הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/




Join the forum, it's quick and easy

הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/


הפרדס
האם אתה רוצה להגיב להודעה זו? אנא הירשם לפורום בכמה לחיצות או התחבר כדי להמשיך.

ענינים אויף רות

2 posters

Go down

ענינים אויף רות Empty ענינים אויף רות

הודעה על ידי גערטנער Fri May 22, 2009 12:54 am

דער טעם פארוואס מ'ליינט רות אין שבועות שטייט ווייל מ'וויל ווייזן אינעם טאג פון מתן תורה אז א מענטש קען נאר זוכה זיין צו די תורה דורך יסורים, אזוי ווי רות האט מיטגעמאכט ביז ווי לאנג זי איז געווארען א איד.
נאך א טעם שטייט אז שבועות ווען מיר האבן מקבל געווען די תורה, זענען מיר דאך אלע געווען גרים, וועגן דעם לערנט מען די מעשה פון גרים.
נאך א טעם שטייט אין ספר ברכי יוסף, אז אידן האבן מקבל געווען ביי מתן תורה 606 מצוות כמנין רות, (ווייל 7 מצוות פון שבע מצוות בני נח האבן זיי שוין געהאט נאך פון פאר מתן תורה) דערפאר ליינט מען רו"ת לזכר זה.
(ברכי יוסף)

אין רוקח שטייט א טעם ווייל אין פרשת אמור שטייט די פרשה פון יו"ט שבועות און דארט שטייט ביי די סוף פון די פרשה שטייט אין פסוק "וּבְקוּצְרְכֶם אֶת קְצִיר אַרְצְכֶם לְעָנִי וְלַגֵר תַּעֲזוֹב אוֹתָם", דער טעם פארוואס ס'שטייט דארט די מצוה, ווייל די תורה וויל ווייזן מיט דעם אז צום לערנען פעלט אויס זייער וויכטיג צו טוהן חסד, און דערפאר ליינט מען רות אין שבועות ווייל דארט זעהן מיר אויך אז בועז האט געגעבן פאר רות פון די תבואה וואס ער האט געשניטען, און ער האט געטוהן מיט איר חסד, און מיר געפונען טאקע אז אין רות איז דא 85 פסוקים כמנין בוע"ז.
(רוקח)

אין אבודרהם שטייט אז די גמרא זאגט אז ביי מתן תורה האבן זיך די אידן געדארפט טובל'ן און מאכן א ברית אזוי ווי איינער וואס איז זיך מגייר, דערפאר ליינען מיר רות אין שבועות ווייל אויך זי האט זיך מגייר געווען.
(אבוררדהם)

אין חידושי הרי"ם שטייט אז דערפאר ליינט מען רות, ווייל צוליב רות איז באנייט געווארען א הלכה ביי אידן אז דעס וואס שטייט אין די תורה אז מ'טאר נישט חתונה האבן מיט א עמוני, מיינט נאר א עמוני א זכר אבער מיט א עמונית א נקיבה מעג מען יא, און אזוי האט מען געמעגט חתונה האבן מיט איר, קומט אויס אז דאס איז ווי א נייע קבלת התורה, אז די חכמים האבן די כח צו צילייגען הלכות צו די תורה, דערפאר ליינט מען עס טאקע אין דעם טאג פון קבלת התורה.
(חידושי הרי"ם)

א ענליכע טעם שטייט אין נאמען פון צדיקים, ווייל ס'איז געווען צייטן, וואס איז געווען פארשידענע גרופעס וואס פלעגן נאר גלייבן אין תורה שבכתב, און נישט אין תורה שבעל פה וואס די חכמים האבן צוגעלייגט, דערפאר ליינען מיר רות, וואס וועגן איר האבן די חכמים צוגעלייגט די הלכה פון "עמון ולא עמונית", צו ווייזן אינעם טאג פון קבלת התורה, אז ס'קען נישט גיין תורה שבכתב אן די תורה שבעל פה.
(בשם צדיקים)

אין בנין אריאל שטייט, אז שמואל הנביא האט אפגעשריבען רות כדי אויסצורעכענען די יחוס פון דוד המלך, און אין ירושלמי שטייט אז דוד המלך איז נפטר געווארען אין שבועות, און די גמרא זאגט אז דער אויבערשטער טוט פארענדיגען די יארען פון די צדיקים, קומט אויס לויט דעם אז דוד המלך איז אויך געבוירען געווארען אין שבועות, דערפאר לכבוד זיין געבורט'ס טאג רעכענען מיר אויס זיין יחוס.
(בנין אריאל)

אין אמרי אמת שטייט נאך א טעם, ווייל מ'וויל ווייזן אז מיט'ן כח התורה קען מען צוזאם נעמען אלע ניצוצות הקדושים וואס זענען נעבעך צושפרייט אין די גאנצע וועלט, ווי למשל די גרים, און דערפאר ליינט מען רות וואס איז געווען א גיורת, צו דערמאנען אין טאג פון קבלת התורה אז דאס קענען מיר טוען אין זכות פון די תורה,
(אמרי אמת)

אין אוצר המנהגים שטייט אז דער טעם איז וויל מ'וויל לערנען אין טאג פון קבלת התורה אלע דריי זאכן ת'ורה נ'ביאים כ'תובים, און תורה ליינט מען דאך, און נביאים איז די הפטורה וואס מ'זאגט, און דערנאך זאגט מען רות וואס איז פון די כתובים, און פארוואס עפעס האט מען אויסגעוועלט פון אלע כתובים דוקא רות?? ווייל רות איז די ערשטע פון אלע כתובים זאגט מען קודם רות.
(אוצר המנהגים)

אין ספר ראשי בשמים שטייט אז די חז"ל האבן אונז געוואלט אויסלערנען די מדה פון חסד, וואס דאס זעהן מיר פון די מעשה פון רות, ווייל אז מ'איז מקבל די תורה מוז מען אויך האבן די מדה פון חסד, ווי די גמרא זאגט אין יבמות, ווען איינער זאגט איך וויל נישט מדות נאר תורה, דער האט די תורה אויך נישט, דארף מען אין די טאג פון קבלת התורה מקבל זיין אויף זיך די מדת החסד.
(ראשי בשמים)

גערטנער
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 269
מעלות : 431
אנזעהן ביים ציבור : 34

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

ענינים אויף רות Empty Re: ענינים אויף רות

הודעה על ידי חאצקל Tue May 26, 2009 4:44 pm

ותהי משכורתך שלימה מעם ה' אלקי ישראל אשר באת לחסות תחת כנפיו (רות ג', י"ב). זאגט דער מדרש, אמר רב חסא אשר באת, פרעגען די מפרשים וואס איז דא ר' חסא מער מוסיף ווי עס שטייט אין פסוק. מען קען עס פארשטיין, לויט ווי מען זאגט נאך, אז רבי ר' זושא זצ"ל האט אויף די עלטער אמאל געזאגט, אז ער זוכט גארנישט אזוי שטארק דעם גן עדן, ווייל דאס וואס ער קען זיין אויף די וועלט און דינען השי"ת, איז ביי עהם דער גרעסטער גן עדן. דאס איז פשט אין די ווערטער פון ר' חסא, ותהי משכורתך שלימה, דער גרעסטער שכר וועט זיין ביי דיר, אשר באת, אז דו קענסט זיין תחת כנפי השכינה, און דינען דעם אויבערשטען.
(ספרים)

חאצקל
שר מאה ועשרים

מספר הודעות : 285
מעלות : 364
אנזעהן ביים ציבור : 13
מיקום : אויפ'ן וואגן

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה