הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

מיין מעשה מיט ר' בערעלע

Go down

מיין מעשה מיט ר' בערעלע Empty מיין מעשה מיט ר' בערעלע

הודעה על ידי פעטער Thu May 28, 2009 1:32 pm

וועל איך אזוי פארציילן מיין מעשה'לע וואס איך האב געהאט מיט ר' בערעלע בקיצור נמרץ, ומעשה שהיה כך לא היה:

אנגעהויבן האט זיך דאס נעכטן נאכמיטאג בערך 3 אזייגער נאכמיטאג, אזוי פונקט ווען איך האב מיר געוואלט צולייגן צום נאכמיטאג שלאף (אזויווי עס איז איינגעפירט דא אין אייראפע), און איך ליג שוין אין בעט און פלוצלינג............
המשך יבוא



שוין עמיר נישט לאזן אזוי לאנג ווארטן
בזבזבבבזזזזזזזזז, דער סעלפאן נעמט זיך דריזלען (נישט אזויווי דריזלען ווען עס רעגנט שוואך), און מ'געבמיר א שטרעק אויס דער האנט צום שענקל וואס ליגט אזוי כמעט נאנט צום בעט, און בום - איך געב מיר אזא געזונטע דריי אויס און אריין אין די נעגל וואסער (דארף מען האבן נעגל וואסער נאכמיטאג?).. שוין, איך זעה אז מיט די שלאף איז שוין פארפאלן, גיי איך צום סעלפאן אויפ'ן שענקל און געב א קוק אויף דעם סקרין און איך זעה....
3 NEW MESSAGES
מאך איך עס אויף און איך געב א קוק, אלעס פון דער זעלבע איין מענטש (נישט דער חאצקל וואס פייניגט הירצקא), קוק איך וואס ער וויל

המשך יבוא אי"ה ווען עס וועט זיין מער צייט

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

מיין מעשה מיט ר' בערעלע Empty Re: מיין מעשה מיט ר' בערעלע

הודעה על ידי פעטער Thu May 28, 2009 1:32 pm

שוין, עמיר ווייטער גיין מיט אונזער מעשה מיט ר' בערעלע.

מעסעדזש 1: chatzkil, where r u?
מעסדזש 2: gegangen shlufen?
מעסעדזש 3: k, i see u no pick up, u invited to vachnacht 2nite in my shvers hoiz @ cor maple terr. & grandveiw iy"h by u oif simchos

טראכט איך צו מיר, איך זעה אז מיין נאכמיטאג שלאף איז שוין פארשפילט און יעצט אז מיין נאכט שלאף איז אויך פארשפילט, וועל איך כאטש זיך ענזדשויען ביים וואכנאכט, און קנאקן דארט ניס א האלבע נאכט.
קום איך אהן אזוי א פערטל נאך ניין צום שווער'ס הויז אויף גרענדוויו רד. - אין קול ואין עונה ואין בערל ואין שווער - נישטא קיינער דא, איך גיי ארויף די שטיגן צום טיר און איך זעה אזוי א קליין צעטעלע קוים ארויפגעקלעבט מיט אביסל סקאטש טעיפ, וואס ליינט זיך עפעס אזוי:

די וואכנאכט פון ר' בערל וועט פארקומען צוליב טעכנישע סבות ביי אים אינדערהיים אויף קאלווערט לעבן סקול טעררעס.
אנטשולדיגט פאר די אומבאקוועמליכקייט - בערל

זעץ איך מיר אריין אין קאר און איך הייב אהן פארן ארויף מעיפל עוועניו, אזוי פארנדיג צוויי מינוט הער איך פון אונטער מיר, לע לא לע לא לע לא. איך קוק אין שפיגל און איך זעה רויטע און בלויע און ווייסע לעקטערס, קודם האב איך געמיינט אז עס איז א בילד פון די עמפייער סטעיט בילדינג, אבער ווען איך האב געהערט די אנטיסעמיטישע שטימע פון דעם פאליציאנט, האב איך שוין איינמאל געוואוסט ווי איך בין.

דער שמועס איז געגאנגען בערך אזוי:

פאליציאנט: לייסענס ענד רעזדשיסטרעישן פליז! (ער דארף מיר עס צו בעטן, נישט צו זאגן מיט אזא מין שטימע וואס מאכט מיר ציטערן).
חאצקל: וואס האסטו גע'עסקט'? מי נאו ספיק גאאד ענגליש.
פאליציאנט: לייסענס ענד רעזדשיסטרעישן פליז!!!!!!
חאצקל: (דרייט זיך אויס צו איינער פון די פילע הונדערטער צוקוקער) וואס וויל דער אנטיסעמיט פון מיר?
פאליציאנט: לייסענס ענד רעזדשיסטרעישן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! (באמערקט'ס ווי ער זאגט מער נישט פליז)
חאצקל: אההה.... איך כאפ שוין.... איי געט איט.... די ווילסט... יו וואנט טו קאם טו דע רעזשדיסטרעישן אוו די בייקס פראם חברים. איך רוף זיי שוין.... איי עם קאלינג דעם רייט עוועי......
פאליציאנט: הו אר יו קאלינג? איים ספיקינג טו יו!
חאצקל: מי קאלינג? חברים, יו דאונט נאו? די פיפל וויט די יעלאו וועסטס.
צוקוקער: חאצקל, שנעל געב אים דיין לייסענס פאר ער וועט דיר קייטלען.....
(איך הייב אזוי אהן צו טראכטן, אפשר לוינט זיך, איך וויל וויסן וויאזוי עס פילט צו זיין אין קאפ'ס...)
חאצקל: דיס איז וואט יו וואנט? (איך געב אים מיין לייסענס)
פאליציאנט: וואטס טעיקינג יו סאו לאנג?
ער גייט אריין אין זיין קאר, און זיצט כאילו ער האט די גאנצע צייט פון די וועלט, ער ווייסט נישט אז איך יאג מיר פאר א גוט שטיקל קוגל פון בערל'ס שוויגער'ס חבר'טע פון אראונד די קארנער.
ער קומט ארויס נאך צעהן מינוט מיט אפאר צעטלעך, איך האב נישט קיין אנונג פארוואס ער האט מיר געגעבן 4 טיקעטס, איך ווייס נאר פארוואס ער האט מיר געגעבן צוויי, פארן אהן קיין סיט בעלט, רעדן אויפ'ן סעל, פארן אנגעטרינקענערהייט, און ספידן (ווי האלט איך, ביי צוויי?)

וועל איך ווייטער פארציילן בציקור נמרץ, איך פאר ווייטער ארויף די 'דריי נול זעקס' ביז איך קום אהן צו קאלווערט דרייוו, איך קום אהן נאכדעם צו סקול טערעס און זיך אויף די הויז, צו מזל טרעף איך א נארמאלע פארקינג ספעיס (איך בין צוגעוואוינט צו בארא פארק ווי עס איז איינגעפירט אזויווי מאנהעטן - אז מען צאלט פאר פארקינג - מען פארקט לעבן א פאמפ און מען צאלט דערפאר...) און איך גיי שוין אריין אין די הויז ווען די קוגל און טשולענט שמעקן אזוי געשמאק אז איך וויל שוין ארויסלויפן פון דארט.
די ערשטע זאך - פארשטייט זיך - ווען איך קום אריין שוין אזוי שפעט, טרעף איך דארט יענקל, ער געבט א שריי אויס הויך אזוי צו מאכן זיכער אז יעדער הערט "חאצקל, וואסינייעס?"
המשך יבוא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

מיין מעשה מיט ר' בערעלע Empty Re: מיין מעשה מיט ר' בערעלע

הודעה על ידי פעטער Thu May 28, 2009 1:34 pm

פאר קאמענטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה

- Similar topics

 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה