט שטאט, אין די צייט וואס פרעזידענט אכמעדינידזשאד האט געגעבן זיין זיג רעדע, ווי ער האט אוועק געמאכט די פראטעסטירער, אלץ אויפגעברויזטע מענטשען, וואס זענען אנטוישט נאכן ליידן א פארלוסט.
רייאטן פאליציי האבן אינטער גענומען שטרענגע מיטלן קעגן די פראטעסטירער, צענדליגער זענען ארעסטירט געווארן, און אנדערע זענען צושלאגן געווארן מיט שטעקענס דורך די פאליציי.

די פראטעסטירער זאגן, אז עס קען טאקע זיין אז מען גייט זיי יעצט שטיל מאכן, אבער זיי זענען דא צום בלייבן, און זיי וועלן אין די צוקונפט זיך ווייטער לאזן הערן, און נישט צולאזן אז מען זאל צונעמען זייער רעכטן, פון אפהאלטן אומגעפעלטשטע וואלן.
וועלט פירער דערינטער אמעריקא און פראנקרייך, האבן זיך דערווייל אפגעהאלטן פון אנערקענען די וואלן, אבער אין די זעלבע צייט זיך געהאלטן אויף א שמאלן שטריקל, און בלויז געזאגט, אז זיי גייען אויספארשן די קלאנגן, צו זעהן אויב עס איז פארהאנען עפעס האפט אין די טענות פון מאוסאוויס מענטשען.
---

צפון קאריע – צפון קאריע וועלכע איז די לעצטע שטיק צייט פון די הויפט טעמעס אין די נייעס, האט היינט געווארענט איבער א נוקלעארע קריג אין די געגענט, נאכפאלגענדיג זייער פריערדיגע ווארענונג, אז זיי גייען אויסברייטערן זייער נוקלעארע מעגליכקייטן.
---

תימן – די רעגירונג אין תימן טוט באשולדיגן א שייאיטישע רעבעלן גרופע, אין די פארכאפונג פון 9 אויסלענדישע, צווישן זיי 7 דויטשע בירגער, א דאקטאר מיט זיין ווייב און זייערע דריי קינדער, און נאך עטליכע מענטשען.
---

תימן – די אינערן מינסטער פון תימן האט געמאלדן די ארעסט פון די הויפט על קאידא פינאנצירער אין תימן און אין סאודיע ארביע, נישט אנגעבענדיג די צייט ווען זיין ארעסט איז פארגעקומען.

כאַסאַן כוסעין בין אַלוואַן פלעגט זיין די פינאנצירער פון די על קאדיא אטאקעס אין ביידע לענדער.
---

איטאליע – איטאליע וועלכע פלאגט זיך זייער שטארק מיט ערענסטע פארברעכענס ביי זיי אין לאנד, גייט ווייטער אן מיט די פלענער פון אויפשטעלן פאטראל גרופעס, וואס וועט אנגעפירט ווערן דורך ציווילע בירגער, טראץ דעם וואס טייל פון די גרופעס וואס גייען עס אנפירן, האבן פאסיסטישע פארבינדונגן.
---

סודאן – אמווייניגסטענס 40 מענטשען וואס זענען געפארן אויף 27 שיפלעך, מיט הילף פעקלעך פאר די איינוואוינער אין דרום סודאן, זענען אומגעקומען אין א אטאקע קעגן זיי, דערינטער עטליכע סאלדאטן.
---

פאקיסטאן – די אמעריקאנע לופט כוחות האבן היינט געבראכן עטליכע וואכן פון שטילקייט, און אדורך געפירט א געצילטע לופט אטאקע, אומברעגענדיג 5 מענטשען.
אין א צווייטע אינצידענט זענען 8 מענטשען אומגעקומען פון א באמבע אויפרייס, ווי אויך זענען 20 מיליטאנטן אומגעברענגט געווארן, אין די רעגירונג אנגעפירטע קאמפן.
---

טערקיי - א טערקישע סאלדאט און א קורדישע רעבעל, זענען אומגעקומען, אין א קאמף נעכטן צווישן די רעבלן אין די טרופן, נעבן די גרעניץ מיט איראק, ווי די PKK רעבעלן זענען שטארק אקטיוו.
---

נייעס פון אמעריקא

אוטיריטען אין קאליפארניע האבן אידענטיפיצירט א פארשוין, וועלכע ווערט פארדעכטיגט אין זיין פאראנטווארטליך פאר א ריזיגע וואלד פייער אין יאר 2003, וועלכע האט פארניכטעט נאנט צי 1,000 הייזער, פון וואס 6 מענטשען זענען דעמאלטס געשטארבן דערפון.
די פייער האט געברענט 9 טעג, און אדורך געלאפן אויף איבער 140 סקווער מייל, און פאראורזאכט שאדענס פון 42 מיליאן דאלאר.
---

די רעפובליקאנע פירער פונעם סענאט, סענעטאר מיטש מיקאנעל זאגט, אז עס איז נאך צי פרי צו זאגן, אויב זיי וועלן שטיין אין שטיצע פון ריכטער סאטאמייער, אבער ער שליסט נישט אויס די מעגליכקייט, אז זיי וועלן עס פראבירן צו בלאקירן דורך א פיליבאסטער.
---

נייעס פון ניו יארק און ארום

א 98 יעריגע פארשוין פון ברענטוואד ניו יארק, איז אומגעקומען אין א קאר עקסידענט, וואס איז פאראורזאכט געווארן דורך א אנגעטרינקענע דרייוער.
---

א מאן און ווייב אין לאנג איילענד זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד, נאכדעם וואס די 43 יעריגע מאן האט עטליכע מאל געשטאכן זיין ווייב, פאר ער האט זיך אליינס געשטאכן.
---

פאליציי אין לאנג איילענד האבן ארעסטירט א 33 יעריגע פארשוין, פארן לאזן זיין קינד פון 18 חדשים אלט אין זיין ווען, בשעת'ן גיין צו די ארבייט.
די פאליציי האבן געטראפן דעם קינד אין די קאר, וויינענדיג, שמיציג, און הינגעריג, נאכן זיצן דארט פאר לענגערע שעות.
---

פייער לעשער און די ענוויירעמענטל פראטעקשען אגעטור ארבייטן יעצט אין בראנקס, צו פארעכטן א וואסער מעין ברעיק, וואס האט אפגעהאקט די וואסער סופליי פאר 700 מענטשען, און עטליכע סאבוועי און באס ליניעס אין די געגענט.
---

משה ברוך
מטייל בגן

מספר הודעות : 14
מעלות : 22
אנזעהן ביים ציבור : 4

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי קושטא Sun Jun 14, 2009 9:01 pm

הערליך קלאר געשריבן איך האב מיינע קשיות וואס איך דארף נאך קלאר ווערן העמער באלד זעהן דערוועגן
יישר כח משה ברוך.


אויב דער רובריק איז אן אפיציעלע שלאג איך (נישט קיין הענט פליז)פאר אז מען זאל מאכן א געהעריגע נייעס אפטיילונג און יעדע נייעס וואס פארדינט א איבערזיכט מעג באקומען אן עקסטערע אשכול

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי קושטא Sun Jun 14, 2009 9:13 pm


טעהראן – שווערע פראטעסטן האבן היינט ווייטער אנגעהאלטן אין די הויפט
שטאט, אין די צייט וואס פרעזידענט אכמעדינידזשאד האט געגעבן זיין זיג
רעדע, ווי ער האט אוועק געמאכט די פראטעסטירער, אלץ אויפגעברויזטע
מענטשען, וואס זענען אנטוישט נאכן ליידן א פארלוסט.
רייאטן פאליציי
האבן אינטער גענומען שטרענגע מיטלן קעגן די פראטעסטירער, צענדליגער זענען
ארעסטירט געווארן, און אנדערע זענען צושלאגן געווארן מיט שטעקענס דורך די
פאליציי.

די פראטעסטירער זאגן, אז עס קען טאקע זיין אז מען גייט
זיי יעצט שטיל מאכן, אבער זיי זענען דא צום בלייבן, און זיי וועלן אין די
צוקונפט זיך ווייטער לאזן הערן, און נישט צולאזן אז מען זאל צונעמען זייער
רעכטן, פון אפהאלטן אומגעפעלטשטע וואלן.
וועלט פירער דערינטער אמעריקא
און פראנקרייך, האבן זיך דערווייל אפגעהאלטן פון אנערקענען די וואלן, אבער
אין די זעלבע צייט זיך געהאלטן אויף א שמאלן שטריקל, און בלויז געזאגט, אז
זיי גייען אויספארשן די קלאנגן, צו זעהן אויב עס איז פארהאנען עפעס האפט
אין די טענות פון מאוסאוויס מענטשען.
---

דער וועלט קען שוין זאגן וואס זיי ווילן ווייל געווענדליך ווען עס קומט פאר די סארט געפעלטשערייען און מען פארלאנגט א ריקוינט וועט דער אפיציעלע געווינער זיךל אויך נישט דערקלערן א געווינער משא"כ דא איז שוין אחמאנאדינישאאד (גוט?) שוין נעכטן געפייערט זיג מיט די זעלבע ווערטער אז ער איז העיר טא סטעי.

און די וואס פראטעסטירן זענען געהעריג א מאבד עצמו לדעת ווייל דער ווידער געקרוינטע מלך וועט עס נישט פארשווייגן ביז זיי וועלן פארשריגן ווערן פון נאטורליכע סיבות

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי קושטא Sun Jun 14, 2009 9:18 pm


צפון קאריע – צפון קאריע וועלכע איז די לעצטע שטיק צייט פון די הויפט
טעמעס אין די נייעס, האט היינט געווארענט איבער א נוקלעארע קריג אין די
געגענט, נאכפאלגענדיג זייער פריערדיגע ווארענונג, אז זיי גייען
אויסברייטערן זייער נוקלעארע מעגליכקייטן
.

דער נוקלערע קריג וואס זיי סטראשענען אין שוין נישט אויף דיפענס די וועג וואס אלע נוקלארע לענדער האבן ליב צו זאגן אז דאס איז וואס זיי דארפן דאס, נאר ליבערש זאגן זיי אז ווילן דאס ניצן אויף אפענסיווע פאר סיי וועלכע פראוועקאציע קעגן זיי, וואס לויט זייער מיינונג וועט יעדע רגע וואס זייער נוקלארע אטאקיר סיסטעם וועט פערטיג ווערן, וואס לדעתי איז עס נאך נישט פערטיג, און צוליב דעם רעדן זיי אזוי פיל דערפון. און איינמאל עס וועט ווערן א רעאליטעט וועלן שוין איינמאל איבערטראכטן די קאנסקעווענצן וואס עס קען פאסירן ווען זיי וועלן לוי מאכן אזא קניידל.

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי קושטא Sun Jun 14, 2009 9:20 pm


תימן – די אינערן מינסטער פון תימן האט געמאלדן די ארעסט פון די הויפט על קאידא פינאנצירער אין תימן און אין סאודיע ארביע, נישט אנגעבענדיג די צייט ווען זיין ארעסט איז פארגעקומען.

כאַסאַן כוסעין בין אַלוואַן פלעגט זיין די פינאנצירער פון די על קאדיא אטאקעס אין ביידע לענדער.
---

איז דאס אפשר דער סיבה פונעם אפיל וואס עלקאידע האט געמאכט פאר נדבות פון אלע זייערע שטיצער נאכן פארלירן אזא געלט פלוס?. אולי.

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי וועלוול כהן Sun Jun 14, 2009 10:38 pm

משה ברוך זייער שיין קורץ און שארף באשריבן, יישר כח.

וועלוול כהן
יושב בגן

מספר הודעות : 110
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 14

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי פירות Mon Jun 15, 2009 9:38 am

יישר כח משה ברוך
פירות
פירות
נוטע בגן

מספר הודעות : 72
מעלות : 101
אנזעהן ביים ציבור : 15
מיקום : וואקסט אינעם גארטן...

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי משה ברוך Mon Jun 15, 2009 11:28 am

קושטא כתב:הערליך קלאר געשריבן איך האב מיינע קשיות וואס איך דארף נאך קלאר ווערן העמער באלד זעהן דערוועגן
יישר כח משה ברוך.


אויב דער רובריק איז אן אפיציעלע שלאג איך (נישט קיין הענט פליז)פאר אז מען זאל מאכן א געהעריגע נייעס אפטיילונג און יעדע נייעס וואס פארדינט א איבערזיכט מעג באקומען אן עקסטערע אשכול

מאכן א אפיציעלע אפטיילונג דערפון, איז שוין א זאך וואס ליגט אין די הענט פון די הנהלה.

און א באזונדערע אשכול פאר פארשידענע נייעס, ליגט אין די האנט פון יעדעם איינעם, ווען אין פאקט האבן שוין עטליכע פון די נייעס ברענגער דא מאריך געווען איבער די מער ערענסטערע נייעס.

משה ברוך
מטייל בגן

מספר הודעות : 14
מעלות : 22
אנזעהן ביים ציבור : 4

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי משה ברוך Mon Jun 15, 2009 11:30 am

קושטא כתב:

תימן – די אינערן מינסטער פון תימן האט געמאלדן די ארעסט פון די הויפט על קאידא פינאנצירער אין תימן און אין סאודיע ארביע, נישט אנגעבענדיג די צייט ווען זיין ארעסט איז פארגעקומען.

כאַסאַן כוסעין בין אַלוואַן פלעגט זיין די פינאנצירער פון די על קאדיא אטאקעס אין ביידע לענדער.
---

איז דאס אפשר דער סיבה פונעם אפיל וואס עלקאידע האט געמאכט פאר נדבות פון אלע זייערע שטיצער נאכן פארלירן אזא געלט פלוס?. אולי.

איך גלייב גאנץ שוואך אז ווען זיי דארפן געלט, איז די וועג ווי אזוי זיי מאכן געלט דורך בעטן ברבים טאטע שיק מיר הויזן, זיי האבן זיך שוין זייערע וועגן ווי אזוי זיי פאנדרעיזן, וואס זיי האבן יא געמיינט? גיי רעכן דיך אויס מיט א קרימע קאפ.

משה ברוך
מטייל בגן

מספר הודעות : 14
מעלות : 22
אנזעהן ביים ציבור : 4

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty ב שלח

הודעה על ידי משה ברוך Mon Jun 15, 2009 12:35 pm

אינטערנאציאנאלע נייעס

מדינת ישראל – שפיצן פון די רעדע וואס פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו האט נעכטן געגעבן:

מדינת ישראל איז גרייט פאר א פאלעסטינע לאנד, אבער אן קיין מיליטער, און מדינת ישראל זאל קאנטראלירן די לופט טעריטאריע.
ירושלים וועט קיינמאל נישט צוטיילט ווערן.

מדינת ישראל האט דערווייל נישט אין פלאן אויסצוברייטערן און אויפבויען פרישע פראעקטן אין די שטחים, אבער זיי וועלן זיך האלטן צו דעם, אז אין די יעצטיגע פראעקטן קען מען ווייטער בויען, וויפיל עס פארלאנגט זיך אלץ נאטירליכע געוואוקס.

אלע אראבישע לענדער מוזן אנערקענען מדינת ישראל אלץ די "אידישע לאנד", אויב זיי ווילן מאכן שלום, דאס מיינט, אז די פאלעסטינער וועלן נישט צוריק געלאזט ווערן אין די מאסן אריין קיין מדינת ישראל.

און צום לעצט, מדינת ישראל איז גרייט צו מאכן שלום מיט יעדעם, און יעדער זאל שלום מאכן מיט אונז.

עס פעלט ניטאמאל אויס אויסצושמועסן, ווי ער האט יעדעם פיין געשטעלט אין פלאץ.

---

טעהראן – הויפט פונקטן פון די אנגייענדע דעמאנסטראציעס אין איראן:

צום ערשטן מאל זייט די אומריען האבן אויסגעבראכן אין איראן, איז די אפאזיציע פירער כוסעין מאסאוויו היינט ארויס געקומען זיך באטייליגן ביי א מאסן ראלי אין די הויפט שטאט טעהראן, ווי איבער 100 טויזענט מענטשען באטייליגן זיך יעצט.

די גארדיען קאנסול אין איראן האט געמאלדן, אז זיי האבן אנגענומען די פארלאנג פון מאסאווי, און זיי וועלן אדורך פירן א אויספארשונג, איבער די באשולדיגונג פון די מאסאווי לאגער, אז עס זענען פארגעקומען פעלטשערייען אין די וואלן, נאכדעם וואס די הויפט גייסטישע פירער כומעני, האט פארשפראכן אז ער איז גרייט אז מען זאל דורך פירן א אויספארשונג.

די רעזולטאטן איז ערווארטעט ארויס צו קומען ביז 10 טעג.

אכמעדינידזשאד וועלכע האט געדארפט היינט פארן קיין רוסלאנד, איז געבליבן אינדערהיים.

עטליכע אינטערנאצאיאנאלע דזשורנאליסטן פון רויטערס און אנדערע נייעס אגענטורן, זענען אנגעקלאפט געווארן נעכטן דורך די פאליציי, אנדערע שטייען אויס דרוק, און זענען נישט ערלויבט אנצוגיין מיט זייער געווענטליכע סדר.

---

תימן – באאמטע אין תימן געבן איבער, אז די 9 אויסלענדישע בירגער וואס זענען פארכאפט געווארן פארגאנגענע וואך, זענען אלע אומגעברענגט געווארן דורך זייער פארכאפער.

---

רוסלאנד - היינט האט זיך אנגעהויבן די צוויי טאיגיגע סאמיט פון די שאנכיי ארגאנאזאציע, וואס ווערט אנגעפירט דורך רוסלאנד און טשיינע, און נעמט אריין אין זיך לענדער פון צענטרעל אזיע.

די לענדער וואס זענען טייל פון די ארגאנאזאציע זענען, קאזאקסטאן, קירדזשיסטאן, טאדזשקיסטאן, אוזבעקיסטאן, מיט נאך עטליכע לענדער, וועלכע ארבייטן בלויז מיט, אבער זענען נישט קיין דירעקטע טייל דערפון.

ביי די יעצטיגע סאמיט וועלן זיך אויך באטייליגן די פירער פון, פאיקיסטאן, אפגאניסטאן, איראן(וועט אנקומען מארגען צוליב די פראטעסטן אינדערהיים).

---

המשך יבא

משה ברוך
מטייל בגן

מספר הודעות : 14
מעלות : 22
אנזעהן ביים ציבור : 4

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי משה ברוך Mon Jun 15, 2009 1:11 pm

גרוזיע – פאליציי אין גרוזיע האבן היינט ארעסטירט און אנגעקלאפט צענדליגער אפאזיציע אקטיוויסטן, וועלכע האבן זיך באטייליגט ביי אנטי רעגירונג פראטעסטן אין די הויפט שטאט טיבליסי, דערינטער עטליכע דזשורנאליסטן.

די פראטעסטן גייען שוין אן פאר איבער 2 חדשים, ווי זיי פארלאנגן פון פרעזידענט סאקשווילי אפצוטרעטן פוןאמט.
---

ענגלאנד – נעכטן איז באריכטעט געווארן די ערשטע טויטפאל, פון די HIN1 פלו אויסברוך, אינדרויסן פון די אמעריקאנע לענדער, ווען א פארשוין אין סקאטלאנד מיט אנדערע געזונטהייט פראבלעמען איז געשטארבן, זייענדיג אנגעשטעקט מיט די פלו.

ענגלאנד האט שוין דערווייל באריכטעט 1,226 פעלער פון די פלו.
---

פאריז – עיר פראנס לופט ליניע האט געמאלדן, אז זיי האבן געטוישט די ספיד סענסארס אויף זייער גאנצע פלאטע, פון די A330 און A340 פליגערס, צוליב די מעגליכקייט, אז די ספיד סענסארס זענען געווען שולדיג, אין די פליגער קראך פון פלייט 447.
---

מעקסיקא – די מעקסיקאנע ארמיי האט פארכאפט 25 באוואפענטע פארברעכער, וועלכע האבן זיך ארים געדרייט פארשטעלט אלץ סאלדאטן.

עס איז איבריג איבער צו גיין וואס קומט פאר אין מעקסיקא מיט די דראג באנדעס.
---

אפגאניסטאן – פרעזידענט כאמיד קארזיי, אינאיינעם מיט נאך 40 קאנדידאטן, האבן היינט אנגעפאנגן זייער עמטליכע קאמפיין פאר די פרעזידענטליכע וואלן, וואס גייט פארקומעןאין עטוואס מער ווי א חודש פון היינט.

קארזיי ווערט געזעהן אלץ די פראנט ראנער.
---

צפון קאריע – צענדליגער טויזענטער מענטשען זענען היינט ארויס געקומען פראטעסטירן אויף די גאסן, צו פארדאמען די סאנקציעס, וואס די יו ען האט ארויף געלייגט אויף צפון קאריע.

אין די זעלבע צייט, איד די פירער פון דרום קאריע היינט אנגעקומען קיין וואשינגטאן, ווי ער וועט זיך טרעפן מיט פרעזידענט אבאמא און מיט אנדערע באאמטע.
---

נעפאל – א געשאצטע 1,000 ווילדע מאַאִיסט דעמאנסטראנטן האבן זיך היינט ארויס געלאזט אויף די גאסן פון די הויפט שטאט, אנזייענדיג א כאאס, וואס האט געצווינגן צי די פארשליסונג פון שולעס, געשעפטן, אפיסעס, אין די הויפט שטאט.

פאליציי האבן זיך באניצט מיט טרערן גאז, קעגן די דעמאנסטראנטן, וואס האבן געווארפן שטיינער אויף די פאליציי.

משה ברוך
מטייל בגן

מספר הודעות : 14
מעלות : 22
אנזעהן ביים ציבור : 4

חזרה למעלה Go down

טעגליך נייעס קורץ און שארף Empty Re: טעגליך נייעס קורץ און שארף

הודעה על ידי חאצקל Thu Jun 18, 2009 1:11 pm

שכוח משה ברוך

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה