הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/



ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

Go down

ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה by פעטער on Thu May 21, 2009 9:44 pm

ביי פירות:

מענטשן פרעגן ווי גוט איז ווינדאוס 7? ווי גוט איז עס דעוועלאפט? זאל איך עס נוצן ווען עס קומט ארויס? (מסתם עם קומענדיגן זומער), לוינט זיך צו אפגרעידן פון עקס פי און פארדריען די גאנצע סיסטעם? ווער גאראנטירט עס וועט נישט זיין די זעלבע חורבן ווי וויסטע בשעתו? און וואס טוט זיך מיט אפגרעידן פון וויסטע?

לאמיר אביסל אריינגיין אין די נושא זעהן די מעלות און חסרונות פון ווינדאוס 7, וואס זענען די נייע און פארבעסערטע אפשענס, וואס זענען די מינימום ספעסיפיקעישענס וואס מען דארף האבן צו קענען האבן ווינדאוס 7, און וויפיל מעמארי נוצט עס.

המשך יבוא אי"ה

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה by פעטער on Thu May 21, 2009 9:45 pm

חלק ב'

לאמיר א קוק טוהן אויף די מינומום רעקווייערמענטס פון ווינדאוס עקס פי און וויסטע קודם, מייקראסאפט אפיציעלע וועבסייט זאגט אזוי, עקס פי דארף האבן א פראסעסאר (עני מאדעל) מיט 300 מה"ז, 64 מעגאבייט מעמארי (בעסער 128 מעגאבייט), 2 גיג הארד דרייו מיט 640 מעגאבייט ליידיג, און א סידי דרייוו אדער דיווידי דרייו צו קענען אינסטאלן ווינדאוס, (אויב איינער קען זיך גוט אויס קען ער עס מאכן מיט א יו עס בי לאמיר נישט פארקריכן).

ווינדאוס וויסטע מינימום פארלאנגן זענען אזוי, איין גה"ז פראסעסאר (טויזנט מה"ז), איין גיגאבייט מעמארי, 40 גיגאבייט הארד דרייוו מיט ווייניגסטענס 15 גיגאבייט ליידיג, סופארט פאר דיירעקט עקס 9 גרעפיקס (דאס הייסט א גענוג א שטארקע ווידאו קארד מיט 128 ווידאו מעמארי און נאך זאכן), און א דיווידי דרייוו צו אינסטאלן.

יעצט לאמיר זעהן די חילוק, בשעת ווען מען דארף זוכן צו גרינגער מאכן און שנעלער מאכן די קאמפיוטערס, איז מייקראסאפט געגאנגען און פארלאנג חילוקים פון הימל און ערד, דאס הייסט אז א גרויסע פראצענט מענטשן וואס האבן געקויפט קאמפיוטערס און די יארן פון עקס פי, קענען נישט בכלל ניצן וויסטע חוץ אויב זיי קויפן א נייע, יעדער איינער וואס האט נאר א קאפ אויפן פלייצע פארשטייט אז פאר די ביזנעס צוועקן וואלט געווען סאך בעסער פאר מייקראסאפט אז זיי מאכן די קאנטראסט אביסל ווייניגער, אזוי אז מען זאל קענען אפגרעידן פון עקס פי צו וויסטע אן קויפן א נייע קאמפיוטער, זיי וואלטן פארדינט סאך מער אויף דעם, סא דאס איז געווען די ערשטע חורבן פון וויסטע.

לאמיר א קוק טאהן אויף סטאטיסטיקס ווינדאוס וויסטע איז אפיציעל געגאנגן פאבליק און יאנואר 07, זעקס חדשים שפעטער האט א אנקעטע קאמפאני געמאלדן אז לויט זייער חשבון איז וונדאוס עקס פי אויף 82.91 פראצענט פון אלע קאמפיוטערס, ווינדאוס 2000 האט 14.88 פראצענט, ווינדאוס סערווער 2003 האט 1.83 פראצענט און וויסטע האט נאר 0.32 פראצענט, דאס איז געווען זעקס חדשים וואס אלע נייע קאמפיוטערס זענען געקומען מיט וויסטע, און מייקראסאפט האט באריכטעט אז הכל בכל מכל האבן זיי פארקויפט 60 מיליאן לייסענס דאס רעכנט אריין ביזנעסעס און קאמפיוטער קאמפעניס מיט נייע קאמפיוטערס וואס זענען נאך אין געשעפט.

נאך צוויי יאר וואס מענטשן האבן כסדר געקויפט קאמפיוטערס מיט וויסטע אינסטאלט איז עס ארויף אביסל, אבער אפילו מען קוקט היינט די חילוק פון ווינדאוס עקס פי מיט וויסטע איז עס נאכאלץ הימל און ערד, לאמיר גיין שטייטלעך א יאר נאכן ארויסקומען אין יאנואר 08 איז עקס פי געווען ביי 73.6 פראצענט און וויסטע ביי 7 פראצענט, טאקע א גרויסע פארבעסערונג אבער נישט דאס האט מייקראסאפט געוואלט ווען זיי האבן ארויסגעגעבן די נייע ווינדאוס, קוקנדיג היינט צוטאגס האלט עקס פי ביי 68 פראצענט און וויסטע ביי 17 פראצענט, דאס איז צוויי מיט א האלב יאר נאכן ארויסקומען און נאכדעם וואס קאמפיוטערס זענען געווארן ביליגער, און די פראצענט פון קאמפיוטער סעילס איז ארויף און 07 מיט איבער 12 פראצענט און נאך 11 פראצענט און 08, רוב נייע קאמפיוטערס האבן פארשטייט זיך געהאט וויסטע אינסטאלירט.

המשך יבוא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה by פעטער on Thu May 21, 2009 9:45 pm

חלק ג'

די ערשטע זאך העמיר דורכטוהן די ענין פון סעקיוריטי, קעגן וויירוסעס און קעגן ספייווער וכדומה, אלזא ווינדאוס עקס פי אליין איז זייער שוואך אין סעקיוריטי, מיט אלע אפדעיטס און מיט פייערוואל וכדומה, ממילא נאכן קומען אונטער גאר שטארקע קריטיק פאר די שוואכע סעקיוריטי, און ספעציעל נאך די בלאסטער וויירוס וואס האט חרוב געמאכט אסאך עקס פי קאמפיוטערס, זענען זיי געגאנגן מן הקצה אל הקצה ממש עקסטרעם.

די ערשטע און שטערקסטע פראגרעם האבן זיי דעוועלאפט יוזער אקאונט קאנטראל (UAC), וואס האט געדארפט אויפטוהן אז עס זאל נישט גארנישט געשעהן אן דעם וואס דער יוזער זאל וויסן, ווייל רוב וויירוסעס מאכן חורבנות אן דעם וואס מען זאל עס קענען באמערקן, עס לויפט אין די בעקגראונד מען קען עס נישט זען, און ווען מען כאפט זיך איז עס שוין אסאך מאל צו שפעט, ממילא האבן זיי געמאכט אז קיין שום אינסטעלעישן אדער סיסטעם טשעינדז קען נישט פאסירן אן דעם וואס די באנוצער זאל עס אקצעפטירן, נאכדעם האבן זיי פארבעסערט די פייערוואל (דאס איז א סאפטוועיר וואס לאזט נישט פרעמדע פראגרעמס אליין אריינקומען אין קאמפיוטער) און אויך צוגעלייגט ווינדאוס דיפענדער וואס איז אויך א סעקיוריטי פראגרעם, צוזאמען האט עס געדארפט מאכן זייער א שטארקע סעקיוריטי וואנט, וואס זאל צוריקהאלטן אלע וויירוסעס און זיכער מאכן אז די קאמפיוטער גייט אן אן א שטערונגן

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז UAC האט משוגע געמאכט ביי יעדע קליינעקייט, אפילו אזעלכע זאכן ווי קאפיען פיילס און מאכן קליינע טוישן, די עיקר פראבלעם איז געווען אז אפילו זאכן וואס די אדמיניסטרעיטער האט אים געהייסן טוהן האט ער איבערגעפרעגט, מען האט עס טאקע געקענט אויסלעשן אבער דעמאלטס איז עס בכלל נישט געווען נוצבאר, און חוץ פון דעם האט געהאלטן אין איין ארויפשפרינגן מעסעדזשעס אז מען איז נישט סעקיורט, די פייערוואל האט געבלאקט סיי גוטע און סיי שלעכטע פראגרעמס, און אנפאנג האבן זייער אסאך אינטערנעט פראוויידערס (ISP) געהאט פראבלעמען צוצושטעלן די אינטערנעט סערוויס לויט די פייערוואל, זיי האבן טאקע כסדר פארבעסערט מיט די אפדעיטס אבער די עיקר פראבלעם אזי אייביג געבליבן.

זענען זיי יעצט געקומען ביי ווינדאוס 7 און געמאכט א נייע מהלך, עס איז דא פיר לעוועלס און UAC, די ערשטע איז דיפאלט ער ווארנט דיר נאר ווען פראגרעמס ווילן אליין מאכן טשעינדזעס, אבער ווען די אליין טוסט עפעס לאזט ער דאס איז לכאורה די בעסטע אפשען, נאכדעם האט ער די זעלבע אפשן נאר די סקרין זאל נישט ווערן טונקל, נאכדעם האט ער די זעלבע אפשען ווי וויסטע, אדער בכלל נישט ווארענען.

המשך יבוא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה by פעטער on Thu May 21, 2009 9:51 pm

חלק ד'

יעצט העמיר כאפן א שמועס וועגן פערפארמענס, דאס מיינט ווי גוט ער פירט אויס זיינע תפקידים, איך וועל דא אראפברענגן א טשארט פון א טעסט וואס איינער האט געמאכט, ער האט געמאכט 23 טעסטס ווי לאנג עס נעמט און ווי גוט עס גייט אויף יעדע וונדאוס באזונדער איך וועל עס מסביר זיין בקיצור:

1. ווי לאנג נעמט צו אינסטאלן די אס (אפערעיטינג סיסטעם, און אונזער פאל ווינדאוס)
2. ווי לאנג נעמט באטען (פון ווען די קאמפיוטער צינדט זיך אן ביז ער איז אין וונדאוס גרייט צו ארבעטן)
3. אויסלעשן (פון ווען מען דרוקט די שאט דאון קנעפל)
4. רוקן 100 מעגאבייט פון פיילס פון איין הארד דרייוו צו א אנדערע (אין די זעלבע הארד דרייוו וואלט עס געגאנגן שנעלער, גראדע דזשעיפעג JPG פיילס)
5. רוקן 2.5 גיגאבייט פיילס פון איין הארד דרייוו צו א אנדערע (פארשידענע פיילס צווישן איינס און הונדערט מעגאבייט)
6. רוקן הונדערט מעגאבייט צו א אנדער קאמפיוטער דורך א נעטווארק
7. רוקן 2.5 גיגאבייט דורך א נעטווארק
8. די נעקסטע פיר זענען די זעלבע ווי די פריערדיגע פיר אבער בשעת די קאמפיוטער איז פארנומען צו מאכן א ISO (א בילד) פון א די ווי די (וואס איז זייער א שווערע פראסעס)
9. קוק 8
10. קוק 8
11. קוק 8
12. קאמפרעסן 100 מעגאבייט (מאכן א זיפ פייל נוצנדיג די ווינדאוס בילט-אין פראגרעם)
13. קאמפרעסן 1 גיגאבייט
14. עקסטרעקטן (צוריק עפענען פיילס פון א זיפ פייל אויך נוצנדיג די ווינדאוס פראגרעם) 100 מעגאבייט
15. עקסטרעקטן 1 גיגאבייט
16. אינסטאלן אפיס 2007 אולטימעיט עדישען פון א די ווי די
17. עפענען 10 ווארד פיילס נאר טעקסט
18. עפענען 100 ווארד פיילס מיט טעקסט און בילדער
19. עפענען א פשוטע עקסעל פייל מיט בעסיק אפשענס
20. עפענען א שווערע עקסעל פיילס מיט פארמולעס און טשארטס (ער דארף רעכענן אסאך)
21. ברענען (ארויפלייגן פיילס) אויף א די ווי די נוצנדיג די פראגרעם CDBurnerXP
22. עפענען 10 פי די עף פיילס נאר טעקסט
23. עפענען 100 פי די עף פיילס טעקסט און בילדער

ער האט א סיסטעם פון פאונטס פון 1 ביז 3 1 מיינט די שנעלסטע 3 מיינט די שטאטסטע, עס קומט אויס זייער אינטערסאנט ביי קלענערע פיילס ווי 100 מ"ב האט עקס פי די אויבערהאנט, אבער ביי מער פיילס און גרעסער ווי א גיג אדער 2.5 איז וויסטע שנעלער, עכ"פ רוב טאג מאכט מען קלענערע פיילס ממילא האט עקס פי די אויבערהאנט, ווי אויך ביי עפענען פיילס אויב מען עפענט ווייניגער (וואס רוב מענטשן טוען געווענדליך) אזי עקס פי שנעלער, אבער אויב מען עפענט אסאך איז וויסטע שנעלער, אנצינדן אדער אויסלעשן איז אויך עקס פי שנעלער, ממילא פאר האום יוזער איז וויסטע געווען א דיזעסטער, (קען זיין גרויסע קאמפעניס וואס טוען אסאך אויפאמאל איז אפשר יא וויסטע בעסער דארף מען זיי פרעגן, למעשה די פראצענט ביזנעס יוזערס אזי אויך גרעסער אין עקס פי), ביי עס פי 1 (סערוויס פעק) האבן זיי טאקע אסאך פארבעסערט, אבער ווינדאוס 7 מיט עקס פי איז נאכאלץ סאך שנעלער, דאס מיינט אונזער קעפל ווינדאוס 7 וואס וויסטע וואלט געדארפט זיין, ווייל מייקראסאפט וואלט געדארפט זיכער מאכן אז וויסטע לויפט שנעלער און סמוטער ווי עקס פי, למעשה האבן זיי געטוהן פארקערט מוזן זיי דאס יעצט מסדר זיין.

מיר זענען גרייט צו הערן קאמענטארן און הערות אדער שאלות מיר וועלן גערן ענטפערן.




פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: ווינדאוס 7: וואס וויסטע וואלט ווען געדארפט זיין.

הודעה by פעטער on Thu May 21, 2009 9:52 pm

פאר קאמענטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה