הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

ליקוטים על פרשת נשא

3 posters

Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Sun May 31, 2009 7:47 pm

נשא את ראש בני גרשון גם הם וגו' (ד-כב) ווען א איד לערנט תורה דארף ער אינזין האבן אז זיין לערנען זאל דערהויבן ווערן און ארויף קומען אויבען אין הימל, צו מאכן א נחת רוח פאר דעם הייליגן באשעפער. זאגט אויף דעם רבי נחום טשערנאבלער זי"ע, אז דאס איז דער פסוק מרמז "נשא" זאלסט אויפהייבן "את" די תורה וואס אין איהם געפונען זיך די אותיות פון "א" ביז "ת", "ראש" צו דער הייליגער באשעפער.
(רבי נחום טשערנאבלער זי"ע)

נשא את ראש בני גרשון גם הם וגו' (שם) א איד דארף שטענדיג פראבירן צו מחזיר בתשובה זיין די פרעמדע אידן וואס האבן זיך דערווייטערט פון אידישקייט, און דאס קען מען נאר דורך תורה. די תורה ווערט אנגערופען "ראש", ווייל דאס איז געווען די ערשטע נאך פאר בריאת העולם. "נשא את ראש" מיט די תורה קען מען דערהייבען, "בני גרשון גם הם", אויך די פארטריבענע און דערווייטערטע אידן.
(מהר"י מבעלזא זי"ע)

גם הם לבית אבתם למשפחתם (שם) די גמרא זאגט אין מסכת בבא מציעא (דף מ"ב.) "אין הברכה מצוייה אלא בדבר הסמוי מן העין", (די ברכה קומט נישט אריין אין א זאך נאר אויב עס איז באדעקט פון מענטשענס אויגן, ווייל דעמאלטס רוהט נישט אויף דעם קיין עין הרע.) אבער ווען אידן זענען באהאפטן צו די הייליגע אבות און גייען אין זייערע וועגן, דארף מען נישט מורא האבן פון עין הרע. "נשא את ראש" מען קען זיי ציילען אהן קיין מורא, "לבית אבותם" אויב זיי גייען נאך די אבות.
(מעגלי צדק - דעעש)

צו את בני ישראל וישלחו מן המחנה כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש (ה-ב) דער תורה רעכענט אויס א "מצורע" צום ערשט, וויבאלד צרעת קומט וועגן דער עבירה פון לשון הרע, וואס דאס איז די עיקר און אנפאנג פון אלע עבירות.
(דברי בינה)

ויעשו כן בני ישראל וישלחו אותם אל מחוץ למחנה כאשר דבר ה' אל משה כן עשו בני ישראל (ה-ד) ווען די אידן האבן ארויס געשיקט די אלע טמא'נע מענטשן, און זיך דערווייטערט פון שלעכטע מידות, דאס האט זיי צוגעהאלפן צו דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט. "וישלחו אותם אל מחוץ למחנה" ווען די אידן האבן זיי ארויס געשיקט פון די מחנה, "כן עשו בני ישראל" האבן זיי געקענט טוהן גרינגערהייט, אלעס וואס דער אייבערשטער האט באפוילען פאר משה רבינו.
(ייטב לב)

כי יעשו מכל חטאת האדם למעל מעל בה' וגו' (ה-ו) ווען א מענטש טוהט נישט תשובה באלד נאך דעם וואס ער האט געטוהן אן עבירה בשוגג, דאס ברענגט איהם צו אז שפעטער טוט ער עבירות במזיד, אזוי ווי די משנה זאגט (אבות ד-ב) "עבירה גוררת עבירה", איין עבירה ברענגט די צווייטע. "מכל חטאת" פון יעדע עבירה בשוגג ("חטא" מיינט בשוגג) וואס מען טוהט נישט תשובה, "למעל מעל בה'" דאס ברענגט שפעטער עבירות במזיד.
(מגן אברהם)

דבר אל אהרן ואל בניו לאמר כה תברכו את בני ישראל אמור להם (ו-כג) אהרן הכהן איז געווען א "אוהב שלום ורודף שלום", אזוי אויך זיינע קינדער זענען געווען געשטעלט צו מאכן שלום צווישן איין איד מיט דעם צווייטן. דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו בענטשן די אידישע קינדער.
(החוזה מלובלין זי"ע)

כה תברכו את בני ישראל אמור להם. יברכך ה' וישמרך (שם) די תורה רופט אהן די אידן מיט א לשון רבים "להם", און די כהנים דארפן בענטשן די אידן מיט א לשון יחיד: "יברכך ה' וישמרך". מרמז צו זיין אז די ברכות כהנים קען נאר רוהען אויף די אידן אויב עס איז דא שלום און אחדות צווישן זיי, און זיי לעבן אזוי ווי איין מענטש.
(נועם מגדים)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty Re: ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי סופר סת"ם Sun May 31, 2009 9:36 pm

כל ימי נזרו תער לא יעבור על ראשו עד מלאת הימים אשר יזיר לה' קדוש יהיה גדל פרע שער ראשו, וכי ימות עליו מת בפתע פתאום וטמא ראשו
"קדוש יהיה" זאגט דער בעל הטורים: יהיה איז בגמטריא 30, אזוי אויך ווערט 30 מאל דערמאנט אין די פרשה די ווערטער נדר און נזירות א רמז אז סתם נזירות שלושים יום (ווען איינער זאגט סתם הרינו נזיר, און ער דערמאנט נישט אויף וויפיל טאג, מיינט עס 30 טעג).

יברכך ה' וישמריך.
זאגט דער מדרש יברכך ה' בבנים ובבנות. נאך דרש'נט דער מדרש יברכך ה' בעושר, וישמריך מן המזיקין.
ס'קען זיין אז די אלע דרשות גייען אינאיינעם. יברכך ה' בבנים דער רבש"ע זאל דיר בענטשן מיט זוהן און טעכטער, אבער כדי צו קענען מגדל זיין די קינדער אויפן ערליכן אידישן וועג מיז מען האבן פרנסה בריוח, קומט דערויף די הבטחה פון יברכך ה' בעושר, אבער כידוע די ווערטער פונעם אגרא דפירקא אז נישט ערליך געלט שאדט פארן חינוך פון די קינדער, אויך דעם קומט ווייטער דער פסוק, וישמריך מן המזיקין אז דער אייבערשטער וועט דיך אפהיטן פון געלט וואס איז מזיק פארן חינוך פון די קינדער
(ברך משה)

ישא ה' פניו אליך וישם לך שלום
די גמרא זאגט (ר"ה יז.) המעביר על מידותיו מעבירין לו כל פשעיו. אז ווער עס פארגיבט און ער איז נישט מדקדק ווען מאיז אים מצער, טוט אים דער אייבערשטער פארגעבן זיינע זינד.
דאס איז פשט, ישא ה' פניו אליך דער אייבערשטער וועט נושא פנים זיין פאר דיר און מוחל זיין דיינע זיין זינד, אויב, וישם לך שלום אז דו וועסט זיין א מעביר על מדותיו און מוחל זיין און זיך נישט ארומקריגען
(אך פרי תבואה)

ישא ה' פניו אליך וישם לך שלום
ישא ה' פניו, די גרעסטע נשיאות פנים וואס דער רבש"ע האט געגעבן פאר די אידן אז וישם לך שלום, ער לאזט זייך זיך באניצן מיט זיין נאמען "שלום"
(ישמח משה)

ואיש את קדשיו לו יהיה.
זאגט דער הייליגער חפץ חיים א רמז. אז פון די גאצע עמל ויגיה וואס א מענטש האט די וועלט בלייבט ער נישט מיט גארנישט, נאר מיט קדשיו, וואס ער האט אויפגעטוהן על התורה ועל עבודה.

כה תברכו את בני ישראל אמור להם
דער הייליגער ייטב לב האט צוואה געלאזט פאר זיינע קינדער, כה תברכו את בני ישראל, אזוי זאלט איר בענטשן די אידישע קינדער, אמור להם עטץ זאלט זיי זאגן תורה.

כף אחת עשרה זהב
דער הייליגער רבי ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע האט גע'טייטש'ט: כף אחת, איינער וואס גיט זיך איין בייג, עשרה זהב איז א גאלדענע איד (עשרה איז צעהן יו"ד).

כך אחת עשרה זהב
א רמז לדברי חז"ל אז ברכת המזון א יז שוה פערציג זהובים, ווייל כף איז בגמטריא 100, דאס איז כ"ף אחת איינס פון די מאה ברכות עשרה זהב איז 10 זהובים, ברכת המזון האט 4 ברכות איז עס ווערט 40 זהובים.
(דעת זקנים לבעלי תוס')
סופר סת
סופר סת"ם
נוטע בגן

מספר הודעות : 53
מעלות : 67
אנזעהן ביים ציבור : 6

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty Re: ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי חאצקל Tue Jun 02, 2009 9:50 pm

עס שטייט די וואך אין די פרשה בְּיוֹם הַשֵׁנִי - אין די צווייטער טאג, הִקְרִיב נְתַנְאֵל - האט נתנאל געברענגט א קרבן.
אלע נְשִׂיאִים האבן געברענגט די זעלבע קרבן, אויב אזוי איז שווער, פארוואס שטייט יעדער שֵׁבֶט באזונדער די קרבן וואס ער האט געברענגט, עס וואלט געדארפט שטיין אז אלע שבטים האבן געברענגט דער זעלבע קרבן?
ענטפער: קיינער האט נישט געברענגט ווייל אנדערע האבן געברענגט, נאר יעדער שבט באזונדער האט געוואלט ברענגען זיין קרבן צו הַשֶׁם, נישט ווייל יעדער ברענגט ברענג איך אויך, נאר ווייל איך אליינס וויל ברענגען א קרבן.

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty Re: ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 03, 2009 8:37 pm

נשא את ראש בני גרשון "גם הם" וואס איז דער לשון גם הם , עס וואלט געקענט שטיין נשא את ראש בני גרשון , רש"י זאגט פשט ווייל אין סוף פרשת במדבר שטייט אין פסוק אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו אז ער זאל אויפנעמען די צאל פון די בני קהת זאגט דער פסוק אז אויך די בני גרשון זאל מען איבערציילען,
דער פסוק זאגט אין פרשת וזאת הברכה שמח זבולון בצאתך ויששכר באהליך זאגט רש"י אז דער פסוק איז מקדים זבולון פאר יששכר ווייל די תורה פון יששכר איז געקומען דורך זבולן , ממילא איז זבולון אויך זייער חשוב-די גמרא (פסחים נ"ג) זאגט אז דער וואס העלפט ארויס תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו זיין בעולם הבא בישיבה של מעלה אין די מחיצה פון די תלמידי חכמים ווייל ער איז גורם אז דער תלמיד חכם זאל קענען זיצען און לערנען , די בני קהת האבין געטראגען די הייליגסטע כלים , פון משכן אבער די בני גרשון האבין נאר געטראגען די יריעות המשכן און די אנדערע כלים וואלט איך געואלט מיינען אז די בני גרשון האבין נישט קיין חשיבות ביי דעם אויבערשטען, זאגט די תורה "גם הם", אז אויך זיי זענען חשוב ווייל אהן זיי וואלט מען דאך נישט געקענט ציען כאטש די עבודה פון די בני קהת איז העכער און חשובער.

(דברי יחזקאל מהגאון מקלאסנא)

פסוק כ"ד) זאת עבדת משפחת הגרשני לעבוד ולמשא , די עבודה פון די יודען איז אפילו מיר זענען פארטריבען אין גלות זענען מיר מקבל די יסורין באהבה און מען ווארפט נישט אראפ פון אונז דעם עול מלכות שמים דאס איז מרומז אין פסוק זאת עבדת דאס איז די עבודה משפחת הגרשוני די יודען וואס זענען פארטריבען (גרשון איז א לשון פארטרייבען) לעבוד, צו דינען דעם אויבערשטען ולמשא און צו טראגען אויף זיך דעם עול הגליות און גלייבען אז וואס דער אויבערשטער טוט צו אונז איז צום גיטען.
(חסד לאברהם)

פסוק ז') והתודו את חטאתם…….והשיב את אשמו בראשו , די גמרא זאגט (עבודה זרה ה' ע"א) אז דער וואס טוט א מצוה אויף די וועלט פעדערט זיך די מצוה פאר דעם מענטש און די גוטע מלאכים ווייזען אים דעם וועג צום גן עדן – דער וואס האט חס וחלילה געזינדיגט און טוט תשובה מאהבה ווערט פון די עבירה א מצוה פון די עבירה ווערט א זכות (יומא דף פ"ו ע"ב) דאס איז דער פשט אין פסוק אז ווען דער מענטש איז מתודה אויף זיינע זינד והשיב את אשמו קערט ער צוריק זיין זונד בראשו עס גייט פון פארענט פאר דעם מענטש ווייל יעצט איז דאך שוין די עבירה א זכות
(בשם הגאון ר' דוד דייטש בעמח"ס אהל דוד)
והשיב את אשמו בראשו, עס זענען דא מענטשען אז ווען זיי זענען עוסק אין זייערע געשעפטען פארגעסען זיי פון באשעפער זיי זענען גארנישט עוסק אין תורה און אין יראת שמיס זיי טראכטען נישט זיך צו פארבעסערען נאר זוכן תירוצים אז זיי זענען נישט שולדיג ווייל זיי זענען זייער פארנומען אבער דאס איז נישט קיין תירוץ ווייל אויב דער מענטש וויל אמת'דיג פראבירט ער מיט אלע כוחות נישט צו זיין פארנומען וועט ער שוין האבען צייט צום לערנען , דאס איז מרומז אין פסוק אז דער וואס וועט תשובה טוהן זאל ער מתודה זיין והשיב את אשמו בראשו ער זאל אנהענגין זיין זונד בראשו אין זיין קאפ דאס מיינט ער זאל זיך באשולדיגען , ממילא וועט ער זיך פארבעסערען.
(דברי יחזקאל מהגאון מקלאסנא)

וחמישתו יוסף עליו, דער מדרש זאגט (ויק"ר פ' כ"ה א') אז דער וואס האט געטוהן אן עבירה, אויב ער איז געוועהן געוואוינט צו לערנען איין בלאט זאל ער לערנען צוויי בלאט , אויב ער פלעגט לערנען איין פרק משניות זאל ער לערנען צווי פרקים , די תורה ווערט אנגערופען וחמישתיו ווייל עס איז דא פינף חומשי תורה דאס מיינט דער פסוק אז ווער עס האט געזונדיגט , וחמישיתו , דאס מיינט די תורה יסף זאל ער פארמערען ווייל דורך די תורה וועט ער האבען א כפרה .
(הגה"ק ר' מענדיל מלינסק ז"ל בלקוטי מהר"ם ובחסד לאברהם –ראדאמסק)

פסוק י') ואיש את קדשיו לו יהיו פשוט מיינט עס אז יעדער מענטש האט א רעכט צו געבין זיינע מתנות כהונה פאר וועלכען כהן ער וויל "טובת הנאה לבעלים"
די גמרא (בבא בתרא י"א ע"א) ברענגט אז מונבז המלך האט געהאט אוצרות פון זיינע עלטערין וואס זענען געוועהן קעניגען ער האט אויך געהאט אייגענע אוצרות, ווען עס איז געוועהן א הונגער יאהר האט ער צוטיילט פאר די ארימעלייט זיינע עלטערענ'ס אוצרות און זיינע אוצרות , זענען געקומען צו אים זיין משפחה און זיי האבען אים געפרעגט דיינע עלטערין האבין גע'ירשנט אוצרות און פארמערט אויף זיי און דו נעמסט די אוצרות פון דיינע עלטערין און דיינע אוצרות און צוטיילסט זיי, האט ער זיי געענפערט מיינע עלטערין האבין באהאלטען פאר אנדערע ווייל זיי האבען דאך נישט מיט גענומען דאס געלט אבער איך האב עס באהאלטען פאר מיר אליין,ווייל די מצות צדקה וואס מען ראטעוועט מיט דעם נפשות פון הונגער נעמט מען מיט מיט זיך לעולם הבא
דאס איז פשט אין פסוק ואיש את קדשיו א מענטש וואס הייליגט, דאס מיינט ער גיבט צדקה , לו יהיו דאס וועט זיין צו אים דאס נעמט ער מיט זיך דאס איז באמת זיין פארמעגען ווייל דאס איבריגע געלט לאזט ער פאר אנדערע.
(לפי הבינה לעתים דרוש מ"א – תורי זהב עה"ת)

ואיש את קדשיו לו יהיו , די הלכה איז א ווען תרומה איז געקומען אין די האנט פון כהן קען מען זיך נישט מער שואל זיין דאס מיינט מען קען שוין נישט חרטה האבין אויף די תרומה ווייל עס קען נישט קומען דער דיבור און מבטל זיין די מעשה נתינה ווי לאנג ער האט עס נאר מקדיש געועהן קען ער חרטה האבען און מאכען אן אנדערען חלק תרומה (עיין נדרים בסוגא דדשלי"מ וברא"ש בשם הרא"מ)
לויט דעם איז פשט אין פסוק ואיש את קדשיו לו יהיו זיינע הייליגקייטען זענען צו אים דאס מיינט אז ער האט נאך א רעכט דאס אויסצוטוישען – אבער ואשר יתן ממנו לכהן אויב ער האט עס שוין געגעבען צום כהן לו יהי' געהער עס צו אים צום כהן דאס מיינט אז ווען עס איז שוין אין די האנט פון כהן געהערט עס צו אים צום כהן ער קען זיך שוין נישט שואל זיין.
(כתב סופר עה"ת)
-----------------------------------------------------------------------------------------------------------------כ"ף אחת עשרה זהב (ז' י"ד)
די גמרא זאגט אז א ברכה איז ווערד (10) צעהן זהובים ווען איינער כאפט אויס דעם צווייטן א ברכה דארף ער אים באצאהלען צעהן זהובים , און ווען מען איז מכבד איינעם צו בענטשין און א צווייטער כאפט אים אויס דאס בענטשין דארף ער אים באצאלין פערציג (40) זהובים ווייל ביים בענטשין איז דאך דא פיר ברכות.
די דאזיגע הלכה איז מרומז דא אין פסוק, כ"ף באטרעפט הונדערט(100). כ"ף אחת , איין ברכה פון די מאה ברכות (הונדערט ברכות דארף מען זאגעין יעדן טאג , עשרה זהב, איז צעהן זהובים .
(דעת זקנים , לבעלי התוספות)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty Re: ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 03, 2009 8:38 pm

וידבר ה' אל משה לאמר... נשא את ראש:
לכאורה דאס ווארט לאמר זעט אויס איבריג, ווייל לאמר מיינט מען זאל זאגן פאר אנדערע, און די פרשה פון ציילן די אידן האט מען נישט געדארפט זאגן פאר אנדערע, נאר משה רבינו האט אלין געדארפט ציילן ?
מען קען ענטפערן לויט ווי דער כלי יקר איז מפרש דעם מדרש רבה, אז דערפאר האט דער אויבערשטער געהייסן אז די בני קהת זאל מען ציילן די ערשטע, כאטש גרשון איז דאך געווען עלטער. ווייל די בני קהת האבן געטראגן דעם ארון וואס דארט איז געווען די הייליגע תורה. און וועגן דעם כבוד התורה זאל מען זיי ציילן די ערשטע. אזוי וועט יעדער זען אז כבוד התורה איז חשוב'ער פון בכור.
דאס האט טאקע דער אויבערשטער געוואלט לאמר אז משה רבינו זאל דאס זאגן פאר די שפעטערע דורות אז יעדער זאל דאס וויסן "אז די כבוד התורה איז זייער חשוב, ווי שטארק מען דארף מכבד זיין איינעם וואס לערענט תורה, אפילו מער ווי א בכור. ווייל אן תורה איז מען גארנישט ווערט.
(דברי יואל)

נשא את ראש:
מהר"י ט"ב פלעגט נאכזאגן אין נאמען פון זיין טאטע'ן דער קדושת יו"ט זי"ע. אז פון פרשת נשא דארף מען זיך שוין גרייטן אויף ראש השנה. דאס איז מרומז אין פסוק נשא את ראש.

ואיש את קדשיו לו יהיו:
די גמרא זאגט: אין מלווין לו לאדם לא כסף וזהב אלא מצות ומעשים טובים בלבד. ד.מ. אז ווען א מענטש גייט ר"ל אוועק פון דער וועלט ער ווערט נפטר, נעמט מען גארנישט מיט אויף יענע וועלט, נאר די מצוות און מעשים טובים וואס ער האט געטוען ביים זיין לעבן אויף דער וועלט.
קען מען טייטשן פשט אין פסוק אזוי:
ואיש און יעדער מענטש, את קדשיו די אלע הייליגע זאכן וואס ער טוט, די תורה ומצוות און מעשים טובים, לו יהיו בלייבט זיינס אויף אייביג, עס באגלייט אים אויף יענער וועלט. אבער די אלע אנדערע פשוטע זאכן פון דער וועלט וואס א מענטש טוט, דאס איז נישט "זיינס", ווייל ער לאזט עס איבער פאר אנדערע.
(סידורו של שבת)

דער הייליגער ר"ר מאיר'ל פרימישלאנ'ער זי"ע האט געטייטשט: כף אחת אז א איד גיט זיך "איין בייג" צו השי"ת און ער טוט תשובה (כף איז א לשון פון בייגן אזוי ווי עס שטייט ביי שבועות, כפה עליהם ההר ככיגית), עשרה זהב ווערט ער א "גאלדענע איד" (עשרה איז 10 דאס איז דער אות יו"ד)
(דברי מאיר)

והתוודו את חטאתם אשר עשו:
פארוואס האט די תורה געשריבן די מצווה פון ווידו וואס איז דער יסוד פון תשובה ביי אלע מצוות, דווקא ביי די עבירה פון גזל ?
נאר דער אמת איז, אז יעדע עבירה וואס א מענטש טוט ח"ו איז אין כלל פון גזל. ווייל דער אויבערשטער גיט דאס לעבן און כח פאר'ן מענטש כדי ער זאל טוהן דעם ווילן פון השי"ת, און דער מענטש – אנשטאט צו דינען דעם אויבערשטען – ניצט ער די כוחות וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן, צו טוהן עבירות ח"ו. האט ער דאך בא'גנב'עט דעם אויבערשטען.
וועגן דעם שטייט אין די תורה ביי די עבירה פון גזל, די מצווה פון ווידו און תשובה. ווייל די עבירה פון גזל איז שייך ביי יעדע עבירה.
(שפת אמת)

יברכך ה' וישמרך:
עס שטייט אין מדרש: יברכך ה' בבנים, וישמרך מן יצר הרע.
דארף מען פארשטיין, וואס פאר א שייכות האבן די צוויי זאכן ?
מען קען דאס פארענטפערין. די גמרא זאגט: ווען אידישע קינדער טוען מצוות ווערן זיי אנגערופן קינדער פון השי"ת. אבער ח"ו ווען מען טוט עבירות, ווערט מען אנגערופן קנעכט.
דאס קען זיין פשט אין מדרש: יברכך ה' בבנים, דער אויבערשטער וועט דיך בענטשן אז די וועסט ווערן אנגערופן בנים למקום. ווי אזוי ווערט דאס ? וישמרך מן יצר הרע, אז דער אויבערשטער וועט דיך אפהיטן פון דעם יצר הרע און דו וועסט נישט טוען קיין עבירות, וועסטו ווערן אנגערופן בנים.
(מהר"א מסאטמאר שליט"א)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty Re: ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 03, 2009 8:39 pm

נשא את ראש
נשא את ראש, יעדער איד איז מחוייב צו דערהייבן די תורה הקדושה וועלכע איז געשריבן געווארן מיט די הייליגע אותיות פון א' ביז ת'.
(מאור עינים)

את ראש בני גרשון
א-ת, דורך די תוה"ק (וכנ"ל) ראש, קען דערהויבען ווערען, בני גרשון, די וועלכע זענען ליידער פארטריבן געווארן פון אידישקייט (מלשון גירושין) והמאור שבה מחזירו למוטב.
(הה"ק ר"ר יהושע מבעלזא זי"ע)

גרשון גם הם
גרשון, פאר די וואס זענען עטוואס דערווייטערט געווארען פון אידישקייט, איז דא אן עצה דערנענטערט צו ווערען צום בוכ"ע, "גם הם" די מדה פון ענוה, וואס איז מרומז אין די אויבענדערמאנטע ווערטער גם הם "אויך זיי", ווי איינער וואס שפּירט זיך מבוטל אקעגען דעם צווייטען.
(הה"ק ר"ר בונם מפּשיסחא ז"ל)

זאת עבודת הגרשוני לעבוד ולמשא
זאת עבודת, דאס איז די פליכט, משפּחת הגרשוני פון אידישען פאלק וואס איז פארטריבען געווארן אין גלות, לעבוד ולמשא, זיי זאלן טראגן אויף זיך דעם עול הגלות, און נישט פּרובירן זיך צו באפרייען דערפון.
(חסד לאברהם - ראדאמסק)

ואת כל אשר יעשה להם ועבדו
ואת כל אשר יעשה להם, אלעס וואס טרעפט דעם מענטש אויף די וועלט, טראצדעם וואס ס'פּאסירט ח"ו אן אומאנגענעמליכקייט, דארף מען דאס מקבל זיין באהבה, און געדענקען "ועבדו", אז מיט דעם טוט מען דעם רצון ה', און עס איז א חלק פון עבודת ה'.
(אור פני משה)


ויעשו כן בני ישראל
ויעשו כן בני ישראל, די אידן האבן אויסגעפירט דעם באפעהל פון השי"ת, וישלחו אותם אל מחוץ למחנה, און זיי האבן ארויסגעשיקט די טמא'נע מענטשען פון די מחנה, דורך דעם זענען זיי צוגעקומען, אז, כאשר דבר ה' אל משה, אלעס וואס דער אויבערשטער האט באפויעלן די אידן דורך משה רבינו, כן עשו בנ"י, אזוי האבן די אידן געטאן, ווייל דורכדעם וואס מען דערווייטערט זיך פון מענטשען מיט וועלכע מ'טאר קיין שייכות נישט האבן, קען מען גריגנער טאן דעם רצון ה'.
(ייטב לב)

כי יעשו מכל חטאת האדם
דער שורש און גרונד פון אלע עבירות וואס א מענטש טוט, איז נאר דורך דעם ווייל מיר שטאמען פונעם "אדם", וואס דורך דעם וואס אדם הראשון האט געזינדיגט האט דאס געלאזט א ווירקונג אויף אלע נשמות וואס שטאמען פון אים.
(נועם אלימלך)

ומן העפר אשר יהי' בקרקע המשכן
ומן העפר, א איד דארף נעמען פון די מדה ענוה, וועלכע איז מרומז אין ערד, ונתן אל המים, און אזוי קען ער זוכה זיין צו תוה"ק וואס איז צוגעגליכען צו וואסער.
(בעל שם טוב)

וישמרך
...כ'האב געהערט פונעם "חוזה" פון לובלין, אז ער האט געטייטשט אז "וישמרך" איז פון לשון "שמרים" - זאץ וועלכע ליגט אונטן אין פאס. דאס איז א ספעציעלע ברכה אז אידן זאלן זיך שטענדיג האלטן קליין אזוי ווי די זאץ וועלכע ליגט אינעם אונטערשטן חלק פון פעסל.
(משמרת איתמר)

ושמו את שמי
...כ'האב געהערט פונעם "קדושת יום טוב" ווי ער האט געטייטשט דאס פאלגענדע, ושמו את שמי על בני ישראל, ווען אידישע קינדער וועלן זיך רופען מיט די "אידישע" נעמען, דאן ואני אברכם, וועל איך זיי בענטשען.
(אלף כתב - תתל"ו)

ויחנך וישם לך שלום
ויחנך, דורך דעם וואס אידן טוען זיך טובות איינער פאר'ן צווייטען, מיט ליבשאפט און איבערגעגעבנקייט, וישם לך שלום, וועט משיח קומען, וואס דאן וועט זיין שלום אויף די וועלט, ווי חז"ל זאגען, גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה.
(ייטב לב)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty Re: ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 03, 2009 8:39 pm

עס שטייט אין פסוק, "זאת עבודת משפחות הגרשוני לעבוד ולמשא". זאגט דער ערוגת הבושם, אז עס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים, אז משפחת גרשון איז מרמז אויף די צייט ווען אידישע קינדער זענען פארטריבן אין גלות. גרשון, איז א לשון פון פארטרייבן.
ווען אידן זענען אין גלות, און זיי ליידן פארשידענע צרות, און זיי זעהן ווי אזוי די גוים לעבן א גוטע טאג, און עס פעהלט זיי גארנישט, קען אמאל איינפאלן צו פרעגן קשיות אויף דער אויבערשטער. די עבודה פון א איד אין גלות איז, אז ער זאל נישט פרעגן קיין קשיות, און ער זאל ליידן אלע צרות און יסורים, וואס מען שיקט פון הימל.
דאס זאגט דא די תורה, "זאת עבודת משפחות הגרשוני", דאס איז די עבודה פון די אידן ווען זיי זענען פארטריבן פון ארץ ישראל און זיי זענען אין גלות, "לעבוד ולמשא", מען דארף דינען דער אויבערשטער און מען דארף אלעס ליידן און מקבל זיין באהבה, און נישט חס ושלום זיך מתרעם זיין אויף דער אויבערשטער.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty Re: ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 03, 2009 8:40 pm

אין די וואכעדיגע סדרה איז דא די מצוה פון ברכת כהנים. עס איז א מצוה פאר די כהנים, אז זיי זאלן בענטשן די אידן.
די גמרא זאגט אין מסכתברכות דף נ"ה ע"ב, "האי מאן דחזי חלמא", דער מענטש וואס האט געזעהן א חלום, "ולא ידע מאי חזא", און ער ווייסט נישט וואס ער האט געזעהן (דאס מיינט אז ער איז חושש אז אפשר איז עס געווען א שלעכטע חלום) "ליקום קמי כהני", זאל ער זיך אוועק שטעלן פאר די כהנים, "בעידנא דפרסי ידייהו", אין די צייט וואס זיי שפרייטן אויס זייער הענט, דאס מיינט ווען זיי דוכנ'ן, "ולימא הכי", און ער זאל זאגן אזוי, "רבונו של עולם אני שלך וחלומותי שלך חלום חלמתי וכו'", אזוי ווי מיר פירן זיך צו זאגן דעם גאנצע נוסח, אזוי ווי עס שטייט אין די מחזורים. מיר בעטן פון דער אויבערשטער אז אויב עס איז געווען א גוטע חלום, זאל ער עס מקיים זיין, און אויב עס איז געווען א שלעכטע חלום, זאל ער עס איבערדרייען אויף גוט.
דער מהרש"א איז מסביר אז די כונה פון די גמרא איז, אז מען זאל עס זאגן ביי יעדע פון די דריי פסוקים פון ברכות כהנים, ווייל עס זענען דא דריי מיני חלומות. איין חלום קומט פון די מזיקים, און דאס קען מען איבערדרייען ביים ערשטן פסוק, אזוי ווי רש"י ברענגט פון די חז"ל, אז וישמרך מיינט פון די מזיקים.
די צווייטע מין חלום קומט פון די מערכת השמים, און דאס קען מען איבערדרייען ביים צווייטן פסוק "יאר ה' פניו אליך ויחנך". די דריטע מין חלום קומט פון די מלאכים אין הימל, און דאס קען מען איבערדרייען ביים דריטן פסוק.
דער הייליגער חתם סופר ברענגט פון דער תורת חיים, פארוואס פונקט ביים דוכנ'ן קען מען איבער דרייען א שלעכטע חלום, ווייל די חז"ל זאגן אז בשעת די כהנים דוכנ'ן איז דא א גרויסע השראת השכינה, און דאס איז א בחינה פון נבואה. די חז"ל זאגן אויך אין מסכת ברכות (דף נ"ז ע"ב) אז א חלום איז איין זעכציגסטעל פון נבואה. מיר האבן א כלל, אז יעדע זאך ווערט בטל בששים, קומט אויס אז בשעת די כהנים דוכנ'ן, וואס דאס איז א בחינה פון נבואה (פארשטייט זיך א נבואה אויף גוט'ס ווייל זיי בענטשן דאך די אידישע קינדער) אויב מען וועט זאגן די שלעכטע חלום וואס דאס איז א זעכציגסטעל פון נבואה, וועט די שלעכטע חלום בטל ווערן בששים.
מיט דעם תורת חיים וויל דער חתם סופר מסביר זיין א שיטה וואס ווערט געברענגט אין די פוסקים. די הלכה איז, אז אויב איינער האט געהאט א שלעכטע חלום, מעג ער פאסטן אפילו אין שבת ויום טוב. די גמרא זאגט אז דער שטערקסטער זאך אויף צו מבטל זיין א שלעכטע חלום, איז צו פאסטן תיכף יענע טאג וואס מען האט געהאט די חלום, ממילא אויב מען האט געהאט די שלעכטע חלום פרייטאג ביינאכט, אדער יום טוב ביינאכט, מעג מען פאסטן אין שבת ויום טוב, כדי צו מבטל זיין דישלעכטע חלום. מיט דעם וואס ער פאסט שבת ויום טוב, הייסט דאס נישט צושטערט דער עונג שבת ויום טוב, ווייל דאס איז פאר אים אן עונג, אז ער קען צושטערן זיין שלעכטע חלום.
זאגן די פוסקים, אז כאטש מען מעג פאסטן א תענית חלום אין יום טוב, איז דאס נישט געזאגט געווארן אויף די יום טוב שבועות. שבועות טאר מען נישט פאסטן אפילו א תענית חלום. די מפרשים זוכן מסביר צו זיין דער טעם דערפון, פארוואס שבועות זאל זיין אנדערש.
זאגט דער חתם סופר, אז לויט דעם תורת חיים קען מען דאס גוט פארשטיין, ווייל וויבאלד אין יום טוב שבועות האבן אלע אידן זוכה געווען צו די העכסטע מדריגה פון נבואה, ביי קבלת התורה, און דאס חזר'ט זיך איבער יעדן יאר ווען עס קומט די הייליגע יו"ט שבועות, ממילא ווערן די שלעכטע חלומות בטל בששים, און עס פעהלט שוין נישט אויס, אז מען זאל דאס איבערדרייען מיט א תענית.
מיט דעם תורת חיים קען מען אויך זאגן פשט אין די כונה פון די תורה, וואס עס איז נאנט געשטעלט געווארן די פרשה פון ברכת כהנים צו די פרשה פון נזיר, ווייל עס איז באקאנט די גמרא אין מסכת נזיר, אז פון פרשת נזיר לערנט מען ארויס די גאנצע דין פון ביטול בששים, אז יעדע זאך ווערט בטל בששים.
די תורה זאגט אז מען זאל אפקאכן די זרוע פון די איל אין די בית המקדש, און נאכ'ן אפקאכן דארף מען מאכן תנופה, און די זרוע גיט מען א מתנה פאר'ן כהן, און דאס האט א קדושה, וואס א זר טאר דאס נישט עסן, און די איבריגע חלק פון די איל נזיר, עסן די בעלים.
די גמרא לערנט ארויס פון פסוק, אז מען האט געדארפט אפקאכן די זרוע צוזאמען מיט אלע פלייש פון די איל נזיר, אויב אזוי ווערט שווער, ווי אזוי האבן די בעלים געקענט עסן פון די איבריגע פלייש, עס איז דאך אריין געגאנגען א טעם פון די זרוע אין די אנדערע פלייש, און א זר טאר נישט עסן פון די זרוע, דארף דאך די גאנצע פלייש ווערן אסור לזרים?
ענטפערט די גמרא, וויבאלד עס איז דא זעכציג מאל מער פלייש פון די היתר, וואס די בעלים מעגן עסן, ממילא ווערט די איסור בטל בששים. זאגט די גמרא, אז פון דעם וואס די תורה האט געהייסן קאכן אלע פלייש צוזאמען, און די תורה איז מתיר די בעלים צו עסן פון די פלייש, זעהן מיר פון דא א לימוד אויף כל התורה, אז יעדע איסור ווערט בטל בששים.
לויט דעם פארשטייען מיר שוין די סמיכות פון פרשת נזיר צו פרשת ברכת כהנים, ווייל די תורת חיים זאגט דאך, אז ביי ברכת כהנים ווערט אויך גענוצט די דין פון ביטול בששים, ווייל ווען די כהנים דוכנ'ען ווערן אלע שלעכטע חלומות בטל בששים, דורך די בחינת נבואה וואס איז שורה אויף די כהנים.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty Re: ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 03, 2009 8:40 pm

עס שטייט אין פסוק, ביי די קרבנות וואס די נשיאים האבן מקריב געווען, "כף אחת עשרה זהב מלאה קטרת". אין דעם פסוק איז מרומז די ענין וואס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים, אז יום כפור האט די זעלבע בחינות אזוי ווי פורים. וועגן דעם הייסט די יום טוב יום כפורים, ווייל עס איז אזוי ווי פורים.
"כף", איז די ראשי תיבות כפור פורים, און אויף דעם זאגט די תורה, "אחת", אז דאס איז איין בחינה, "עשרה", די צענטן טאג אין תשרי, וואס דאס איז יום כפור, "זהב", איז בגימטריא פערצן, וואס דאס איז מרמז אויף די פערצענטע טאג אין אדר, וואס דעמאלס איז פורים, "מלאה קטרת", ביידע צייטן זענען אנגעפילט מיט די ענין פון קטרת. יום כפור איז דער כהן גדול אריין געגאנגען אין די קדשי קדשים צו טוען די עבודה פון קטרת, וואס דאס איז געווען די עיקר עבודה פון יום כפור, און פורים איז אויך דא ענינים פון קטרת, אזוי ווי די גמרא (אין מסכת חולין) דרש'ענט "מרדכי מן התורה מנין, מר דרור", און אונקלוס זאגט אויף דעם מירא דכיא. קומט אויס אז די ענין פון פורים, איז אויך מרומז אין די פרשה פון קטרת.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ליקוטים על פרשת נשא Empty Re: ליקוטים על פרשת נשא

הודעה על ידי גערטנער Wed Jun 03, 2009 8:40 pm

"וכל משרת ענבים לא ישתה". די גמרא לערנט ארויס פון דעם פסוק, דעם דין פון "טעם כעיקר". דאס מיינט, אז אויב א דבר היתר האט זיך אויסגעמישט אדער געווייקט מיט א דבר איסור, און דער דבר היתר באקומט דעם זעלבן טעם ווי דער דבר איסור, ווערט דער דבר היתר אסור, פונקט ווי דער דבר איסור וואס האט זיך אויסגעמישט דערמיט. (נזיר ל"ז. ועוד)
"כל ימי הזירו לה' על נפש מת לא יבא". דער דין איז, אז א נזיר מעג זיך נאר מטמא זיין צו א מת מצוה, אזוי ווי א כהן גדול. אויב א כהן גדול גייט צוזאמען מיט א נזיר, און זיי טרעפן א מת מצוה, איז דא א מחלוקת ווער עס דארף זיך מטמא זיין צו דעם מת מצוה. רבי אליעזר האלט אז דער כהן גדול זאל זיך מטמא זיין, וויבאלד א כהן גדול וואס ווערט טמא דארף נישט ברענגען קיין קרבנות, אבער דער נזיר האט ספעציעלע קרבנות וואס ער דארף ברענגען אויב ער ווערט טמא אינמיטן זיין נזירות. די חכמים האלטן, אז דער נזיר זאל זיך מטמא זיין, וויבאלד א נזיר איז נישט הייליג אויף אייביג, נאר ווילאנג ער איז א נזיר, אבער דער כהן גדול בלייבט הייליג אויף אייביג, ממילא זאל ער זיך נישט מטמא זיין.
ביידע צוזאמען טארן זיך אבער נישט מטמא זיין, ווייל אויב איינער פון זיי איז זיך שוין מטמא צו דעם מת, האט ער שוין נישט קיין דין ווי א מת מצוה, ווייל מען איז שוין עוסק אין זיין קבורה. (נזיר מ"ז.)
נשים זענען מחויב אין אלע מצוות לא תעשה אפילו שהזמן גרמא, מיר לערנען דאס ארויס פון פסוק "איש או אשה כי יעשו מכל חטאת האדם", זאגט די גמרא השוה הכתוב אשה לאיש לכל עונשין שבתורה. (קידושין ל"ה.)
"איש כי יפליא לנדור", איז די גמרא מרבה 'מופלא סמוך לאיש', דאס מיינט אז א קטן פון צוועלף יאר אויב ווייסט ער פאר וועמען מען מאכט א נדר איז זיין נדר א גוטע נדר, כאטש מן התורה איז ער נאכנישט מחויב אין קיין מצוות. (תמורה ב': )
כה תברכו בלשון קודש, כה תברכו בעמידה, כה תברכו בנשיאת כפים, כה תברכו בשם המפורש, כה תברכו פנים כנגד פנים, כה תברכו בקול רם. (סוטה ל"ח. – רמב"ם הל' נשיאת כפים)
דער דין איז אז כהנים דארפען אויסטוהן זייערע שיך פאר'ן דוכנ'ען, ווייל די חכמים האבן גוזר געוועהן טאמער וועט זיך זיין שיך אויפבינדען פונקט ווען מען וועט דארפען גיין דוכנ'ען, און ער וועט עס צובינדען, וועט ער דערווייל נישט עולה זיין לדוכן, און מענטשן וועלען זאגען אז ער גייט נישט לדוכן ווייל ער איז א כהן פסול, אזוי ווי: בן גרושה או בן חלוצה. און די גזירה איז אפילו אויף שיך אָן בענדלעך משום לא פלוג. (סוטה דף מ'.)
שלמה המלך האט מתקן געוועהן ברכת כהנים בשעת תפלה, אויך האט ער געלאזט אויסקריצען אויף זיין בעט ברכת כהנים, און דאס מיינט דער פסוק "הנה מטתו שלשלמה ששים גבורים סביב לה", "ששים" איז די כוונה אויף די זעכציג אותיות פון ברכת כהנים וואס איז געוועהן סביב למטתו של שלמה המלך. (כל בו אות י)
איינער וואס איז נישט א כהן און דוכנ'ט, איז עובר אויף א עשה, ווייל עס שטייט "כה תברכו" נאר איר כהנים זאלט בענטשן, און נישט קיין זרים. (רש"י כתובות כ"ד: )
דער ענין וואס מען זאגט "רבונו של עולם חלום חלמתי" וכו' בשעת ברכת כהנים דוקא, איז ווייל א חלום איז אחד מששים בנבואה - איין זעכציגסטיל פון נבואה, און ברכת כהנים איז כולו נבואה, ממילא קומט אויס אז מ'איז מבטל דעם חלום בששים.
וועגען דעם טאר מען נישט קוקען אויף די הענט פון כהנים בשעת ברכת כהנים, ווייל די שכינה רוהט דארט. (ספה"ק נועם אלימלך)
פרשת נשא איז די לענגסטע פרשה אין די חמשה חומשי תורה, עס האט קע"ו פסוקים. די לענגסטע קאפיטל אין גאנץ תנ"ך איז קאפיטל קי"ט פון ספר תהלים ("תמניא אפי"), עס האט אויך קע"ו פסוקים. אזוי אויך האט בבא בתרא די גרעסטע מסכת אין גמרא קע"ו דפין.

אין די וואָכענדיגע סדרה שטייט די מצוה פון ברכת כהנים. די ברכה ווערט אָנגערופן "בְּרָכָה מְשֻׁלֶּשֶׁת", ווייל עס האָט דריי פסוקים, יברכך וגו', יאר וגו', ישא וגו'. מיר האָבן דאָ צוזאַמען גענומען עטליכע ענינים לגבי ברכת כהנים.

לָמָה נִסְמְכָה פָּרָשַׂת כֹּהֲנִים לְפָרָשַׂת נָזִיר
א) אַזוי ווי אַ נזיר איז אסור צו טרונקען וויין, אַזוי אויך דער כהן וואָס גייט בענטשן כלל ישראל איז אסור צו טרונקען וויין. און פון דאָ לערנען חז"ל אַרויס, אַז ביי מנחה בענטשן נישט די כהנים ברכת כהנים, ווייל זמן מנחה איז "שַׁעַת שִׁכְּרוּת" און אַ מענטש קען זיין אָנגעטרונקן (חוץ יום הקדוש וואָס מען פאַסט).
ב) די ברכות פון ברכת כהנים זענען אויך אויף גשמיות'דיגע זאַכן, און עס שטייט אין פסוק "עוֹשֶׁר שָׁמוּר לִבְעָלָיו לְרָעָתוֹ", דאָס מיינט אַז עשירות קען אַמאָהל ברענגען אַ מענטש צו זונדיגן. דערפאַר האָט די תורה נאָנט געשטעלט פרשת נזיר, וואָס איז מרמז אויף אַ מענטש וואָס הייליגט זיך, צו די פרשה פון ברכת כהנים, אַז די כהנים זאָלן בענטשן די יודן ווען זיי זענען בקדושה וטהרה, אַז די עשירות זאָל זיי נישט צו ברענגען קיין שלעכטס.
לָמָה נִתְּנָה הַבְּרָכָה לַכֹּהֲנִים
א) די משנה זאָגט, לֹא מָצָא הקב"ה כְּלִי מַחֲזִיק בְּרָכָה לְיִשְׂרָאֵל אֶלָא "הַשָּׁלוֹם", און די מדה פון אהרן איז געוועהן "אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם", און די מדה האָט ער איינגעוואָרצלט אין זיינע קינדער. איז דאָך זייער פאַסיג אַז די בני אהרן וואָס האָבן די מדה פון שלום זיי זאָלן זיין די וואָס בענטשן כלל ישראל, ווייל דער כלי מחזיק ברכה איז די מדה פון שלום.
ב) דער זוהר הק' זאָגט, אַז די כהנים זענען פון "מִדַּת הַחֶסֶד", אַזוי ווי משה רבנו זאָגט אויף זיי, תֻּמֶּיך וְאוּרֶיך לְאִישׁ "חֲסִידֶך", און די ברכות אויף כלל ישראל דאַרפן קומען מיט חסדים, און דערפאַר איז די ברכה איבערגעגעבן געוואָרן צו זיי. און אַ רמז שטייט אויף דעם ווי מען זאָגט ביי אשרי "וַחֲסִידֶיך יְבָרְכוּכָה" די כהנים פון מדת החסד זיי בענטשן כלל ישראל.
ג) חז"ל זאָגן אַז דער יום השבת איז משפיע אַלע ענינים וואָס מען דאַרף האָבן במשך די וואָכענדיגע טעג, כאָטשיק שבת אַליין טאָר מען נישט טוהן קיין גשמיות'דיגע ענינים, אָבער טאַקע דער טאָג וואָס האָט נישט קיין גשמיות אין זיך, דער טאָג איז משפיע אויף אַ גאַנצע וואָך. און אַזוי אויך די יאָהר פון שמיטה וואָס מען טאָר אין איהר גאָרנישט אַרבעטן, דאָס ברענגט די ברכה אויף די קומענדיגע זעקס יאָהר.
און אַזוי אויך די כהנים האָבן דאָך נישט קיין חלק אין ארץ ישראל, זייער לעבן איז נאָר פון די כ"ד מתנות כהונה. און דערפאַר זענען זיי די וואָס זענען ראוי צו בענטשן די יודן מיט אַלע גשמיות'דיגע ענינים, ווי רש"י זאָגט אויף יברכך - בממון.
רְמָזִים בְּבִרְכַּת כֹּהֲנִים
יברכך ה' וישמרך.
א) דער פסוק האָט אין זיך 3 ווערטער כנגד די אבות הקדושים.
ב) דער פסוק האָט 15 אותיות, כנגד דעם שם פון י-ה.
ג) די דריי ווערטער אינעם פסוק זענען מרמז אויף די דריי עליות וואָס מען איז עולה לתורה שני וחמישי.

יאר ה' פניו אליך ויחנך.
א) דער פסוק האָט 5 ווערטער כנגד די חמשה חומשי תורה.
ב) דער פסוק האָט 20 אותיות, כנגד דעם שם פון ה-י-ה.
ג) די פינעף ווערטער אינעם פסוק זענען מרמז אויף די פינעף עליות וואָס מען איז עולה לתורה יעדן יום טוב.

ישא ה' פניו אליך וישם לך שלום.
א) דער פסוק האָט אין זיך 7 ווערטער כנגד די זיבן רקיעים.
ב) דער פסוק האָט 25 אותיות, כנגד דעם שם פון י-ה-י.
ג) די זיבן ווערטער אינעם פסוק זענען מרמז אויף די זיבן עליות וואָס מען איז עולה לתורה יעדן שבת.

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה