הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/



אייער מיינונג איבער א ברייטע קידוש שבת אינדערפרי

Go down

אייער מיינונג איבער א ברייטע קידוש שבת אינדערפרי

הודעה by פעטער on Thu May 21, 2009 9:39 pm

לאמיר די אנהייבן מיט א טעמע וואס ס'דריקט מיר שוין זייער לאנג, און געוויס אויך פאר געוויסע פון אונזערע מעמבער'ס דא און פרדס,

א יעדע וואך פרייטאג קומענדיג און מקוה, ווי אויטאמאטיש ריקט זיך די הענט צו דער וואנט וואס געפינט זיך נעבן די טיר, וואס אויף די וואנט ליגט 2 האלטערס וואס האלט און זיך פאפירן, און מען ריקט ארויס פון דארט די 2 לוחות וואס ערהאלט און זיך אלע שמחות וואס וועט פארקומען די שבת זכרים קידושים באווארפנ'ס און שבע ברכות און נאך,

סוי לאמיר דערציילן די עפיזאד וואס האט זיך מיט מיר די וואך אפגעשפילט, (נישט די ערשטע מאל), אויפן לוח זעה איך אז מיין גוטע חבר גייט אי"ה די שב"ק געבן א קידוש, לרגל וואס איז עם געבוירן געווארן א פרישע ליכטיגע מיידעלע, שוין פריי יעך זעך אז די וואך שבת אינדערפרי וועלן מיר האבן א קידוש, און מיר וועלן מאכן א לחיים און עסן אביסל קעיק און טרינקן אביסל שנאפס, און דערנאך גיין אהיים פראווענען די סעודתא דצפרא דשבתא, צוזאם א שבת'דיגע סעודה פארברענג מיט די ב"ב און מיט די זיסע און ליכטיגע קינדערלעך, און מיט זינגען לויב געזאנג פאר גאט קוב"ה, און פארהערן די קינדער וואס זיי האבן געלערענט די וואך און חדר, אא"וו,

און איצטעט צום פאונט
אריינקומענדיג צום ביהמ"ד ווי די קידוש האט זיך אפגעשפילט, בין איך געבליבן פארגאפט וואס דארט האט זיך אפגעשפילט, אנגעהויבן פון די געשמאקע ברוינפנ'ס און וואדקע, און די קריספי אייער קיכלעך מיט אלע מיני הערינג'ס, און ווער רעדט נאך פון די גאלא, אוי האט ער זיך געוואקעלט, און מיט די רויטע בארביקיו קאליר פון אויבן, אבער דאס אלעס קען מען נאך אראפשלינגן עסען אביסל, און נאך לאזן פלאץ פאר די סעודה וואס וועט באלד פארקומען אינדערהיים, אבער ווען ס'איז אריינגעקומען די שיסעלעך מיט די טשולנט, דאן איז געווען די קלימאקס, לאמיר ענק נאר אראפלייגן וואס איז און דעם שיסל געליגן, פארשטייט זיך בונדעלעך, אבער וואס נאך? פלייש,סיי טשיקען ,און סיי בהמה, ווייטער קיגלעך, סיי פאטעיטא, און סייגעקעטענע, בקיצור א טשולענט מיט אלע טעמים, און מיט אלע ספייסעס אזוי ס'איז געגאנען א רויך, און דאס האט מען נישט אזוי גרינג געקאנט אראפשלינגען, און אזוי אדורך לאזן שטילערהייט, אזאש ס'איז געגאנגען איין פלעיט נאכן אנדערן, נישט געווען א רעדע פון זיך צוריקהאלטן, כדאי מען זאל נאך קענען עסן אינדערהיים, נישט געווען פארהאן די כוחות פון המעצר, מ' האט געהאקט שטיקער, און פארשטייט זיך געטרינקען נאך א גלעזיל און נאך א גלעזיל פון די געשמאקע ברוינפן, אזאש אז ווען מ'אט זיך איפגעשטעלט איז די מאגן געווען פיל עד כלות, און דער קאפ האט אויך היבש געשווינדעלט, אזאש אז ווען מען איז אנגעקומען אהיים האט מען געדארפט איין זאך א בעט, און פארטיג, א סעודה מאן דכר שמיה, פארברענגן מיט די ווייב און קינדער ווער האט יעצט צו דעם נערוון, אבער דאך מ'האט זיך געפירט צו פראווענען א סעודה שבת אינדערפרי גיט מען א כאפ אפ די סעודה איינס צוויי, די קינדער כאפן פסקים, און מען ווארט קוים זיך צוזעהן און בעט, בקיצור אנשטאט א שיינע און דערהויבענע שבת אינדערפרי סעודה, וואס דארף ווען אויפבויען די קניפ צווישן די טאטע און די קינדער, א סעודה וואס דארף ווען צו זיין א גוטע אנהייב פאר'ן קומענדיגן וואך, א צייט וואס ס'איז גאייגנט זי נחת פון די זיסע קינדערלעך וואס גאט האט געשאנקען, האט מען צושטערט די ריעלעישאן שיפ מיט די קינדער, און סתם צושטערט א צייט וואס וואלט דעדארפט זיין שיין און דערהויבן, און דאס אלעס איז פשוט ווייל מיין חבר האט זיך געוואלט געפעלן און געבן א ברייטע קידוש,

און יעצט לאמיר זיך צו ענק ווענדן צו די אנדער חברים פון דא און פרדס, וואס איז אייער רייכע מיינונג, צו איז נישט קיין פארברעך אז מען זאל ביי א קידוש געבן אלע מיני פרעסעריי? מילא אביסל הערינג און קוגל פיין, אבער טשולענט וכדו' איז דאס נישט קיין עולה? לאמיר הערן וואס ענק האבן צו דעם צוזאגן,


קומטס און לאזט הערן אייער מיינונג,



נ.ב. יום א' ביי סאפער האב איך לכבוד דעם
געהאט אסאך אסאך טשולענט,

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: אייער מיינונג איבער א ברייטע קידוש שבת אינדערפרי

הודעה by פעטער on Thu May 21, 2009 9:41 pm

פאר קאמענטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה