הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/



א גריס אייך פון די לבנה

Go down

א גריס אייך פון די לבנה

הודעה by פעטער on Thu May 21, 2009 8:12 pm

דער דרייצן יעריגע בר מצוה בחור'ל ענדיגט מיט א זעלטענע פרישקייט די לעצטע פאזע פון זיין מעכטיגע מערבית פון א פשוט'ע מיטוואך.

ונאמר......... והיה ה' אחד אישמעחאד........

און ווארטענדיגע אויפן נאכנישט אנגעקומענעם שעעכיואח פון גאנצען ציבור,

ווען פליצלינג פון די אנדערע זייט ביהמ"ד, רופט אויס א קליינע, רויטע, גראבליכער, מידל עידש, מיטן א האלב געביגלטע שטאפען היט...

"קידעש לעבאנע".

מיט א האלבע שמייכל קוקט דער רויטער, מיט פארלוירענע בליקן צו זעהן, וואס וועט זיין די רעאקציע פונעם ציבור.

און אט ר' חיים אן עלטערע איד, מיט צעבלאזענע געלע פיאות, רינדעכיגע בארד, וואס זיינע בייאפאקעל ברילן ליגן שטענדיג אויפן נאניע מחציה ולמטה, אויף זיינע לענדן האט ער געניצט זיין געשטריקטע שאחל במקום גארטל, ארימגעדרייט אויף זיין אגעריבע רעקל געמאכט פון בלוי וואל, אין די שווארצע הויזן און ווייסע זאקן איז נישט אזוי אוועקצומאכן.

אט איז ער, איז גאר דער גיט זאגער, אין אונזער שול, ער האט יעצט אויסגעניצט די דריי סעקונדעס שטילקייט, און אויסגעריפן אויפן קול צום רויטן פרישער........

"זאג נאר אינגערמאן ס'איז שוין אריבער די שבעה נקיים פון די לבנה" ...............

יאפס דאס מאל, ווי אלעמאל, דער גאנצער מנין צעשאקעלט זיך פאר געלעכטער, אבער אונזער בחור'ל בעל תפילה, זעהט אז ער פארפאסט א קנאקעדיגע דזשויק, וואס ער ווייסט ניטאמאל ווי אזוי מען זאגט די ווארט ארויס פון מויל, גייט ער צו צי זיין נענטסטן שכן וואס ווישט נאך די טרערן פון זיין געלאכאטס, און ער פרעגט אים איבער וואס האט ר' חיים געזאגט, דער אינגערמאן זעהט זיך אין א פראבלעם, גיט ער אים א זאג אז ס'איז עפעס פון פרעה'ס "זיבן קוען"....... אין ער גיט ספאנטאן א הייב אויף דעם טעלעפוין, און פטור געווארן פונעם יונגער פעגער.

מען גייט ארויס כמעט ווי אין א טשא טשא טרעין פון ביהמ"ד, און מען קומט אן אין גאס, קוקט יעדער ארויף אויפן הימל, צו זעהן די מלאכים מיט די פידלעך בשמי רום, אין איינער גיט א געשריי דארט איז עס......., דער גאנצער עולם גיט א קוק אויף יענעם'ס ריכטונג, און ואייגעגי, ס'איז נישטא,

און א אכצען יעריגע אסראנאמיסט, רופט אויס פאר זיינע ארומיגע, אז באמת איז יא דא א לבנה, נאר דאס וואס מען זעט עס נישט איז, ווייל די וואלקענעס מאכן א "קאווער אפ", פשי הא דאס איז שוין געווען א חידוש ממש זאגן אויף א אין אז סאיז א יש.

און ווי דער פארשטענדליכע לאגיסטישע שנה ראשונה אינגערמאן, מיט די אויסגעקעמטע בארד אין דיפירידא פייקעלעך גיט זיין אנאליז, אז ווי ער זעהט פאר וועט דער אינטערשטן וואלקן גיין פונדאנענט ביז א מינוט צוויי, פשוט ער זעהט עס לויט די ווינטן.

דא קומט דער אנגעכמארעטע אינגערמאן, מיט די נאסע פיאות פון די מקוה פארן קידוש לבנה, ער זעהט א מנין אידען שטייען ווארטן אויף א לבנה הילפסלאז, גיט ער הויעך אויפן קול די נאטורליכע שלעפ מיט דעם נאז זיינע, אין שלעפט ארויס א פארשמירטע טאשן טיכל, מיט אראנדשע און רויטע (גרינע) דעזיינס, און זאגט אז דאס איז א פאטשיילע, פון וואס מען רעדט אין די מעשה ביכלעך, און ווי נאר ער גייט מאכן מיט די פאטשיילע די נינועים, אחת למעלה ושבע למטה, וועט אנכאפן פאר די לבנה די קדחת, אז די לבנה וועט קומען צו לויפן ביז למטה מעשרה ממש.

זאגט אים ר' חיים די קענסטעך שוין מאכן די ברכה גלייך, ס'איז דאך שוין א זדיטשובע לבנה, דער אינגערמאן קוקט אים אן מיט בני אדם אייגעלאך, ווער אין זדיטשוב האט אפגעקויפט די לבנה????.......... און פארוואס????..... און ווען אידאס געווען????????................

ביני לביני איז לבנה ערשינען אויפן האריזאנט, במלא יפיה והדרה, דער גאנצער ארום האט ס'ווי אויף איינמאל געגעבן א קוויטש דעם הללי'ה, ברוך אתה, ממש ס'באבעלט פאר קדושה, מען מיינט אז מ'פליט אויף די לבנה.

כשם כשאני רוקד כנגדך, ואיני יכול לנגוע, איז היבש אינטרעסאנט צוצוקיקן, ווי יעדער באזינדער מעסט אפ צו טאקע אינו יכול לנגוע בך, אה ניין, איז אויב אזוי, דאן כך לא יכלו, און שטייצעך אז ס'קומטעך גלייך אין קאפ אריין די קשיה, "קענען די אסטראנאטן זאגן דעם כשם, איני יכול לנגוע בך?", נו!. מחשבות זרות אוועק דעמיט.

ולא יהי לי כאב שניים, איז דער מנהג אז מען פירט ארום דעם צינג, אויף א טור ביי אלע זעקס און דרייסיג ציין, און דאס איז דאך איין מאל א חודש וואס די ציין האבן א באזיכער.

אבער נישט פארגעסן אריינצוזאגן אין אויער פאר אן אלטע בחור, אדער פארן אינגערמאן וואס איז אינעם ניינטן חודש, ווער רעד נאך די מצוה וואס מען קויפט זיך איין ביי א אינפערטילעטי פאציענט, אריינצוזאגען און אויער דעם סימן טוב ומזל טוב, יא אי"ה דאס חודש. און צירוק בליקן פון די זייט. אוי, יענער ווערט רויט, קען מען שוין אויספויקן אז ס'איז דא נייעס, והא קרייע.......

איך קען בטבע נישט אזוי שנעל עברי זאגן, ובכן, די אלע וואס האבן שוין בעסערע עקספיריענס, אין עברי פון מיר, הערן מיר נישט אויף באשאלעמאלייכעמען, און איך דארף מיך יעדעס מאל דערמאנען, ווי כ'האב געהאלטן פאר דעם, און אויב איך ענטפער נישט וועט ער נישט נאכלאזן, ביזכ'בין מפסיק מיינע זאגערייען אפצונעמען דעם ווארימען שלומליכם,

איך מיין אז ס'איז שוין העכסט צייט, צו מאכן אזא סימן, וואס מען האט געמאכט פאר די סאבראס שנארערס, מען גיט א עפן אויף די האנט פלאך אויף ארויף, ופרח לו, דערגייער איז שוין ביים שכן, נו! אויב אזוי אפשר קען עפעס מאכן מיטן שלום עליכם?.

ווער רעדט נאך, ווען איך זאג פאר איינעם שלום עליכם, מיט וואספארא שמייכעל מען ענטפערט מיר, "עליכם תפול",

און ווי אפגעשמועסט, פרעגט מיר יעדער די זעלבע קשיה "עליכם שאלעם א איד פון די לבנה " יא שטייט זעך מען שמייכלט צירוק מיט פאראיבל וואס דען.

די ערשטע משמורה כיפערנאקעס שרייען שוין עלינו לשבח, מיט זייער אומגעדריוועלטע ציצית אין די הענט, און איך בין נאך אינגאנצען פארטיפט, אינעם געוואלדיג'ן שטיקל פון אלמלא לא זכו וכו' פעם אחת בחודש דים, געהעריג קבלת פני השכינה, דורך לאזן אזא קבלת פנים אזוי שנעל, כ'קען פשוט נישט, אבער כ'הער ווי מען סטראשעט שוין מיטן, ונאמר והיה.......... ווייס איך, אז אויב שטיי איך דא ווייטער מיינט דאס בלייבן אליינס שאקלען, אין גאס ביי א באס סטאפ, וואס ס'מיינט אז עפעס איז נישט בסדר מיט מיר ובכן ברויך מען זעך געבן א יאגל צו.

מען גייט שוין ענדיגן קדיש יתום, און איך ענדיג יעצט קאלעקטן מיינע ציצית, פון אינטער די שני כיסיום, דער רעקל מיטן מאנטל, נישט אזוי גרינג אפיר צו נעמען די באהאלטענע ציצית פון ערגעץ מאחורי, נאכדערצי די לעצטע מאל וואס כ'האב געזעהן די ציצית, איז געווען טאקע אן עונה בינונית פון יעצט.

דא איז די אויפגאבע צו זעהן, אויב די ציצית איז נאך אינטער חזקת כשרות, און עס אויפקעמען פון אירע שוין געדרייטע קאלטענעס, און דערווייל גייט מען טאנצן, לעבעדיג, טובעם מעאורת, וואס טאנצען, ווען טאנצען, מיט איין האנט די סידור, און די אנדערע האנט די ציצית, גיי כאפ א רקידה'לע...... נו!.. סתם א שפאנציר.. איז דען אזוי אוועקצומאכן, אבער וואס זאלעך טוהן אז דער מקוה געבאדענער אינגערמאן, שטייט אינטער מיר, אין זיינע צוויי פאדערשטע לאפעס, זענען אנגעליינט אויף מיין איינגעבויגענע פלייצע, און מיט יעדע קאכעראצישע אטאק,ע גיט ער מיר א קוועטש אז כ'שפיר עס נאך יעצט.

בעספלענדע המעשה, געענדיגט טאנצען.........

"א גוטע חודש גוט חודש, זאג נאר, די גייסט צירוק אין שול, נעם אזוי מיט, מיין סידור אויכעט "

דאס איז געווארן א חלק פון טובים מאורות, אז א שלי מזל זאל דארפן אריינגיין אין שול מיט א הויפן סידורים, ביז איבער קאפ, קען מיר איינער מיך מסביר זיין, פארוואס קיינער קען נישט אליינס צירוק לייגן די האנטוך אונעם פעיל, און אליינס צירוק טראגן די סידור נאך קידוש לבנה די גייסטעך עניוועי נעמען פון בית מדרש דיין קאויט?

און צו דעם פארבליטשטע געשמעקטע אינגערמאן, מיט גרויסע השגות פון דביקות, בעט איך דיר א טובה זיי דבוק און דיר אליינס, און קלעב נישט אן אויף קיין צווייטן...........

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: א גריס אייך פון די לבנה

הודעה by פעטער on Thu May 21, 2009 8:14 pm

פאר קאמענטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה