הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

דער נעא-חסיד

+5
גערטנער
וועלוול כהן
פעדלער
חאצקל
קרעזי
9 posters

Go down

דער נעא-חסיד Empty דער נעא-חסיד

הודעה על ידי קרעזי Mon Jun 01, 2009 12:14 pm

"ניין עלעווען העס ריעללי טשענדזשד אור לייווס" האט די שטימע פון אן אלטער אריינרופער געמאכט איר וועג דורך די צוויי רונדיגע לעכער אויפן אלטן ראדיא. דער אנפירער פונעם פראגראם – א גוי מיטן נאמען "שאן הענעטי" - האט ווייטער פארגעזעצט דעם שמועס, אבער משה האט דאס שוין נישט געהערט וויבאלד זיינע פוסטריט האבן זיך שוין היבש דערווייטערט פון ארט.

זיין זילבערנע זייגער איז אויפגעדעקט געווארן, און האבן זיך אנגעטראפן אין א פאר מידע אויגן. דער ראלעקס האט געגעבן אנצוהערן אז אין נאך א שטונדע וועט דער זון אוועקגעבן איר פלאץ פאר די נאכט, און שבת וועט פאראליזירן די וואכעדיגע ווירטשאפט און איינהילן די שטאט אין א סארט דערהויבענע אטמאספערע. זיינע הענט האבן אינסטינקטיוו זיך געלאזט צו די שליסלען פון אויטאמאביל, און מיט א דריק אויפן קנעפל האט דער לוקסוס קאר אריינגעלאזט איר אייגנטימער זיצן אויף די אנגעהיצטע לעדערנע פאטעלן.

מיט א דריי האט ער דער מאשין ארויסגעלאזט א ברום, וועלכער האט נישט אנגעהאלטן פאר לאנג, איבערלאזנדיג א שטילקייט אויף די פיהר פלעצער און דער איינציגער מאן וואס האט זיך געפונען צווישן זיי. די טיר איז פארמאכט געווארן מיט א קלאפ, און דער פיהר רעדער האבן אנגענומען א לעבן, און אנגעהויבן זייער גאלאפ איבער די שטאטישע גאסן.

ביז עטליכע מינוט, נאכדעם וואס די איינציגע פאר אויערן האבן צוגעלייגט קאפ צו די טראפיק באריכטן, האט איין האנט געפירט די פאדערשטע צוויי רעדער אין א שמאלן שטעג וואס האט זיי אריינגעשלעפט אין א הויפט שטראז. מיט די צווייטע האנט האט משה א דריק געטון אויף א גרויסן קנאפ, מיטן נומער צוויי, וואס האט אים צוריק אריינגעברענגט אין די שמועס וואס האט אים געהאלטן געשפאנט ביי די ארבעט. צו זיין גליק, האבן די רעקלאמעס נארוואס פארענדיגט שפילן, און ער האט געקענט מיטהאלטן וואו א צווייטער האט אריינגערופן און איבערגעגעבן אירע זכרונות פון יענעם טאג.

משה האט זיך עטוואס געבייזערט, שפירנדיג אז דער "הענעטי" טוט פארוואסערן די צייט מיט קינדישע און ווייבערישע רייד, אבער ער האט זיך געשפירט גוט און וויכטיג דערמיט אז ער הערט אויס די ראדיא. ער האט געדענקט די יארן אין ישיבה ווען ער פלעגט זיך ארויסכאפן אין וואלד אריין, וואו ער האט אריינגעשטעקט די הער אפאראט אין איין אויער, לאזנדיג די צווייטע טייל הענגן וואו זיי האבן זיך אויסגעמישט מיט די פאנגע ליאות איבער די וואלענע ציצית.

"אינטערעסאנט אז איך דאן נאך נישט געהערט פון דעם הענעטי," איז אים דורכגעלאפן א געדאנק, וועלכע איז פלינק איבערגעהאקט געווארן ווען א צווייטער מאשין האט אריינגעשניטן פארנט פון זיין לעקסוס. א גויישע שעלט-ווארט איז געהערט געווארן אין די ליידיגע אויטאמאביל, אבער משה האט געשפירט גוט אויפן הארץ.

ער האט זיך אנגעקוקט אין ברייטן שפיגל, און האט פיל גענאסן פון וואס האט זיך דארט באוויזן. א שמייכל איז פארביי איבער זיינע לעפצן, ווען פאר זיינע אויגן האבן זיך ווידער באוויזן די ישיבה יארן. דער וואלענע טלית קטן האט געהערט צו די פארגאנגענהייט, און משה האט זיך פאררעכנט אלס אן ערנסטער טייל פון די אמעריקאנער קולטור.

ריכטיג, ער האט נישט פארשטאנען פונקט יעדעס ווארט וואס איז געזאגט געווארן אויף די ראדיא, אבער דאס האט אים ווייניג געשטערט. א געוויסע געפיהל פון דערגרייכונג האט אים ארומגענומען, און האט געהאלפן אויפבלאזן דעם וואלקן פרייד וואס האט אנגעפולט זיין וועזן. די פרייד איז אריבער אין די פוס, און דער מאשין האט געוויזן אירע ריכטיגע קענטעניסן ווען זי גליטשט זיך געשמירט און שלינגט איין איין ווייסע ליניע נאכן אנדערן.

דער זעלבער האנט איז ווידער באנוצט געווארן, און א געזאנג האט געזעצט אין די פענצטער וועלנדיג ארויסגיין און צייגן די וועלט זייער ווילדע טאן. משה האט זיי נישט צוריקגעהאלטן, און יעדער וואס איז געפארן אויפן דעם "עף. די. אר." יענעם פרייטאג נאכמיטאג האט געקענט מיטגעהאלטן מיט די צולאזטע קלאנגען וואס האבן זיך ארויסגעשאקלט אויף די לענג פון וועג.

דער גרינער שילד האט אנגעזאגט אז אין עטליכע מינוט וועט דער לוקסוס דערגרייכן זיין ציל. משה האט גענידערט די הויך פון די טענער, און איז אריבער צו דער זעלבער סטאנציע וואס האט אים באגלייט אנהויב פון די רייזע.

ווען דער גרויסער מאשין האט זיך אריינגערוקט אין קעלער, זענען די קינדער שוין געווען אנגעטון מיט זייערע שבת'דיגע קליידער, און האבן זיך געגרייט צו גיין אין שול. משה איז רואיג צוגעטראטן צום פאסט קעסטל און האט ארויסגענומען א בינטל פאפירן וועלכע זענען געווען איינגעדרייט און איינגעהילט אין א גרויסן געלבליכן קאנווערט. זיינע טריט ארויף, אויף די שטיגן וואס האבן געפירט צו זיין הויז, האט ער געמאכט געמאסטן און אויסגערעכנט, זיינע געדאנקען ווידער אין ישיבה.

אריינקומענדיג, איז ער ענטפאנגען געווארן דורך זיין עלטסטע זון, שלומי. "וועלכע פרשה האסטו געלערנט די וואך?" האט ער נישט גערויטלט ווען ער האט געשטעלט די פראגע. דער ענטפער איז געקומען, אבער משה האט זיך שוין נישט געפונען דארט צו הערן. ער איז אריין אין גרויסן "דיינינג רום" וואו ער האט זיך גערימט פאר זיין בני בית אז "היינט האט דער וועג גענומען נישט מער ווי א האלבע שטונדע". א קרום מיט די נאז, און זי האט אים צוגעיאגט צו מאכן די נויטיגע צוגרייטונגען פאר שבת. זי האט שוין לאנג אויפגעגעבן אויף איר מאן, אבער מיט דעם אלעם האט זיין אויפפירונג איר געעגבערט יעדע מאל פונדאסניי.

***

משה איז געלאפן שנעל אין מקוה וואו ער האט אנגעטראפן פריינט מיט וועלכע ער האט זיך נישט באגעגענט די גאנצע וואך. ער האט איינגעטינקען האלב פון זיין געשוירענע בארד, און ווי א פראפעסיאנאלער בעדער געקראצט און געריבן ארויסלאזענדיג א טיפן קרעכץ. "עס מעג זיין הייסער," האט ער נישט פארגעסן צו צולייגן די ווערטער וואס ער האט געלערנט פון די ארומיגע לייט, און האט ווייטער פארגעזעצט די שמועס איבער די "יענקיס".

ווען יאנקל'ס וואקי-טאקי האט זיך צורעדט, האט משה געשפירט פאר וויכטיג צו ארויסווייזן זיינע קענטעניסן אויך אינעם פעלד פון די "האצאלע" אנגעלעגנהייטן.

"ווער האט גענומען די באס? דאבעליו-סיקסטי-ניין?" האט זיך געהערט זיין הייזעריגן שטימע פונעם הייסן וואסער גרוב, וועלכע האט אנגעפולט די שטוב מיט פארע און נאסן רויך. יאנקל האט נישט געאיילט צו ענטפערן, זאגנדיג אז ער קען נישט ארויסגעבן "קלאסיפיצירטע קאנפידעשאל" אינפארמאציע. א הילכיגן געלעכטער האט זיך געהערט פון זעלבן ריכטונג, און משה האט אנגעהויבן צימבלן יאנקל'ן פארן וועלן שטעלן א קינדישן ווידערשטאנד צו זיינע פראגעס.

***

דער הויכער שטריימל האט זיך געווארפן פון זייט צו זייט, פירנדיג דעם אינגערמאן אונטער זיך אין שול אריין. א האנט האט געהויבן פון אונטער אירע ברעגן און האט געגלעט אירע ברוינליכע האר, ברענגענדיג צופרידנהייט פאר משה וועלכע האט צענליגע שטונדען אוועקגעגעבן צו עררייכן דעם שענסטען און בעסטן אין שטאט. פיל צייט איז פארנוצט געווארן נאר אויף צו געוואר ווערן אויב "מיללער" איז בעסער פון "קרויס", אדער גאר פארקערט.

די מערב טיר פון שול איז אויפגעשטויסן געווארן, און די קליקע אינגעלייט האבן זיך ארומגעהאלזט און ארומגעקושט, א שטייגער ווי נשי בימים ההם בזמן הזה. א קליין וואלקן האט זיך געהויבן איבער די גרופע, און האט אוועקגעטראגן א גערוך וואס האט דערמאנט אין די אנדערע זייט שול.

די שיינע שטריימלעך האבן געטראפן זייער פלאץ אויף איינע פון די טישן, און זייערע שטאלצע טרעגער זענען אוועק שמועסן ביי א דערנעבנדיגער טיש. משה האט פארלאנגט א סידור פון עק טיש, נעמנדיג די געלעגנהייט צו ווייזן זיינע גאלדענע מאנזשעטן.

די שמועס האט אפגעשטאט א באזוך ביי אירע וועכנטליכע פריינט: קארס, ספארטס, און נאך. ווען דער שליח ציבור האט אויסגעשריגן זיין ויכולו, מיינענדיג אז האלב פון די באטייליגער שפיצן אן זייערע אויערן צו הערן זיין געקינצלטע שטימע, האט די קליקע זיך אונטערגעהאלטן מיט אן אלטער מאן וועלכע האט נאך נישט פארלוירן געדולד און האט וועכנטליך איינגעהאלטן דעם "וגוערין בו" מיט אן ערליכקייט.

אלע האבן זיך געשטעלט שמונה עשרה, און די סידורים זענען צום ערשטן מאל באנוצט געווארן יענעם אויפדערנאכט. מורמלנדיג האבן זיי עספיעט צו אניאגן דאס וואס די אנדערע האט גענומען איבער א שטונדע.

...די מערהייט פון די שטריימלעך האבן זיך שוין געשאקלט איבער די זיבן ברכות, און די אויסגעפוצטע הויכע ספאדיקעס האבן געשפרייזט אין די קילע פרייטאג-צונאכטס ווינטל, אויפן וועג אהיים...
קרעזי
קרעזי
מטייל בגן

מספר הודעות : 17
מעלות : 45
אנזעהן ביים ציבור : 12
מיקום : צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

חזרה למעלה Go down

דער נעא-חסיד Empty Re: דער נעא-חסיד

הודעה על ידי חאצקל Mon Jun 01, 2009 1:04 pm

שלום עליכם קרעזי, יהא בואכם לברכה והצלחה ולחיזוק הרמת קרן הפרדס

שכוח פאר די ערשטע שיינע ארטיקל, כה יוסיף ה' להלאה

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

דער נעא-חסיד Empty Re: דער נעא-חסיד

הודעה על ידי פעדלער Mon Jun 01, 2009 1:40 pm

יאך האב ביז היינט נישט געהאט די געלעגנהייט צו ליינען דיינע זיסע ווארע, אבער יוי ווי איך האמיר געהאלטן ביי די זייטן, ליינענדיג די זיסע סחורה, וואס יעדע שורה איז ווערד אן עקסטערן קוש ווי די נשים בימים ההם.......

פארפאלן, קרעזי איז קרעזי, און איך בין......

פעדלער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 130
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 8

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

דער נעא-חסיד Empty Re: דער נעא-חסיד

הודעה על ידי וועלוול כהן Mon Jun 01, 2009 1:53 pm

"קרעזי העס ריעללי טשענדזשד אור פרדס"... האט די שטימע פון אן אלטער פרדס מעמבער געמאכט איר וועג דורך.....

שלום עליכם קרעזי, שוין אינעם ערשטן תגובה אזא שיינעם ארטיקל אראפצושרייבן, איך קען אייך זאגן עס קומט גוטע צייטן מיט דעם קרעזי.

שכוח קרעזי, מיר ווארטן שוין אויף נאך.

וועלוול כהן
יושב בגן

מספר הודעות : 110
מעלות : 158
אנזעהן ביים ציבור : 14

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

דער נעא-חסיד Empty Re: דער נעא-חסיד

הודעה על ידי גערטנער Mon Jun 01, 2009 2:58 pm

דאס איז ארגענעל קרעזי, דער העליכע שפראכן אויסלייגער און רייכע אינהאלט, דער שרייבער וואס מאלעוועט אפ בילדער מיט בוכשטאבן, און ווער רעדט נאך וואספארא גוטע צולייגער דער איז.

יישר כח פארן אפשרייבן דעם ארטיקל און באזונדער א יישר כח פאר אונז מהנה זיין דערמיט.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

דער נעא-חסיד Empty Re: דער נעא-חסיד

הודעה על ידי זעקל Mon Jun 01, 2009 3:01 pm

ייש"כ קרעיזי:

ווי אר קרעיזי פאר יו
קיפ-איט-אפ
זעקל
זעקל
נוטע בגן

מספר הודעות : 64
מעלות : 83
אנזעהן ביים ציבור : 7
מיקום : אונטערן בוים

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

דער נעא-חסיד Empty Re: דער נעא-חסיד

הודעה על ידי קושטא Mon Jun 01, 2009 4:26 pm

דאס איז א מעסטער שטיק-פיעס WOWOWOW queen

איך האף אז די ארטיקלן גיין דא קומען איינס נאל די דריטע אז מיר וועלן זיך מחיה זיין 1UP

קושטא
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 156
מעלות : 270
אנזעהן ביים ציבור : 4

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

דער נעא-חסיד Empty Re: דער נעא-חסיד

הודעה על ידי סופר סת"ם Mon Jun 01, 2009 8:38 pm

זעקל כתב:ייש"כ קרעיזי:

ווי אר קרעיזי פאר יו
קיפ-איט-אפ

קרעזי איז נישט דאס ווארט
סופר סת
סופר סת"ם
נוטע בגן

מספר הודעות : 53
מעלות : 67
אנזעהן ביים ציבור : 6

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

דער נעא-חסיד Empty Re: דער נעא-חסיד

הודעה על ידי הירצקא Wed Jun 03, 2009 12:56 pm

שכוח קרעזי הערליך שיין, אבער וואס מיינט דער נעא-חסיד?
הירצקא
הירצקא
מטייל בגן

מספר הודעות : 18
מעלות : 30
אנזעהן ביים ציבור : 6

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה