הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

רות עברי טייטש עם ביאורו של רש"י

Go down

רות עברי טייטש עם ביאורו של רש"י Empty רות עברי טייטש עם ביאורו של רש"י

הודעה על ידי גערטנער Fri Jun 05, 2009 3:11 pm

פרק א'
(א) וַיְהִי בִּיְמֵי שְׁפֹט הַשֹּׁפְטִים און עס איז געווען אין די טעג (אין די צייט) ווען די שופטים האבן גע'משפט [פאר די צייט פון שאול המלך האבן די דורות זיך מפרנס געווען מיט "שופטים", און חז"ל זאגן אז דאס דער בועז איז געווען "אבצן"] וַיְהִי רָעָב איז געווארן א הונגער בָּאָרֶץ אין לאנד וַיֵּלֶךְ אִישׁ איז אוועקגעגאנגען א חשוב'ע מאן [ער איז געווען א גרויסע עושר און ער האט מפרנס געווען גאנץ ארץ ישראל, און דערפאר איז ער ארויס פון ארץ ישראל, ווייל ער האט שוין מער נישט געוואלט געבן פרנסה צו די ארימע לייט און דערפאר טאקע איז ער נענש געווארן] מִבֵּית לֶחֶם יְהוּדָה פון בית לחם אין יהודה לָגוּר בִּשְׂדֵי מוֹאָב צו וואינען אין פעלד פון מואב הוּא וְאִשְׁתּוֹ וּשְׁנֵי בָנָיו: ער און זיין ווייב און זיינע צוויי זוהן.

(ב) וְשֵׁם הָאִישׁ אֱלִימֶלֶךְ און דער נאמען פון דעם מאן איז אלימלך וְשֵׁם אִשְׁתּוֹ נָעֳמִי און דער נאמען פון זיין ווייב איז נעמי וְשֵׁם שְׁנֵי בָנָיו מַחְלוֹן וְכִלְיוֹן און דער נאמען פון זיינע צוויי זין איז "מחלון און כליון" אֶפְרָתִים חשוב'ע לייט [א ראי' האסטו ווי מען זעהט דאך אז דער קעניג פון מואב האט חתונה געמאכט זיין טאכטער צו "מחלון" ווי חז"ל זאגן דאך אז רות איז געווען די טאכטער פון עגלון מלך מואב. נאך א פשט ווערט "בית לחם" ווערט אנגערופן "אפרת"] מִבֵּית לֶחֶם יְהוּדָה פון בית לחם אין יהודה וַיָּבֹאוּ שְׂדֵי מוֹאָב זיי זענען אנגעקומען צום פעלד פון מואב, וַיִּהְיוּ שָׁם: און זיי זענען דארט פארבליבן.

(ג) וַיָּמָת אֱלִימֶלֶךְ אִישׁ נָעֳמִי און אלימלך דער מאן פון נעמי איז געשטארבן וַתִּשָּׁאֵר הִיא וּשְׁנֵי בָנֶיהָ: און זי איז איבערגעבליבן מיט אירע צוויי זוהן.

(ד) וַיִּשְׂאוּ לָהֶם נָשִׁים מֹאֲבִיּוֹת זיי האבן זיך גענומען ווייבער מואבי'שע שֵׁם הָאַחַת עָרְפָּה וְשֵׁם הַשֵּׁנִית רוּת דער נאמען פון איינע איז געווען "ערפה" און דער נאמען פון די צווייטע איז געווען "רות" וַיֵּשְׁבוּ שָׁם כְּעֶשֶׂר שָׁנִים: זיי האבן זיך דארט באזעצט ארום צעהן יאהר.

(ה) וַיָּמוּתוּ גַם שְׁנֵיהֶם מַחְלוֹן וְכִלְיוֹן זענען ווידער געשטארבן זיי ביידע מחלון און כליון [פארוואס שטייט "גם" ווייל קודם איז געשטארבן זייער געלט די קעמלען די פיה, און דערנאך זענען זיי "אויך" געשטארבן] וַתִּשָּׁאֵר הָאִשָּׁה מִשְּׁנֵי יְלָדֶיהָ וּמֵאִישָׁהּ: און די פרוי נעמי איז געבליבן עלענד פון אירע צוויי קינדער און פון איר מאן.

(ו) וַתָּקָם הִיא וְכַלֹּתֶיהָ האט זי זיך אויפגעהויבן און אירע ביידע שנירן וַתָּשָׁב מִשְּׂדֵי מוֹאָב און זי האט זיך צוריקגעקערט פון דער פעלד פון מואב כִּי שָׁמְעָה בִּשְׂדֵה מוֹאָב ווייל אין שדה הואב האט זי שוין געהערט כִּי פָקַד יי אֶת עַמּוֹ אז דער אייבערשטער האט געדענקט צום גוטן זיין פאלק לָתֵת לָהֶם לָחֶם: זיי צו געבן ברויט.

(ז) וַתֵּצֵא מִן הַמָּקוֹם אֲשֶׁר הָיְתָה שָׁמָּה און זי איז ארויסגעגאנגען פון דעם ארט וואו זי איז געווען וּשְׁתֵּי כַלֹּתֶיהָ עִמָּהּ און אירע צוויי שנירן מיט איר וַתֵּלַכְנָה בַדֶּרֶךְ און זי האט זיך אויסגעלאזט צו גיין אין וועג לָשׁוּב אֶל אֶרֶץ יְהוּדָה: וועלכע פירט זיך אומצוקערן צום לאנד יהודה [פארוואס דארף שטיין אז זי איז ארויס פון שדה מואב? מיר ווייסן דאך אז דארט איז זי געווען? נאר פונקט ווי עס שטייט ביי יעקב "ויצא יעקב" אז ווען דער צדיק גייט ארויס פון א פלאץ לאזט דאס איבער א רושם אויף יענע פלאץ וואס ער איז ארויס, דער זעלבע זאגט אונז די פסוק אויף איר, אז ווען זי איז ארויס פון מואב האט דאס געמאכט זייער א גרויסע רושם, אז דער צדקת איז יעצט ארויס].

(ח) וַתֹּאמֶר נָעֳמִי לִשְׁתֵּי כַלֹּתֶיהָ און נעמי האט געזאגט צו אירע צוויי שנירן לֵכְנָה גייט אייך צוריק שֹׁבְנָה אִשָּׁה לְבֵית אִמָּהּ קערט אייך אום יעדע פרוי צו איר מוטער'ס הויז (יעשה) יַעַשׂ יי עִמָּכֶם חֶסֶד זאל דער אייבערשטער טוהן חסד כַּאֲשֶׁר עֲשִׂיתֶם עִם הַמֵּתִים וְעִמָּדִי: אזוי ווי איר האט געטוהן מיט די געשטארבענע (אייערע מענער) און מיט מיר.

(ט) יִתֵּן יי לָכֶם זאל אייך דער אייבערשטער געבן (א באשערטן) וּמְצֶאןָ מְנוּחָה אִשָּׁה בֵּית אִישָׁהּ איר זאלט טרעפן רוה יעדער ביים מאן אין הויז וַתִּשַּׁק לָהֶן און זי האט זיי געקושט וַתִּשֶּׂאנָה קוֹלָן זיי האבן דערהויבן זייער שטימע וַתִּבְכֶּינָה: און זיי האבן געוויינט (הויך אויף'ן קול).

(י) וַתֹּאמַרְנָה לָּהּ און זיי האבן געזאגט צו איר כִּי אִתָּךְ נָשׁוּב לְעַמֵּךְ: נאר מיט דיר וועלן מיר צוריקגיין צו דיין יודישען פאלק.

(יא) וַתֹּאמֶר נָעֳמִי האט נעמי געזאגט שֹׁבְנָה בְנֹתַי קערט אייך צוריק, טעכטער מיינע! לָמָּה תֵלַכְנָה עִמִּי צו וואס זאלט איר אצינד גיין מיט מיר הַעוֹד לִי בָנִים בְּמֵעַי טראג איך דען מיט זיך נאך זון וְהָיוּ לָכֶם לַאֲנָשִׁים: וואס זאלן ווערן פאר אייך מענער?

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

רות עברי טייטש עם ביאורו של רש"י Empty המשך פרק א'

הודעה על ידי גערטנער Fri Jun 05, 2009 3:12 pm

(יב) שֹׁבְנָה בְנֹתַי קערט אייך צוריק, טעכטער מיינע לֵכְןָ גייט כִּי זָקַנְתִּי מִהְיוֹת לְאִישׁ ווייל איך בין שוין אלט פון חתונה האבן צו א מאן כִּי אָמַרְתִּי יֶשׁ לִי תִקְוָה ווען איך זאל אפילו זאגן איך האב יא צו האפן גַּם הָיִיתִי הַלַּיְלָה לְאִישׁ וְגַם יָלַדְתִּי בָנִים: ווען איך זאל נאך די היינטיגע נאכט באקומען א מאן און איך זאל אויך געבוירן זון.

(יג) הֲלָהֵן תְּשַׂבֵּרְנָה עַד אֲשֶׁר יִגְדָּלוּ וועט איר דען אויף זיי אויסקוקן און האפן (ווארטן) ביז זיי וועלן אויסוואקסן? הֲלָהֵן תֵּעָגֵנָה לְבִלְתִּי הֱיוֹת לְאִישׁ צוליב זיי וועט איר בלייבן פארבינדן (זיצן אליין) נישט חתונה האבן צוליב זיי ןצו א מאן אַל בְּנֹתַי ניין, מיינע טעכטער! כִּי מַר לִי מְאֹד מִכֶּם ווייל מיר איז אסאך ביערער פון אייך כִּי יָצְאָה בִי יַד יי: ווייל עס איז אויסגעגאנגען אויף מיר די שטראף פון אייבערשטן [רבי לוי האט געזאגטאז ווי עס שטייט יד ה' מיינט דאס די מכת "דבר", ווי עס שטייט אין פסוק (שמות ט-ג) הנה יד ה' וגו'].

(יד) וַתִּשֶּׂנָה קוֹלָן וַתִּבְכֶּינָה עוֹד און זיי האבן אויפגעהויבן זייער שטימען און זיי האבן (ווידער) געוויינט וַתִּשַּׁק עָרְפָּה לַחֲמוֹתָהּ און ערפה האט געקישט איר שוויגער וְרוּת דָּבְקָה בָּהּ: און רות האט זיך באהאפטן (געבליבן אנגעקלעב) אין איהר.

(טו) וַתֹּאמֶר האט נעמי געזאגט הִנֵּה שָׁבָה יְבִמְתֵּךְ אֶל עַמָּהּ וְאֶל אֱלֹהֶיהָ אט (זעה) דיין שוועגערן האט זיך אומגעקערט צו איהר פאלק און צו איהר גאט [דער ווארט "שבה" איז טעמו למעלה (די טראפ איז אויף איינס פארן לעצטן הברה) ווייל עס איז טייטש "זי האט זיך אומגעקערט" אבער ווען עס איז טעמו למטה (דער טראפ איז אויף די לעצטע הברה פון דעם ווארט) דעמאלס איז טייטש זי פלעגט זיך אומקערן ווי עס שטייט אין מגילת אסתר "ובבוקר היא שבה" אין אזוי איז דער כלל אומעטום] שׁוּבִי אַחֲרֵי יְבִמְתֵּךְ: קער זיך נאך דיין שוועגערן.

(טז) [חז"ל דרש'ענען פון דער קומענדיגע פסוק אז א גר וואס קומט זיך מגייר זיין טוט מען איהם מודיע זיין עטליכע עונשים, כדי אז אויב ער זעהט אז עס איז צו שווער זאל ער נאך יעצט קענען צוריק צוען, ווייל שפעטער ווען ער איז שוין א גר קען ער שוין קיינמאהל נישט צוריק ווערען א גוי, ווי מיר וועלען זעהן פון די קומענדיגע ווערטער אז נעמי האט איר מודיע געווען פארשידענע הלכות] וַתֹּאמֶר רוּת האט רות געענטפערט אַל תִּפְגְּעִי בִי לְעָזְבֵךְ לָשׁוּב מֵאַחֲרָיִךְ דו זאלסט מיך נישט צופיל בעטן צו פארלאזן דיך, איך זאל צוריקטרעטן פון דיר כִּי אֶל אֲשֶׁר תֵּלְכִי אֵלֵךְ ווייל צו אלעם ווי אהין דו וועסט גיין וועל איך נאכגיין [נעמי האט איר געזאגט אז מיר יודן טאהרן נישט ארויסגיין פון דער תחום שבת, האט איר רות געענטפערט "אל אשר תלכי אלך" ווי דו וועסט גיין אום שבת וועל איך גיין, דאס הייסט איך נעם זיך פאר אלע מצוות פון די תורה און אפילו דער מצות פון נישט ארויסגיין פון דער תחום] וּבַאֲשֶׁר תָּלִינִי אָלִין און ווי דו וועסט נעכטיגן וועל איך אויך נעכטיגן [נעמי האט איר געזאגט אז ביי אונז איז דא אן איסור פון יחוד, דאס הייסט אז א פרוי טאהר נישט זיין אין איין הויז מיט א פרעמדע מאן, האט רות געענטפערט "באשר תליני אלין" איך וועל אויך נישט עובר זיין אויף דעם איסור פון יחוד און איך וועל ח"ו נישט נעכטיגן אין א פרעמדע הויז] עַמֵּךְ עַמִּי דיין פאלק איז מיין פאלק [נעמי האט איר געזאגט, אונזער פאלק מוז מקיים זיין 613 מצוות אנדערש ווי אלע פעלקער וואס זיי האבן נישט די אלע מצוות, האט רות געענטפערט "עמך עמי" איך וועל אויך מקיים זיין די 613 מצוות איך וועל אויך זיין א יוד] וֵאלֹהַיִךְ אֱלֹהָי: און דיין גאט איז אויך מיין גאט [נעמי האט איר געזאגט אז מיר טאהרן נישט דינען קיין עבודה זרה, האט רות געענטפערט "אלוקים אלקי" איך וועל אויך נאר דינען דער אייבערשטער]

(יז) בַּאֲשֶׁר תָּמוּתִי אָמוּת דארט ווי דו וועסט שטארבן וועל איך אויך שטארבן [נעמי האט איר געזאגט, ביי אונז יודן איז דא אויף עטליכע עבירות ארבע מיתות בית דין, האט זי געענטפערט "באשר תמותי אמות" איך נעם אויף מיר אויך די אלע מיתות אויב איך וועל ח"ו זינדיגן] וְשָׁם אֶקָּבֵר און דארט וועל איך אויך באגראבן ווערן [נעמי האט איר געזאגט אז בית דין האט צוויי אנדער קברים, עקסטער פאר די וואס באקומען "סקילה און שריפה" און עקסטער פאר די וואס באקומען "הרג און חנק" האט זי אויף דעם געענטפערט "ושם אקבר". כֹּה יַעֲשֶׂה יי לִי אזוי זאל מיר דער אייבערשטער טוהן וְכֹה יֹסִיף און אזוי נאך מערן כִּי הַמָּוֶת יַפְרִיד בֵּינִי וּבֵינֵךְ: ווייל נאר די טויט וועט צושיידן צווישען מיר און דיר.

(יח) וַתֵּרֶא כִּי מִתְאַמֶּצֶת הִיא לָלֶכֶת אִתָּהּ און זי האט געזעהן אז זי האלט זיך פעסט מיט צו גיין מיט איר וַתֶּחְדַּל לְדַבֵּר אֵלֶיהָ: האט זיך אויפגעהערט צו רעדן צו איהר [פון דא לערנען חז"ל אז אויב מען זעהט אז דער גר וויל טאקע, זאל מען איהם נישט דערגיין די יאהרן, נאר מען זאל איהם אננעמען].

(יט) וַתֵּלַכְנָה שְׁתֵּיהֶם און זיי זענען ביידער געגאנגן [ר' אבהו האט געזאגט: קום און זעה, ווי ווייט חשוב זענען גרים, ביים רבונו של עולם, אז וויבאלד זי האט טאקע אנגענומען צו ווערען א יוד, האט שוין די תורה איר צוגעגליכן פונקט דער זעלבע ווי נעמי, ווי עס שטייט "ותלכנה שתיהם"] עַד בֹּאָנָה בֵּית לָחֶם ביז זיי זענען אנגעקומען קיין בית לחם וַיְהִי כְּבֹאָנָה בֵּית לֶחֶם און עס האט פאסירט אזוי ווי זיי זענען אנגעקומען קיין בית לחם וַתֵּהֹם כָּל הָעִיר עֲלֵיהֶן האט דער גאנצע שטאט געטומעלט מיט זיי [חז"ל זאגן אז אין יענע טאג איז די ווייב פון בועז נפטר געווארן, און אלע זענען צוזאמען געקומען צו די לויה] וַתֹּאמַרְנָה הֲזֹאת נָעֳמִי: און די פרויען האבן געזאגט: "איז דאס נעמי" [קוק וואס איז געשעהן מיט איר ווייל זי איז ארויסגעגאנגען פון ארץ ישראל. די מפרשים זענען מפרש רש"י אזוי, איר מאן האט נישט באקומען דעם עונש פארן ארויסגיין פון ארץ ישראל, ווייל ער האט געמעגט ארויסגיין ווייל ווען עס איז דא א הונגער מעג מען ארויס גיין, ווי מיר טרעפן ביי די אבות הק', איז ער האט באקומען דעם עונש ווייל ער האט נישט געוואלט מפרנס זיין די מענטשען פון ארץ ישראל, אבער זי האט יא פארגינט, אבער זי האט נישט געמעגט געבן קיין צדקה אהן די רשות פון איהר מאן, ע"כ האט זי נאר באקומן דעם עונש ווייל זי איז ארויס פון ארץ ישראל צו חוץ לארץ, זי וואלט געדארפט בלייבן אינדערהיים].
(כ) וַתֹּאמֶר אֲלֵיהֶן האט זיך געזאגט צו זיי אַל תִּקְרֶאנָה לִי נָעֳמִי רופט מיך נישט נעמי קְרֶאןָ לִי מָרָא רופט מיך בעסער "מרא" כִּי הֵמַר שַׁדַּי לִי מְאֹד: ווייל דער אלמעכטיגער גאט האט מיר זייער פארביטערט.

(כא) אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי יי איך בין אוועקגעגאנגען פיל, און ליידיג האט מיר דער אייבערשטטער צוריק אומגעקערט לָמָּה תִקְרֶאנָה לִי נָעֳמִי פארוואס זאלט איר מיר רופן נעמי וַיי עָנָה בִי ווען דער אייבערשטער האט מיר געלאזט איבערצייגן אין שיין שטראף וְשַׁדַּי הֵרַע לִי: און דער אלמעכטיגער גאט האט מיר שלעכטס געטהון.

(כב) וַתָּשָׁב נָעֳמִי אזוי האט זיך נעמי צוריקגעקערט וְרוּת הַמּוֹאֲבִיָּה כַלָּתָהּ עִמָּהּ און רות איהר שניר פון מואב הַשָּׁבָה מִשְּׂדֵי מוֹאָב וועלכע האט זיך אומגעקערט פון שדי מואב וְהֵמָּה בָּאוּ בֵּית לֶחֶם און זיי זענען אנגעקומען קיין בית לחם בִּתְחִלַּת קְצִיר שְׂעֹרִים: אין דער צייט פון אין אנהייב פון גערשטן שניט. [אין די צייט וואס מען שניידט די עומר, וואס קומט פון שעורים]

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

רות עברי טייטש עם ביאורו של רש"י Empty פרק ב'

הודעה על ידי גערטנער Fri Jun 05, 2009 3:12 pm

(א) וּלְנָעֳמִי און צו נעמי איז געווען (מידע) מוֹדַע לְאִישָׁהּ א פריינד פון איר מאן (אלימלך) [ער איז געווען זיי משפחה, ווייל חז"ל זאגן אונז אז אלימלך, שַׂלמון דער טאטע פון בועז, און פלוני אלמוני דער אויסלייזער, און דער טאטע פון נעמי, זענען אלע געווען קינדער פון נחשון בן אמינדב, און דאך איז דער זכות נישט בייגעשטאנען פאר דעם וואס ער איז ארויס פון ארץ ישראל-און נישט מפרנס געווען די יודן אין ארץ ישראל] אִישׁ גִּבּוֹר חַיִל א העלדישע מאן מִמִּשְׁפַּחַת אֱלִימֶלֶךְ פון אלימלך'ס משפחה וּשְׁמוֹ בֹּעַז: און זיין נאמען איז "בועז".

(ב) וַתֹּאמֶר רוּת הַמּוֹאֲבִיָּה אֶל נָעֳמִי האט רות פון מואב געזאגט צו נעמי אֵלְכָה נָּא הַשָּׂדֶה לאז מיר יעצט גיין אין פעלד וַאֲלַקֳטָה בַשִּׁבֳּלִים און איך וועל קלויבן די איבערגעבליבענע זאנגען אַחַר אֲשֶׁר אֶמְצָא חֵן בְּעֵינָיו נאך אזעלכע וואס איך וועל געפינען חן אין זיינע אויגן [איך וועל נאר נאכגיין נאך אזעלכע וואס וועלן מיר נישט נאכשרייען] וַתֹּאמֶר לָהּ לְכִי בִתִּי: האט נעמי געזאגט: "גיי מיין טאכטער".

(ג) וַתֵּלֶךְ וַתָּבוֹא זי איז אוועקגעגאנגען און זי איז געקומען [זי איז אריין און ארויס אריין און ארויס, כדי צו מאכן סימנים און ציונים, אז זי זאל געדענקען דער וועג ארויס, כדי אז זי זאל נישט פארבלאנדז'עט ווערן] וַתְּלַקֵּט בַּשָּׂדֶה און זי האט געקליבן אין פעלד אַחֲרֵי הַקֹּצְרִים אונטער די תבואה שניידערסוַיִּקֶר מִקְרֶהָ און עס האט איר אנגעטראפן [אז פונקט האט זי אנגעטראפן] חֶלְקַת הַשָּׂדֶה לְבֹעַז דאס שטיקל פעלד וואס האט געהערט צו בועז אֲשֶׁר מִמִּשְׁפַּחַת אֱלִימֶלֶךְ: וואס איז פון אלימלך'ס משפחה.

(ד) וְהִנֵּה בֹעַז בָּא מִבֵּית לֶחֶם און אט איז בועז געקומען פון די שטאט בית לחם וַיֹּאמֶר לַקּוֹצְרִים און ער האט געזאגט צו די תבואה שניידערס יי עִמָּכֶם דער אייבערשטער איז מיט אייך! וַיֹּאמְרוּ לוֹ יְבָרֶכְךָ יי: האבן זיי צוריקגעזאגט: דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן.

(ה) וַיֹּאמֶר בֹּעַז לְנַעֲרוֹ און בועז האט געזאגט צו זיין יונגע אויפזעהר הַנִּצָּב עַל הַקּוֹצְרִים וואס איז געווען געשטעלט איבער די תבואה שניידערס לְמִי הַנַּעֲרָה הַזֹּאת: וועמען'ס איז אט די יונגע פרוי? [פרעגן חז"ל איז דען די שטייגער געווען פון בועז זיך נאכצופרעגן אויף פרויען? נאר בועז האט געזען אז רות האט זיך אויפגעפירט זייער זייער צניעות'דיג]

(ו) וַיַּעַן הַנַּעַר הַנִּצָּב עַל הַקּוֹצְרִים האט די יונגע אויפזעהר וואס איז געשטעלט איבער די תבואה שניידערס געענטפערט וַיֹּאמַר און ער האט געזאגט נַעֲרָה מוֹאֲבִיָּה הִיא זי איז א יונגע פרוי פון מואב הַשָּׁבָה עִם נָעֳמִי מִשְּׂדֵה מוֹאָב: וואס האט זיך צוריק געקערט מיט נעמי פון די פעלד פון מואב. [דא איז אויך טעמו למעלה ווייל דא איז דאס אויך א לשון עבר]

(ז) וַתֹּאמֶר זי האט געטראכט [אין הארץ]: אֲלַקֳטָה נָּא לאז מיר קלויבן וְאָסַפְתִּי בָעֳמָרִים און צונויפזאמלען צווישען די בינטלעך תבואה אַחֲרֵי הַקּוֹצְרִים אונטער די תבואה שניידערס וַתָּבוֹא זי איז געקומען וַתַּעֲמוֹד זי שטייט אזוי מֵאָז הַבֹּקֶר וְעַד עַתָּה זינט די פרימארגן ביז יעצט זֶה שִׁבְתָּהּ הַבַּיִת מְעָט: דאס וואס זי האט זיך אוועקגעזעצט אין שטוב, איז נאר פאר אביסל.

(ח) וַיֹּאמֶר בֹּעַז אֶל רוּת האט בועז געזאגט צו רות הֲלוֹא שָׁמַעַתְּ בִּתִּי האטס דאך געהערט מיין טאכטער אַל תֵּלְכִי לִלְקֹט בְּשָׂדֶה אַחֵר דו זאלסט נישט גיין קלויבן אין אן אנדערע פעלד וְגַם לֹא תַעֲבוּרִי מִזֶּה און דו זאלסט אויך נישט אוועק גיין פון דא וְכֹה תִדְבָּקִין עִם נַעֲרֹתָי: נאר דו זאלסט זיך באהעפטן מיט מיינע יונגע פרויען.

(ט) עֵינַיִךְ בַּשָּׂדֶה אֲשֶׁר יִקְצֹרוּן דיינע אויגן (זאלסטו לייגן) אויף די פעלד וואס זיי שניידן וְהָלַכְתְּ אַחֲרֵיהֶן און דו זאלסט גיין אונטער זיי הֲלוֹא צִוִּיתִי אֶת הַנְּעָרִים איך האב דאך באפוילן די יונגען לְבִלְתִּי נָגְעֵךְ אז מען זאל דיר קיין ריר נישט טוהן וְצָמִת און [אויב] דו וועסט דארשטן וְהָלַכְתְּ אֶל הַכֵּלִים וְשָׁתִית זאלסטו גלייך גיין צו די כלים און דו זאלסט טרינקען מֵאֲשֶׁר יִשְׁאֲבוּן הַנְּעָרִים: פון ווי די יונגען שעפן.

(י) וַתִּפֹּל עַל פָּנֶיהָ איז זי געפאלן אויף איר פנים וַתִּשְׁתַּחוּ אָרְצָה און זי האט זיך געבוקט צו די ערד וַתֹּאמֶר אֵלָיו און זי האט איהם געזאגט מַדּוּעַ מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ לְהַכִּירֵנִי וואס עפעס האב איך געפונען חן אין דיינע אויגן זיך מיר באקאנט צו מאכן וְאָנֹכִי נָכְרִיָּה: איך בין דאך א פרעמדע.

(יא) וַיַּעַן בֹּעַז וַיֹּאמֶר לָהּ האט בועז געענטפערט און ער האט געזאגט צו איר: הֻגֵּד הֻגַּד לִי עס איז מיר דערציילט געווארן כֹּל אֲשֶׁר עָשִׂית אֶת חֲמוֹתֵךְ אלעס וואס דו האסט געטוהן מיט דיין שוויגער אַחֲרֵי מוֹת אִישֵׁךְ נאך דיין מאן'ס טויט וַתַּעַזְבִי אָבִיךְ וְאִמֵּךְ וְאֶרֶץ מוֹלַדְתֵּךְ האסטו פארלאסט דיין פאטער און דיין מוטער און דאס לאנד פון דיין געבורט וַתֵּלְכִי אֶל עַם אֲשֶׁר לֹא יָדַעַתְּ תְּמוֹל שִׁלְשׁוֹם: און דו האסט דיך געלאזט גיין צו א פאלק וואס דו האסט נישט געקענט פון נעכטן און אייער נעכטן.

(יב) יְשַׁלֵּם יי פָּעֳלֵךְ זאל דער אייבערשטער דיר באצאלן פאר דיין ווערק וּתְהִי מַשְׂכֻּרְתֵּךְ שְׁלֵמָה און זאלן דיין פארדינסטן זיין גאנץ מֵעִם יי אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל פון דער אייבערשטער דער גאט פון די יודן אֲשֶׁר בָּאת לַחֲסוֹת תַּחַת כְּנָפָיו: וואס דו ביסט געקומען זיך שוצן אונטער זיינע פליגל.

(יג) וַתֹּאמֶר האט זי געזאגט אֶמְצָא חֵן בְּעֵינֶיךָ אֲדֹנִי לאז מיך געפונען אויך ווייטער חן אין דיינע אויגן מיין הער כִּי נִחַמְתָּנִי ווייל דו האסט מיך געטרייסט וְכִי דִבַּרְתָּ עַל לֵב שִׁפְחָתֶךָ ווען דו האסט גערעדט צום הארץ פון דיין דינסט וְאָנֹכִי לֹא אֶהְיֶה כְּאַחַת שִׁפְחֹתֶיךָ: און איך געהער דאך נישט צו זיין אפילו ווי איינער פון דיינע דינסטן [איך בין נישט חשוב אפילו ווי איינער פון דיינע שפחות].

(יד) וַיֹּאמֶר לָה בֹעַז און בועז האט געזאגט צו איר לְעֵת הָאֹכֶל צו דער צייט פון עסן גּשִׁי הֲלֹם קום אהער נענטער וְאָכַלְתְּ מִן הַלֶּחֶם און וועסט עסן פון דעם ברויט וְטָבַלְתְּ פִּתֵּךְ בַּחֹמֶץ און וועסט איינטונקען דיין ביסן אין זויערס [פון דא זעהן מיר אז זויערס איז גוט אויב מען איז זייער הייס] וַתֵּשֶׁב מִצַּד הַקּוֹצְרִים זי האט זיך אוועקגעזעצט ביי די זייט פון די שניידערס וַיִּצְבָּט לָהּ קָלִי און ער האט איר דערלאנגט א הויפן געברענטע זאנגען וַתֹּאכַל וַתִּשְׂבַּע וַתֹּתַר: און זי האט געגעסן און זי איז זאט געווארן און זי האט פון דעם נאך איבער געלאזט.

(טו) וַתָּקָם לְלַקֵּט ווען זי איז אויפגעשטאנען צו קלויבן וַיְצַו בֹּעַז אֶת נְעָרָיו לֵאמֹר האט בועז באפוילן זיינע יונגען אזוי צו זאגן גַּם בֵּין הָעֳמָרִים תְּלַקֵּט אויך צווישען די בינטליך זאל זי מעגן קלויבן וְלֹא תַכְלִימוּהָ: און איהר זאלט איר דערפאר נישט פארשעמען.

(טז) וְגַם שֹׁל תָּשֹׁלּוּ לָהּ און אויך זאלט איהר זיך מאכן פארגעסען פאר איר'ט וועגן [נאך א פשט - מאכן אראפפאלן] מִן הַצְּבָתִים פון די קליינע בינטלעך וַעֲזַבְתֶּם און איר זאלט עס איבערלאזן וְלִקְּטָה און זי זאל קלויבן וְלֹא תִגְעֲרוּ בָהּ: און איר זאלט איר נישט אנשרייען.

(יז) וַתְּלַקֵּט בַּשָּׂדֶה עַד הָעָרֶב און זי האט אנגעקליבן אין פעלד ביז'ן אווענט וַתַּחְבֹּט אֵת אֲשֶׁר לִקֵּטָה או זי האט אויסגעקלאפט (אויסגעדראשן) וואס זי האט אנגעקליבן וַיְהִי כְּאֵיפָה שְׂעֹרִים: און עס איז געווען (באשטאנען) ווי אן איפה גערשטן.

(יח) וַתִּשָּׂא זי האט עס גענומען וַתָּבוֹא הָעִיר און זי איז געקומען אין שטאט אריין וַתֵּרֶא חֲמוֹתָהּ איר שוויגער האט געזעהן אֵת אֲשֶׁר לִקֵּטָה וואס זי האט אנגעקליבן וַתּוֹצֵא האט זי (אויך) ארויסגענומען וַתִּתֶּן לָהּ און האט איר געגעבן אֵת אֲשֶׁר הוֹתִרָה מִשָּׂבְעָהּ: וואס זי האט איבערגעלאזן נאך איר עסן צו די זעט.

(יט) וַתֹּאמֶר לָהּ חֲמוֹתָהּ איר שוויגער האט איר געזאגט אֵיפֹה לִקַּטְתְּ הַיּוֹם ווי האסטו געקליבן היינט וְאָנָה עָשִׂית און ווי האסטו געארבייט יְהִי מַכִּירֵךְ בָּרוּךְ זאל זיין געבענטשט דער קענער (ווער עס האט זיך אין אייך אומגעקוט) וַתַּגֵּד לַחֲמוֹתָהּ זי האט דערציילט איר שוויגער אֵת אֲשֶׁר עָשְׂתָה עִמּוֹ אלעס וואס זי האט זיך איינגעהאדעלט ביי איהם וַתֹּאמֶר זי האט געזאגט שֵׁם הָאִישׁ דער נאמען פון דעם מענטש אֲשֶׁר עָשִׂיתִי עִמּוֹ הַיּוֹם וואס איך האב ביי איהם געארבייט היינט בֹּעַז: איז בועז.

(כ) וַתֹּאמֶר נָעֳמִי לְכַלָּתָהּ האט נעמי געזאגט צו איר שניר בָּרוּךְ הוּא לַיי געלויבט איז ער צום אייבערשטן אֲשֶׁר לֹא עָזַב חַסְדּוֹ וואס ער האט נישט פארלאזט זיינע גענאדע אֶת הַחַיִּים וְאֶת הַמֵּתִים פון די לעבעדיגע און פון די געשטארבענע וַתֹּאמֶר לָהּ נָעֳמִי און נעמי האט איר (דערביי אויך) געזאגט קָרוֹב לָנוּ הָאִישׁ דער מאן איז אונזער א נאנטער מִגֹּאֲלֵנוּ הוּא: ער איז פון אונזער אויסלייזער (ער דארף באפרייען אונזער ארבטייל).

(כא) וַתֹּאמֶר רוּת הַמּוֹאֲבִיָּה רות די מואב'ישע האט געזאגט גַּם כִּי אָמַר אֵלַי ער האט מיך אויך אנגעזאגט עִם הַנְּעָרִים אֲשֶׁר לִי נאר מיט די יונגע פרויען וואס זענען אויך ביי מיר תִּדְבָּקִין זאלסטו דיך אנהאלטן (זיך האלטען נאנט) עַד אִם כִּלּוּ אֵת כָּל הַקָּצִיר אֲשֶׁר לִי: ביז עס וועט זיך ענדיגן די גאנצע שניט וואס עס איז ביי מיר.

(כב) וַתֹּאמֶר נָעֳמִי אֶל רוּת כַּלָּתָהּ האט נעמי געזאגט צו רות איר שניר טוֹב בִּתִּי עס איז טאקע גוט אזוי מיין טאכטער כי תצאי עם נעֲרוֹתָיו אז דו זאלסט נאר ארויסגיין מיט זיינע יונגע פרויען וְלֹא יִפְגְּעוּ בָךְ בְּשָׂדֶה אַחֵר: כדי מען זאל זיך נישט אנטרעפן מיט דיר אין אן אנדער פעלד (פרעמדע פעלדער).

(כג) וַתִּדְבַּק בְּנַעֲרוֹת בֹּעַז זי האט זיך באהאפטן (אנגעהאלטן) מיט די יונגע פרויען ביי בועז לְלַקֵּט צו קלויבן עַד כְּלוֹת קְצִיר הַשְּׂעֹרִים ביז צום ענדע פון די גערשטן שניט וּקְצִיר הַחִטִּים און די ווייצן שניט וַתֵּשֶׁב אֶת חֲמוֹתָהּ: און זי האט זיך אויפגעהאלטען מיט איר שוויגער.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

רות עברי טייטש עם ביאורו של רש"י Empty פרק ג'

הודעה על ידי גערטנער Fri Jun 05, 2009 3:13 pm

(א) וַתֹּאמֶר לָהּ נָעֳמִי חֲמוֹתָהּ האט איר שוויגער נעמי געזאגט צו איהר בִּתִּי מיין טאכטער הֲלֹא אֲבַקֶּשׁ לָךְ מָנוֹחַ איך זיך דאך דיר אן אפריה אֲשֶׁר יִיטַב לָךְ: וואס זאל דיר גוט זיין.

(ב) וְעַתָּה און יעצט הֲלֹא בֹעַז מֹדַעְתָּנוּ בועז איז דאך אונזער'ס א באקאנטער [אונזער א קרוב] אֲשֶׁר הָיִית אֶת נַעֲרוֹתָיו ביי וועם דו פלעגסט פאררברענגען מיט זיינע יונגע פרויען הִנֵּה הוּא זֹרֶה אֶת גֹּרֶן הַשְּׂעֹרִים הַלָּיְלָה: אט ווינטשויפלט ער די גערשטן אינעם שייער ביינאכט. [ווייל דער דור איז געווען איינגעוואוינט אין גזל, פלעגט ער נעכטיגן אין דעם שייער, צו אכטונג געבן פון גנבים]

(ג) וְרָחַצְתְּ זאלסט דיך ארומוואשן [פון עבודה זרה] וָסַכְתְּ און באזאלבן [דאס מיינט מיט מצוות] וְשַׂמְתְּ (שמלתך) שִׂמְלֹתַיִךְ עָלַיִךְ און זאלסט אנטון דיינע [שבת'דיגע] קליידער אויף דיר (וירדתי) וְיָרַדְתְּ הַגֹּרֶן און זאלסט אראפנידערן צום שייער [דער כתיב איז "וירדתי" מיינע זכותים זאלן מיטגיין מיט דיר] אַל תִּוָּדְעִי לָאִישׁ געב דיך נישט צו דערקענען צו דעם מענטש (בועז) עַד כַּלֹּתוֹ לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת: ביז ער וועט אפענדיגן צו עסן און צו טרינקען.

(ד) וִיהִי בְשָׁכְבוֹ ס'וועט זיין ווען ער וועט זיך גיין לייגן וְיָדַעַתְּ אֶת הַמָּקוֹם אֲשֶׁר יִשְׁכַּב שָׁם זאלסטו זעהן אויסצוקענען דאס פלאץ וואו ער וועט זיך לייגן דארט וּבָאת וְגִלִּית מַרְגְּלֹתָיו און זאלסט אהין צוקומען און זאלסט אנטפלעקן זיין צופוסענס (ושכבתי) וְשָׁכָבְתְּ און זאלסט נעכטיגן (דו זאלסט זיין לעבן איהם ווען ער נעכטיגט) וְהוּא יַגִּיד לָךְ אֵת אֲשֶׁר תַּעֲשִׂין: דעמאלס וועט ער דיר זאגן וואס דו זאלסט טוהן.

(ה) וַתֹּאמֶר אֵלֶיהָ האט רות געזאגט צו איר כֹּל אֲשֶׁר תֹּאמְרִי אֵלַי אֶעֱשֶׂה: אלס וואס דו זאגסט צו מיר וועל איך טאן.

(ו) וַתֵּרֶד הַגֹּרֶן און זי האט גענידערט אין שייער וַתַּעַשׂ כְּכֹל אֲשֶׁר צִוַּתָּה חֲמוֹתָהּ: און זי האט געטוהן אלעס וואס די שוויגער האט איר אנגעזאגט.

(ז) וַיֹּאכַל בֹּעַז וַיֵּשְׁתְּ און בועז האט אפגעגעסן און ער האט געטרינקען וַיִּיטַב לִבּוֹ און זיין הארץ איז געווען גוט אויפגעלייגט [ווייל ער האט עוסק געווען אין תורה] וַיָּבֹא לִשְׁכַּב בִּקְצֵה הָעֲרֵמָה און ער איז געקומען זיך לייגן ביים עק פון די תבואה בינטלעך וַתָּבֹא בַלָּט וַתְּגַל מַרְגְּלֹתָיו וַתִּשְׁכָּב: און זי איז אהינגעקומען שטילערהייט און אפגעדעקט זיין צופיססנס און האט זיך געלייגט.

(ח) וַיְהִי בַּחֲצִי הַלַּיְלָה ס'איז געווען צו האלבער נאכט וַיֶּחֱרַד הָאִישׁ און דער מאן (בועז) האט אויפגעציטערט [ווייל ער האט געוואוסט אז דא געפינט זיך נישט קיין מענטשען, האט ער געמיינט אז דאס איז א שד, און ער האט שוין געוואלט אנהייבן צו שרייען אבער:] וַיִּלָּפֵת ער האט זיך אנגעשטויסן אז: וְהִנֵּה אִשָּׁה שֹׁכֶבֶת מַרְגְּלֹתָיו: אט א פרוי ליגט איהם צופונסינס.

(ט) וַיֹּאמֶר האט ער געזאגט מִי אָתְּ ווער ביסטו וַתֹּאמֶר האט זי געזאגט אָנֹכִי רוּת אֲמָתֶךָ איך בין עס דיין דינסט רות, וּפָרַשְׂתָּ כְנָפֶךָ עַל אֲמָתְךָ כִּי גֹאֵל אָתָּה: איך בעט דו זאלסט פארשפרייטן דיינע פליגל איבער דיין דינסט [דאס מיינט אז דו זאלסט מיט מיר חתונה האבן] ווייל דו ביסט דאך אונזער אן אויסלייזער. [דו דארפסט אויסלייזן די פעלד פון מיין מאן און פון מיין שוויגער, און דו דארפסט זיי אויסלייזן, ווי עס שטייט אין פסוק: "ובא גואלו הקרוב אליו וגאל וגו'", וועגען דעם זאלסטו אויך מיר אויסלייזן, און אזוי ווען איך וועל קומען צום פעלד וועט מען ווייטער זאגן "דאס איז דער ווייב פון מחלון"]

(י) וַיֹּאמֶר בְּרוּכָה אַתְּ לַיי בִּתִּי האט ער איר געזאגט, געבענטשט זאלסטו זיין צום אייבערשטען, מיין טאכטער הֵיטַבְתְּ חַסְדֵּךְ הָאַחֲרוֹן מִן הָרִאשׁוֹן האסט נאך בעסער געטון מיט דיין לעצטע גענאדיגן שריט פון דעם ערשטן (וואס דו האסט נישט פארלאזן דיין שוויגער לְבִלְתִּי לֶכֶת אַחֲרֵי הַבַּחוּרִים אִם דַּל וְאִם עָשִׁיר: ביסט נישט נאכגעגאנגען נאך די יונגע לייט סיי אן ארימאן סיי א רייכער.

(יא) וְעַתָּה בִּתִּי אַל תִּירְאִי און אצינד טאכטער מיינע! שרעק זיך נישט כֹּל אֲשֶׁר תֹּאמְרִי אֶעֱשֶׂה לָּךְ איך וועל פאר דיר אלעס טוהן כִּי יוֹדֵעַ כָּל שַׁעַר עַמִּי ווייל אלע אינדרויסנדיגע ווייסען כִּי אֵשֶׁת חַיִל אָתְּ: אז דו ביסט אן ערליכע פרוי.

(יב) וְעַתָּה און יעצט כִּי אָמְנָם כִּי (אם) גֹאֵל אָנֹכִי עס איז אמת אז איך בין אן אויסלייזער וְגַם יֵשׁ גֹּאֵל קָרוֹב מִמֶּנִּי: עס איז אבער דא אן אויסלייזער וואס איז נענטער פון מיר. [מען לייענט נישט "אם" ווייל דאס איז נאר דעם "כתיב", ווייל "כי אם" וואלט געמיינט אז עס איז א ספק, אבער עס איז דאך נישט אזוי, ווייל עס איז זיכער דא א נאנטערע אויסלייזער וואס מען דארף קודם פרעגען צו ער וויל דיר אויסלייזן, ווי רבי יהושע בן לוי האט געזאגט אז שַׂלמון אלימלך און "טוב" זענען געווען ברידער, (און דאס וואס עס שטייט אז בועז האט געזאגט "אשר לאחינו אלימלך" איז נישט שווער ווייל מען קען אנרופן א "פעטער" א "ברודער", ווי עס שטייט ביי אברהם אבינו וועגן לוט "וישמע אברהם כי נשבה אחיו", און אברהם איז דאך געווען לויט'ס פעטער) אזוי אויך איז בועז געווען די פלימעניק פון אלימלך, קומט אויס אז "טוב" איז געווען א נענטערע קרוב, ווייל ער איז געווען א ברודער פון אלימלך, אבער בועז איז נאר געווען א פלימעניק]

(יג) לִינִי הַלַּיְלָה דערפאר בלייבז'שע נעכטיגן איבערנאכט, [און מיר וועלען נישט חתונה האבן] וְהָיָה בַבֹּקֶר ווען ס'וועט זיין אינדעפריה אִם יִגְאָלֵךְ אויב יענער קרוב וועט דיך אויסלייזן טוֹב איז גוט יִגְאָל זאל ער טאקע אויסלייזן וְאִם לֹא יַחְפֹּץ לְגָאֳלֵךְ וּגְאַלְתִּיךְ אָנֹכִי און אויב ער וועט דיך נישט וועלן אויסלייזן וועל איך דיר דעמאלס אויסלייזן חַי יי שִׁכְבִי עַד הַבֹּקֶר: איך שווער אין די נאמען פון דעם אייבערשטן אז דו זאלסט בלייבן איבערנעכטיגן ביז אינדערפריה. [זי האט איהם געזאגט אזוי: "דאס איז נאר א תירוץ וואס דו גיבסט מיר אבער אין אמת'ן ווילסטו נישט חתונה האבן מיט מיר" דערפאר האט ער באלד געשוואירען אז ער מיינט טאקע וואס ער זאגט. נאך א פשט, דער יצר הרע האט געוואלט אז זיי זאלן ח"ו מזנה זיין (וואוינען אהן א חתונה) האט ער געשוואירען צום יצר הרע אז בשום אופן וועט ער נישט וואינען מיט א פרוי אהן א חתונה]

(יד) וַתִּשְׁכַּב (מרגלתו) מַרְגְּלוֹתָיו עַד הַבֹּקֶר זי איז געבליבן נעכטיגן צופיסענס ביז מארגן פרי וַתָּקָם (בטרום) בְּטֶרֶם יַכִּיר אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ און זי איז אויפגעשטאנען איידער א מענטש דערקענט דעם חבר וַיֹּאמֶר ווייל ער האט געזאגט אַל יִוָּדַע כִּי בָאָה הָאִשָּׁה הַגֹּרֶן: עס זאל נישט באוואוסט ווערן אז א פרוי איז געקומען אין שייער. [ער איז אויפגעשטאנען פרי כדי אז קיינער זאל ח"ו איהם נישט חושד זיין אז ער האט געוואינט מיט א פרוי אהן א חתונה]

(טו) וַיֹּאמֶר און ער האט איר געזאגט הָבִי הַמִּטְפַּחַת אֲשֶׁר עָלַיִךְ דערלאנג מיר דאס טיכל וואס איז אויף דיר וְאֶחֳזִי בָהּ און האלט איהר פעסט אהן וַתֹּאחֶז בָּהּ און זי האט עס אנגעהאלטן וַיָּמָד שֵׁשׁ שְׂעֹרִים און ער האט אריינגעמאסטן זעקס גערשטן [דא מיינט דאס נישט זעקס סאה, נאר דא מיינט עס טאקע ממש זעקס שעורים, ווייל עס איז נישט די שטייגער פון א פרוי צו טראגן אזוי פיל. ער האט איר מיט דעם מרמז געווען אז פון זיי וועט ארויסקומען א זוהן (דוד) וואס איז געבענטשט מיט זעקס ברכות "רוח חכמה, ובינה, רוח עצה, וגבורה, רוח דעת, ויראת ה'"] וַיָּשֶׁת עָלֶיהָ און ער האט עס איר ארויפגעלייגט וַיָּבֹא הָעִיר: און ער איז אריינגעקומען אין שטאט.

(טז) וַתָּבוֹא אֶל חֲמוֹתָהּ און זי איז אנגעקומען צוריק צו איר שוויגער וַתֹּאמֶר און זי האט געזאגט מִי אַתְּ בִּתִּי ווי האלט עס מיט דיר, מיין טאכטער! וַתַּגֶּד לָהּ אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה לָהּ הָאִישׁ: און זי האט איר דערציילט אלעס וואס דער מאן האט מיט איר געטאן.

(יז) וַתֹּאמֶר און זי האט ווייטער געזאגט שֵׁשׁ הַשְּׂעֹרִים הָאֵלֶּה נָתַן לִי אט די זעקס גערשטן האט ער מיר געגעבן כִּי אָמַר אֵלַי אַל תָּבוֹאִי רֵיקָם אֶל חֲמוֹתֵךְ: ווייל ער האט מיר געזאגט קום נישט אהיים ליידיג צו דיין שוויגער.
(יח) וַתֹּאמֶר און זי (נעמי) האט געזאגט שְׁבִי בִתִּי בלייב זיצן מיין טאכטער עַד אֲשֶׁר תֵּדְעִין אֵיךְ יִפֹּל דָּבָר ביז דו וועסט קענען קלאהר וויסן וויאזוי די זאך וועט אויספאלן כִּי לֹא יִשְׁקֹט הָאִישׁ כִּי אִם כִּלָּה הַדָּבָר הַיּוֹם: ווייל דער מאן (בועז) וועט נישט רוען ביז ער וועט פארענדיגן די זאך נאך היינט.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

רות עברי טייטש עם ביאורו של רש"י Empty פרק ד'

הודעה על ידי גערטנער Fri Jun 05, 2009 3:14 pm

(א) וּבֹעַז עָלָה הַשַּׁעַר און בועז איז ארויפגעגאנגען צום טויער וַיֵּשֶׁב שָׁם און ער האט זיך דארט אוועקגעזעצט וְהִנֵּה הַגֹּאֵל עֹבֵר און פונקט איז דער אויסלייזער אדורך געגאנגען אֲשֶׁר דִּבֶּר בֹּעַז פון וומען בועז האט ערשט גערעדט וַיֹּאמֶר האט בועז געזאגט סוּרָה שְׁבָה פֹּה קום זעץ זיך אוועק דא פְּלֹנִי אַלְמֹנִי יענער אומבאוויסטער מענטש וַיָּסַר וַיֵּשֵׁב: און ער איז צוגעקומען און ער האט זיך אוועקגעזעצט. [דער נאמען פון דעם מענטש איז געווען "טוב" די תורה דערמאנט נישט זיין נאמען ווייל ער האט איר נישט געוואלט אויסלייזן. דערפאר הייסט ער "אלמוני" ווייל ער איז געווען "אלמון בדברי תורה" דאס מיינט ער האט נישט געוואוסט די הלכה אז דער תורה לאזט נאר נישט חתונה האבן מיט "מואב" אבער מיט א "מואבית" מעג מען יא חתונה האבן, און ער האט געזעגט "פן אשחית נחלתי" אז איך וועל מאכן א פגם אויף מיינע קינדער, אבער דאס איז געווען א טעות].

(ב) וַיִּקַּח עֲשָׂרָה אֲנָשִׁים און ער האט גענומען צען מענטשען מִזִּקְנֵי הָעִיר פון די עלטסטע שטאט לייט וַיֹּאמֶר שְׁבוּ פֹה און ער האט געזאגט זעצט זיך דא אוועק וַיֵּשֵׁבוּ: און זיי האבן זיך אוועק געזעצט

(ג) וַיֹּאמֶר לַגֹּאֵל און ער האט געזאעגט צום אויסלייזער חֶלְקַת הַשָּׂדֶה אֲשֶׁר לְאָחִינוּ לֶאֱלִימֶלֶךְ די שטיקל פעלד וועלכע געהערט צו אונזער פריינד אלימלך מָכְרָה נָעֳמִי האט נעמי פארקויפט הַשָּׁבָה מִשְּׂדֵה מוֹאָב: ווען זי איז צוריקגעקומען פון פעלד פון מואב.

(ד) וַאֲנִי אָמַרְתִּי און איך האב אבער געטראכט אֶגְלֶה אָזְנְךָ לֵאמֹר איך וועל פריער אויפדעקען דיינע אוירען זאגנדיג קְנֵה נֶגֶד הַיּשְׁבִים זאלסט עס קויפן אין געגנווארט פון די וועלכע זיצן דא וְנֶגֶד זִקְנֵי עַמִּי און אין געגנווארט פון די עלטסטע לייט פון מיין פאלק אִם תִּגְאַל אויב ווילסטו אויסלייזן גְּאָל לייז אויס וְאִם לֹא יִגְאַל אויב דו וועסט נישט אויסלייזן הַגִּידָה לִּי זאל מיר גלייך (ואדע) וְאֵדְעָה און איך זאל וויסן כִּי אֵין זוּלָתְךָ לִגְאוֹל ווייל קיין נענטערע קרוב אויסער דיר איז נישט פארהאן וְאָנֹכִי אַחֲרֶיךָ און נאך דיר פאלט די פליכט גלייך אויף מיר וַיֹּאמֶר האט דער קרוב געזאגט אָנֹכִי אֶגְאָל: איך וועל אויסלייזן.

(ה) וַיֹּאמֶר בֹּעַז האט בועז געזאגט בְּיוֹם קְנוֹתְךָ הַשָּׂדֶה מִיַּד נָעֳמִי וּמֵאֵת רוּת הַמּוֹאֲבִיָּה אֵשֶׁת הַמֵּת (קניתי) קָנִיתָה אין דעם זעלבן טאג וואס דו קויפסט די פעלד פון רשות פון נעמי און פון רות די מאבי'שע די פרוי פון פארשטארבענעם, מוזטו עס קויפן [מיט דעם תנאי אז דו וועסט איר נעמען פאר א ווייב כדי:] לְהָקִים שֵׁם הַמֵּת עַל נַחֲלָתוֹ: אויפצושטעלן דעם אנדענק פון געשטארבענעם'ס נאמען אויף זיין ווייטערדיגע ירושה.

(ו) וַיֹּאמֶר הַגֹּאֵל האט אבער דער אויסלייזער געזאגט לֹא אוּכַל (לגאול) לִגְאָל לִי [אויף אזא אופן] קען איך דעס נישט אויסלייזן פאר מיר פֶּן אַשְׁחִית אֶת נַחֲלָתִי טאמער וועל איך דערמיט פארדארבן מיין אייגענע נחלה [עס וועט ארויסקומען א שלעכטע נאמען אויף מיינע קינדער, אז זיי שטאמען פון מואבים. ווי מען האט שוין אויבן געלערנט איז דאס געווען א טעות ווייל חז"ל דרש'ענען דאך מואבי ולא מואבית, אז מען מעג יא חתונה האבן מיט א פרוי פון מואב] גְּאַל לְךָ אַתָּה אֶת גְּאֻלָּתִי לייז דעמאלס דו מיין ירושה רעכט כִּי לֹא אוּכַל לִגְאֹל: ווייל אך קען עס נישט אויסלייזן.

[פארציילט יעצט דער פסוק אז] (ז) וְזֹאת לְפָנִים בְּיִשְׂרָאֵל עַל הַגְּאוּלָּה וְעַל הַתְּמוּרָה און אזוי איז געווען איינגעפירט אין די פריערדיגע צייטן ביי אידן ביים פארקויפן און איינטוישן א זאך] לְקַיֵּם כָּל דָּבָר כדי צו פעסטשטעלען א זאך שָׁלַף אִישׁ נַעֲלוֹ האט איינער אראפגעצויגן זיין שיך וְנָתַן לְרֵעֵהוּ און עס געגעבן זיין חבר וְזֹאת הַתְּעוּדָה בְּיִשְׂרָאֵל: און דאס איז געווען אזא סארט באווייז ציווישן אידן. [דער קנין ווערט אנגערופן א "קנין סודר" (דער שיך איז געווען אנטשטאט א סודר) עס איז דא א מחלוקת אין די גמרא (ב"מ מז.) איין מאן דאמר האלט אז דער קונה הייבט אויף דער כלי פון דעם מקנה, און איין מאן דאמר האלט, אז דער מקנה הייבט אויף די כלי פון דער קונה. מיר פסק'ענען אז דער מקנה הייבט אויף דער כלי פון דער קונה, דא האט דער גואל געגעבן צו בועז].

(ח) וַיֹּאמֶר הַגֹּאֵל לְבֹעַז האט דער קרוב אויסלייזער געזאגט צו בועז קְנֵה לָךְ קויף מיין רעכט וַיִּשְׁלֹף נַעֲלוֹ: און ער האט דערלאנגט זיין שוך.

(ט) וַיֹּאמֶר בֹּעַז לַזְּקֵנִים וְכָל הָעָם און בועז האט געזאגט צו די אלטע לייט און דעם געגנווארט פון דעם גאנצן פאלק עֵדִים אַתֶּם הַיּוֹם איר זייט היינט אלע עדים כִּי קָנִיתִי אֶת כָּל אֲשֶׁר לֶאֱלִימֶלֶךְ אז איך האב אפגעקויפט אלע ירושה רעכטן וואס געהערטן צו אלימלך וְאֵת כָּל אֲשֶׁר לְכִלְיוֹן וּמַחְלוֹן און אלעס וואס געהערט צו כליון און מחלון מִיַּד נָעֳמִי: פון נעמי'ס האנט.

(י) וְגַם אֶת רוּת הַמֹּאֲבִיָּה און אויך די פרוי רות פון מואב אלס א ווייב אֵשֶׁת מַחְלוֹן די פרוי פון פארשטארבענעם מחלון קָנִיתִי לִי לְאִשָּׁה האב איך מיר געקויפט פאר א ווייב לְהָקִם שֵׁם הַמֵּת עַל נַחֲלָתוֹ בכדי צו דערהאלטן דעם פארשארטבענעמ'ס נאמען אויף זיין ירושה טייל [כדי אז ווען זי וועט זיך דרייען אויף זיין נחלה וועלען מענטשען זאגן "דאס איז געווען די ווייב פון מחלון" און אזוי וועט זיין נאמען דערמאנט ווערען אויף איהר] וְלֹא יִכָּרֵת שֵׁם הַמֵּת מֵעִם אֶחָיו וּמִשַּׁעַר מְקוֹמוֹ עס זאל נישט אפגעשניטן ווערן דער נאמען פון געשטארבענעם פון צוויישן זיינע ברידער און פון טויער פון זיין שטאט עֵדִים אַתֶּם הַיּוֹם: איר זענט אלע עדות דערויף!

(יא) וַיֹּאמְרוּ כָּל הָעָם אֲשֶׁר בַּשַּׁעַר וְהַזְּקֵנִים האט דאס גאנצע פאלק וועלכע האבן זיך פארזאמלט ביים טויער, און די אלטע לייט, געזאגט עֵדִים מיר זענען עדים יִתֵּן יי אֶת הָאִשָּׁה הַבָּאָה אֶל בֵּיתֶךָ זאל דער אייבערשטער געבען די פרוי וואס קומט אצינד אריין אין דיין שטוב כְּרָחֵל וּכְלֵאָה ווי רחל און ווי לאה אֲשֶׁר בָּנוּ שְׁתֵּיהֶם אֶת בֵּית יִשְׂרָאֵל וואס ביידע האבן אויפגעבויעט דאס אידישע הויז געזינט [כאטש ער איז ארויס פון יהודה פון די קינדער פון לאה, דאך האט ער מודה געווען אז רחל איז געווען די "עקרת הבית", דערפאר האט ער דערמאנט רחל פאר לאה] וַעֲשֵׂה חַיִל בְּאֶפְרָתָה און זאלסט טאהן העלדישקייטף אין "אפרת" וּקְרָא שֵׁם בְּבֵית לָחֶם: און זאלסט קריגן אן אויסגערופענעם נאמען אין "בית לחם" [דאס מיינט אז דיין נאמען זאל גרויס ווערען].

(יב) וִיהִי בֵיתְךָ כְּבֵית פֶּרֶץ דיין הויז זאל זיין געראטן ווי דאס הויז פון דיין זיידן פרץ אֲשֶׁר יָלְדָה תָמָר לִיהוּדָה וועמען "תמר" האט געבוירן צו יהודה מִן הַזֶּרַע אֲשֶׁר יִתֵּן יי לְךָ מִן הַנַּעֲרָה הַזֹּאת: פון די קינדער וואס דער אייבערשטער וועט דיר געבען אצינד פון די יונגע פרוי.

(יג) וַיִּקַּח בֹּעַז אֶת רוּת בועז האט גענומען די רות וַתְּהִי לוֹ לְאִשָּׁה זי איז אים געווארן א ווייב וַיָּבֹא אֵלֶיהָ און ער האט מיט איהר חתונה געהאט וַיִּתֵּן יי לָהּ הֵרָיוֹן און דער אייבערשטער האט איהר געגעבן צו טראגן. וַתֵּלֶד בֵּן: און זי האט געבוירען א זוהן.

(יד) וַתֹּאמַרְנָה הַנָּשִׁים אֶל נָעֳמִי און די ווייבער האבן געזאגט צו נעמי בָרוּךְ יי אֲשֶׁר לֹא הִשְׁבִּית לָךְ גֹּאֵל הַיּוֹם געלויבט איז דער אייבערשטער וואס האט דיר נישט געלאזט צישטערן קיין אויסלייזער היינט וְיִקָּרֵא שְׁמוֹ בְּיִשְׂרָאֵל: און זיין נאמען וועט ווערען אויסגערופן צווישען יודן.

(טו) וְהָיָה לָךְ לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ און ער וועט זיין צו דערפרישן דיין נשמה וּלְכַלְכֵּל אֶת שֵׂיבָתֵךְ דיך צו באזארגן אויף דער עלטער כִּי כַלָּתֵךְ אֲשֶׁר אֲהֵבַתֶךְ ווייל דיין ליבע שנור יְלָדַתּוּ האט אים געבוירן אֲשֶׁר הִיא טוֹבָה לָךְ מִשִּׁבְעָה בָּנִים: וואס זי דארף דיר זיין בעסער פון זיבן זוהן.

(טז) וַתִּקַּח נָעֳמִי אֶת הַיֶּלֶד און נעמי האט גענומען דאס קינד וַתְּשִׁתֵהוּ בְחֵיקָהּ און זי האט איהם געהאלטן און שויס וַתְּהִי לוֹ לְאֹמֶנֶת: און זי איז איהם געווארן אן ערציערען.

(יז) וַתִּקְרֶאנָה לוֹ הַשְּׁכֵנוֹת שֵׁם לֵאמֹר און די שכנות האבן איהם גערופן א נאמן אזוי צו זאגן יֻלַּד בֵּן לְנָעֳמִי אשטייגער ווי דאס קינד איז געבוירן געווארן צו נעמי וַתִּקְרֶאנָה שְׁמוֹ עוֹבֵד און זיי האבן איהם גערופן ביים נאמען "עובד" הוּא אֲבִי יִשַׁי אֲבִי דָוִד: דאס איז דער פאטער פון ישי, דער פאטער פון דוד.
(יח) וְאֵלֶּה תּוֹלְדוֹת פָּרֶץ און דאס זענען די קינדער פון פרץ [וויבאלד מען האט מייחס געווען דוד נאך רות המואביה האט די תורה נאכאמאהל איהם מייחס געווען אז ער שטאמט פון שבט יהודה] פֶּרֶץ הוֹלִיד אֶת חֶצְרוֹן: פרץ האט געבוירן דעם חצרון.

(יט) וְחֶצְרוֹן הוֹלִיד אֶת רָם חצרון האט געבורין דעם רם וְרָם הוֹלִיד אֶת עַמִּינָדָב: און רם האט געבוירן דעם עמינדב.

(כ) וְעַמִּינָדָב הוֹלִיד אֶת נַחְשׁוֹן עמינדב האט געבורין דעם נחשון וְנַחְשׁוֹן הוֹלִיד אֶת שַׂלְמָה: נחשון האט געברוין דעם שַׂלמה.

(כא) וְשַׂלְמוֹן הוֹלִיד אֶת בֹּעַז און שַׂלמה האט געבוירען דער בועז וּבֹעַז הוֹלִיד אֶת עוֹבֵד: און בועז האט געבוירן דעם עובד

(כב) וְעֹבֵד הוֹלִיד אֶת יִשָׁי און עובד האט געבוירען דעם ישי וְיִשַׁי הוֹלִיד אֶת דָּוִד: און ישי האט געבוירען דעם דוד (דוד מלך ישראל)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה