הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/



א חתונה אין וויליאמסבורג

Go down

א חתונה אין וויליאמסבורג

הודעה by פעטער on Fri Jun 19, 2009 1:51 pm

דער חתונה-טאַראַראַם אין וויליאַמסבורג הויבט זיך אָן דריי טעג פאַר דעם יום טוב שבועות, און האַלט-אָן מיט דער פולער פּאַרע ביז אין די דריי וואָכן אַריין. אַ פאַמיליע וואָס באַקומט ניט אינעם פּאָסט-קאַסטן כאָטש אַ צוויי צענדליקער חתונה-בריוולעך אין משך פון דער צייט, איז אַ באַזונדערע מצוה ליב צו האָבן אַזאַ פאַמיליע, ווי עס שטייט אין חומש “ואהבתם את הגר”...

אָט האָט נעכטן אָוונט חתונה געמאַכט פעטער יאַנקל, די שוויגער’ס עלטערער ברודער. שוין דאָס אַכטע קינד, קיין עין הרע. אונזער חתן איז גאָר אַ גרויסער “טשאַטשקע”, מער ווי זיינע ברידער. מ’שמועסט אין דער משפּחה, אַז דאָס איז צו פאַרדאַנקען עפּעס אַ ברכה פון אַ ירושלימ’ער עלטער-עלטער מומע.

מיר זיינען אָנגעקומען אין זאַל האַרט נאָך דער חופּה, אָבער נאָך אַריינגעכאַפּט צו זען ווי דער חתן דנן טרעט אויף דער כלה’ס ווייסע שיך. דאָס נייע פּאָרל, באַגלייט פון דער מוטער און שוויגער, גייען לאַנגזאַם אונטערן רויטן טעפּיך ביז צום יחוד-שטיבל האַנט ביי האַנט, ווען די טרערן פליסן פון צווישן דער מוטער’ס אייגעלעך. אַלע אַרומיקע קוקן זיך צו צו דער ליבשאַפט וואָס הענגט אין דער לופטן, מיט אַ האָפענונג און געבעט צו דעם פון אויבן, אַז דאס מזל זאָל אַזוי שיינען ביז משיח’ס טאָג.

פעטער יאַנקל נעמט-אָן די מזל-טוב-וואונשן מיט גרויס ענטוזיאַזם, ווי עס וואָלט געווען ביי אים אַן איין-איינציק קינד. די האַנט איז נאָך פאַרקלעפּט מיט די אַראָפּגעטראָפּטע חלב-שטיקלעך פון דער נאָר-וואָס פאַרלאָשענער הבדלה.

אונזערע קינדער קומען אויסשטאַפירט מיט קליידונג ווי די קינדער פונעם קאָזאַק. משה’לע האָט באַקומען אַ נייעם אנצוג ווי אַ דערוואַקסענער, מיט אַ “נעקטיי” און דעם גאַנצן קלאַפּער-געצייג. דאָס רעקל האָט אפילו אַ שניט פון אונטן. די קליינע שיכעלעך גלאַנצן, אַז מען קען זיך קוקן אין שפּיגל דערין. ער קוקט אויס ווי אַ “לימוזין דרייווער”, אַז אַלע האָבן אים געקניפּט אין בעקל. די מוידן זיינען ניט הינטערשטעליק: עלעגאַנט, באַפּוצט און באַשמירט. די האָר זיינען פאַרלאָקט געוואָרן דורך אַ ספּעציאַליסטקע, וואָס צייכנט זיך אויס מיט האָר פאַר געשוויסטער פון דער מחותנת’טע.

דער מוזיקאַנט טוט זיך דאָס זייניקע. אַזש מען קען פאַרטויבט ווערן און דעם אייגענעם קול ניט הערן. פעטער אליעזר זיצט שוין אויף זיין באַשטימטן פּלאַץ, און האָט שוין פאַרטיליקט אַלע זויערע פּיקעלס פונעם אויבן-אָן טיש.

גוטע פריינט פון פעטער יאַנקל זוכן אים אַרום אין אַלע עקן זאַל, אָבער ער איז ניט צום געפינען. ווייניק ווייסן אַז מען פאַראייביקט אים איצט מיט אַלע קינדער אינעם יחוד-שטיבל. גייען זיי אַהיים מיט דער האָפענונג, אַז דער מחותן יאַנקל וועט זיי צומאָרגנס גלויבן אַז זיי זיינען טאַקע געווען ביי דער חתונה.

מיר, שוואָגערס, דרייען זיך אַרום זוכן אַ פּאַסיקן אָרט וואו צו זיצן. מען מאַכט אַן ענגע באַראַטונג, און דאָס בעסטע אָרט ווערט באַשטימט אויף דאָרט אין דער זייט, וואו קיינער באַדערט ניט, און מ’גייט זיך וואַשן, אַלע שוואָגערס אין דער רייע. די קינדער שיקט מען זיי זאָלן ברענגען דעם פאָרשפּייז פון די פרויען. דאָרט איז אַלעמאָל פאַראַן בעסערס...

אַלע בייסן אַריין אין דער “המוציא” און רעדן אויפן סעליולער טעלעפאָן וואָס הערט ניט אויף צו קלינגען. די בעיבי סיטערס רעדן זיך אַלע אָפּ אַז די קליינע טאַנצן אַרום און די גרויסע ווילן ניט פאָלגן. דער שוואָגער חיים שרייט אַריין אינעם טרייבל: “משה’לע, כ’וועל דיך אַזוי אָנפּאַטשן ווען איך קום אַהיים, אַז דו וועסט מיך געדענקען”... און לייגט אַראָפּ דעם טעלעפאָן אַ בייזער.

איין פאַרשפּעטיקטער שוואָגער קומט אָן פון זיין אָוונט דרימל מיט אַ בולקע אין דער האַנט. מיר ווייזן אים אַלע אָן אַז ער זאָל זיך צוריקרוקן אַ בענקל דאָ, דאָרט, נאָר ניט לעבן מיר. ער רעדט זיך אָפּ פאַרוואָס מ’האָט ניט געוואַרט אויף אים מיט דער חופּה, און ס’איז שוין ניט איבערגעגליבן קיין פיש. ווען דער געלט-גייער בעט ביי אים אַ נדבה, גיט ער אַ קרום מיט דער נאָז און מיטן אַקסל, ניט ווי זיין שטייגער. כ’האָב ניט, זאָגט ער.

דער שפּילער נעמט ענדליך אַראָפּ די פינגער פונעם פּויק-געצייג און גייט אויף פּאָזע, ער בעט אַ אינגעלע זאָל אים ברענגען פון דער קוך אַ טעלער פיש. ווען דאָס אינגל קומט צוריק מיטן אוצר, שרייט ער: “כ’האָב דיר פאַרגעסן צו זאָגן, כ’האָב ליב דאָס וויידל, גיי ברענג אַ וויידל”.

ווען ער איז פאַרטיק ווישט ער זיך אָפּ די באָרד, לייגט צוריק אַריין דאָס פּויק הייטל אין אויער און נעמט זיך מיט אַ פרישקייט צום קלאַנג פון די זעלבע אויסגעדראָשענע ניגונים. ער לויפט פון פּאַמעלעכע קלעזמער צו שנעלע “רעפּ”, געוואָנדן אינעם זינגער, וואס קאַמאַנדעוועט מיט זיין האַלב-הייזעריקער שטימע. ס’איז קענטיק אַז ער האַלט שוין נאָך פיר וואָכן פון זינגערייען יעדן אָוונט.

די לויזע אייער האָבן אים אַפּנים היינט אָוונט ניט געהאָלפן, ער קוקט אויס זייער דערשעפּט און ניט מוטיק. פונדעסטוועגן זינגט ער פיבערדיק מיט דער האָפענונג אויף אַ שמייכל פון אַ דורכגייער.

דאָס איז טאַקע מענדל, מיין חבר מענדל פון דער ישיבה מיט דער דין-קוויטשעדיקער שטימע. זיינע עלטערן האָבן אים אַלס קינד געזאָגט: “מענדעלע, מיט אַזוי פיל שכל וועסטו אויסוואַקסן אַ חזן”. ער שטייט מיט דער “מייק” אין דער האַנט און זינגט אַ שלש-סעודות-ניגון. דערנאָך קומט “בן בג בג”, און צוריק צו “פּרוק ית ענך”. איך זאָג אים: “דו ביזט דאָס, מענדל? איך האָב געמיינט אַז ס’איז מרדכי בן-דוד”. האָט ער זיך גענומען בלאָזן ווי אַן אינדיק, זינגען מיט אַ זיכערן קול העכער און שנעלער, ווי דער בעל קורא מאַכט אַ “קרני פּרה”, און איך האָב זיך איינגעקויפט עולם הבא אויפן קאָמפּלימענט וואָס כ’האָב אים געגעבן...

ווען ער זאָל אונז אַלע אויסטיילן די וואַטע און ער זאָל אַליין זינגען שטילער, וואָלט איך כאָטש געהערט וואָס דער שוואָגער האָט זיך אָפּצורעדן אויף די שוויגער, און די וואַרימע ברכות פון פעטער יאַנקל, וועלכער גייט איצט אַרום מיט די בראָנפן גלעזלעך אין דער פישיגער האַנט, אויסטיילנדיק זיינע ברייטהאַרציקע וואונשן פאַר אַלע געשוויסטער.

ער שטעלט זיך אָפּ ביי יעדן איינעם פון אונז מיט זיין נייעם פּרעכטיקן שטריימל. דער שטערן שיינט ביי אים ווי די לבנה. ער גיט יעדן איינעם אַ ברכה צוגעפּאַסט לויטן געברויך. מיר האָט ער געוואונשן איך זאָל זיך אַריינציען אין דער דירה אין אַ גוטער און מזל’דיקער שעה.

אינמיטן עסן די זופּ רופט אויס אַ קינד ביים הויכהילכער “מעריב”, און אַלע לויפן אַרויס איבערלאָזנדיק די הייסע בונדל-זופּ. ענדלעך יאַוועט זיך אַ בעל תפילה. ביי “השכיבנו” קומט אַריין אַ שכן מיינער און שאָקלט: “נו, מזל טוב! ווי אַזוי ביסטו דאָ אַ קרוב, יאַנקל?”. איך זאָג אים: “נו, אַהאַ, מעריב”. ער פרעגט אָבער ווידער דאָס זייניקע, “אָבער וואָס טוסטו דאָ מיטן שטריימל, יאַנקל? וואַרט דאָ, איך וויל מיט דיר רעדן...”. ער ווערט פאַרשוואונדן.

ביי דער שטילער שמונה עשרה רופט איינער אויס: “ווער עס האָט געפּאַרקט אַ קאַר מיט’ן ‘לייסענס פּלעיט’ (נומער) ‘עקס-וויי-זי,’ באַקומט איצט אַ טיקעט”. דער דרייווער - וועלכער האַלט אינמיטן שמונה עשרה - לויפט גיך אַרויס.

קוים זאָג איך “עלינו”, און דער קליינער פּלימעניק, דוד’ל, זאָגט מיר אין אויער אַריין: “יוטעלע זאָגט אַז דו זאָלסט ניט פאַרגעסן אַהיים צו רופן די בעיבי-סיטער, צו מאַכן זיכער אַז די קינדער זיינען וואויל”.

מ’קומט צוריק צו דער קאַלטער זופּ, זעענדיק ווי אַן אַנדערע פאַמיליע האָט זיך שיין פּלאַצירט אויף אונזערע ערטער. אומ’באַ’טעמ’ט, מוזן מיר זיי אויפהויבן.

דער כינעזער גוי מיט דער יאַרמלקע פרעגט: “טשיקען אָדער סטעיק”? אַלע ווילן סטעיק, אויסער דער קליינער דאַרער שלמה’לע. ער וויל ניט דיק ווערן.

די מוזיק גראַגערט אַז מ’קען צעדילט ווערן. אינצווישן שפּיר איך אַ וואַרימקייט וואָס בלאָזט מיר אין די אויערן. איך דריי זיך אויס, זע איך ווי דער שוואָגער רעדט צו מיר. ווער ווייסט ווי לאַנג ער האַלט שוין אַ דרשה און איך ווייס גאָרניט ...

איידער איך פאַרענדיק אָפּלעקן דאָס לעצטע ביינדל, איך דריי זיך אויס צו געבן שלום אַ שוועסטער-קינד און דער טעלער איז מער ניטאָ. איך וויל זען ווער עס האָט עס גענומען, און דער טיש צוזאַמען מיט די אויפגעגעסענע געבראָטענע שוועמעלעך איז אַוועקגעשלעפּט... די סערווירער מאַכן שוין אָרדענונג.

ווען עס ווערט מיטאַמאָל שטיל, גייט אַ סקרוך דורך די ביינער ווי נאָר מען הערט די ערשטע סטרונעס פון דעם באַקאַנטן מאַרש, וואָס צעזינגט זיך העכער און העכער מיט דער בשורה אַז דער קוים-אויסגעפאַסטער חתן קומט אַריין איבערראַשט און צעטומלט פון די ביז-איצטיקע איבערלעבענישן וואָס האָבן ערשט פּאַסירט צווישן פיר אויגן ...

זיינע ישיבה-פריינט, בחורימ’לעך און שנה-ראשונה’ניקעס לייגן אים געשווינד אַרויף אויף אַ בענקל און מ’שאָקלט אים ווי אַ כפּרה אַרויף און אַראָפּ, אַרום און אַרום. דער קאָפּ איז אים שוין גוט צעטרייסלט, נעמט אים דער ברודער אַרויף אויף זיינע פליגל און לויפט אַרום ביז דער שטריימל ווערט פאַראַנקערט אינעם הענג-לייכטער (”שענדעליער”). ער, דער חתן, זעצט זיך ענדלעך אַראָפּ ווי אַ גענעראַל אין פּעטערסבורג. אַלע שטופּן זיך צו דערגרייכן די האַנט. דער קליינער ברודער לויפט אים אַנטקעגן, אָפּצואווישן דעם שטערן. דער גרויסער שוואָגער ברענגט אַ גלעזל סאָדאַ וואַסער, דער חתן מאַכט אַ “שהכל נהי’ בדברו”.

קוים איין טרונק און אַ רעבעלע איז שוין אינעם רינג. מיט צוויי פאַרגלאַנצטע אויגן כאַפּט ער אָן די פייכט-פאַרשוויצטע האַנט פונעם חתן און טאַנצט צום ריטם פונעם פּיאַנאָ. ווי העכער עס פּאַטשען די אַרומיקע, אַלץ שטאַרקער מאַכט ער צו די אויגן און איז זיך מדבק אינעם באַשעפער ביים מקיים זיין די אומגעהויער-גרויסע מצוה פון משמח זיין חתן וכלה. ווען נישט אַ קינד לויפט דורך און וואַרפט אים שיער אַנידער, וואָלט ער געטאַנצט ביז חתן-כלה שטייען אויף...

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: א חתונה אין וויליאמסבורג

הודעה by פעטער on Fri Jun 19, 2009 1:52 pm

דערנאָך קומט די רייע אויף די איבריקע משפּחה-מיטגלידער. יעדער באַזונדער שטופּט אַריין דעם צווייטן. טאַנץ דו, איצט דו, נישט מיר, נישט דיר, טאַנצט דער חתן מיט די לעצטע כוחות. ער האַלט אין איין אַרויפרוקן די גאַרטל וואָס גליטשט זיך אַראָפּ פון דער “דזשי ענד דזשי” יאפּאַנעזישער כמו-זיידענע בעקישע. די אַרומיקע שטופּן-צו אַ בענקל, אָבער מען לאָזט אים ניט זיצן. פעטער מרדכי קומט איצט צו גיין אַן אויפגעהייטערטער מיט קורצע טריט, בעת די קינדער האַלטן אים אונטער. ער טאַנצט אַז עס נעמט ניט קיין עק. מען שלעפּט אַריין נאָך און נאָך נאָענטע און באַקאַנטע. זיי וואָלטן זיך ליבערשט געדרייט אויף יענער זייט בעט, ווי צוצוקוקן ווי מ’שלעפּט דעם חתן אַ “רינגעראַנדעראָזי”.

די טראַדיציע זאָגט אַז איצט קומט דער פרישער שווער צום טענצל. אַלע קינדער מאַכן אים פריי דעם וועג, ער כאַפּט אָן דעם נייעם “גן-עדן” - איך מיין איידעם - מיט אַ דרייסטקייט, האַלדזט זיך אַרום און טאַנצט די הקפות... אַלע קינדער לויפן פאָראויס הין און צוריק, וואַרפן-אום אַלע צוקוקער, מ’עפנט אויף אַ דורכגאַנג ביז כמעט אין דער פרויען-זייט, ער ווערט שיער דערטרונקען פונעם אייגענעם שווייס. ער אָטעמט הויך מיט די לעצטע כוחות, ביז איינער דערבאַרימט זיך מיט אַ בענקל פאַרן חתן, וועלכער זעצט זיך אַראָפּ אַן אויסגעמאַטערטער.

אַ בת-קול איז געקומען פון אַ קליין מיידעלע. “דיין ווייב רופט דיך”. אַלע שטייען ביי דער מחיצה. איינע קוקט ווי די בחורימ’לעך טאַנצן; אַ צווייטע וואַרט אויף איר מאַן. איך פאַל שיער אַראָפּ פונעם לייטער וואָס דער פאָטאָגראַפיסט האָט אַראָפּגעשטעלט נעבן מיינע פיס.

“יאָ, וואָס איז?”.

“נאָטינג ספּעשעל, ענדזשאָיסט דיך?”.

“יאָ, איך גיי אַריין טאַנצן!”.

“יאָ? איי עם גאָואינג טו וואַטש יו!”.

דער מוזיקאַנט נעמט ווייטער אַראָפּ די פינגער פון די גרויסע ווייסע קנעפּ. מען רוהט זיך אָפּ. דער זינגער טרינקט אַ גלאָז וואַסער. דער חתן שמייכלט צו זיינע חברים וועלכע רינגלען אים אַרום. דער און יענער ברענגט אַ פאַרמאַכטן קאָנווערט. דער בוזעם טאַש האָט נאָך פּלאַץ פאַר אַ פּאָר טשעקס. זאָל מען נאָר ברענגען...

מערערע ערשטע און צווייטע קאָזינס שמוגלען זיך אַריין, מיינענדיק אַז קיינער באַמערקט זיי ניט. ווי נאָר זיי גיבן די האַנט ווערן זיי פאַרשוואונדן, נאָך איידער מ’קען זיי מכבד זיין.

מ’ברענגט אַריין פּאָרציעס מיט אייז-קרים, וואָס די גוים האָבן נאָך אַריינגעשטעלט אינעם פריזער יענע נאַכט. עס האָט אַלע קאָלירן, ווייל פון די נעכטיקע ווייסע אייסעס איז איבערגעבליבן צופיל, האָט מען עס אַריינגעמישט אין היינטיקן רויטע און ריסייקעלד. אָבער פעטער מרדכי פאַרצוקט דאָס שטייענדיקערהייט מיט גרויס אַפּעטיט, און פרעגט יעדן דורכגייער: “פאָרסט אפשר קיין באָראָ פּאַרק?”.

דאָ און דאָרט ווערן געפירט אַ טוץ מיט געשעפטן פון באַקאַנטע און נאָענטע. מ’ווערט געוואויר אַלצדינג, ווער עס האָט לעצטנס געקויפט אַ דירה און וואָס עס איז דער מצב מיט די פּאַלעסטינער אַראַבער... צי גייט מען אין קאָנטרי, און אויב יאָ, וואו? וויפל רומס? וויפל צאָלסטו? צי כ’האָב געהערט אַז שמעון משה האַלט ביים צושפּאַרן דאָס געשעפט. צום לעצט קומט-צו דער שווער מאַכן פאָרש-אַרבעט צי ס’איז דאָ עפּעס נייעס ביי אונז.

יעדער פּלאַפּלט און פרעגט: “ווען גייט מען שוין בענטשן?”. “ווער גייט זינגען גראַמען?”.

אינצווישן קומט אַריין דער בדחן מיט נאַסע צעלאָדזשעטע פּיאות, און פרעגט זיך נאָך ווער עס איז דער מחותן פון דער אַנדערער זייט. ער פאַרצייכנט זיך אינעם ביכעלע ווער ס’איז ווער, ער שטעלט צוזאַמען דעם פּאָזעל וועמען מ’וועט היינט באַזינגען און באַשמירן. ווען אַלעס קלאַפּט גייט ער צו צום אבי החתן און האָט צו אים אַ בקשה, ער זאָל אים פּרובירן צו געבן מזומן, ווייל די קינדער פאָרן אין קעמפּ. דער מצב איז פּחדים...

דערנאָך זאָגט ער: “דער אַנדערער מחותן וויל עס מאַכן טשיק-טשאַק. איר ווילט אויך?”.

“אָקעי, אַז ער וויל, בין איך מסכים”.

איצט גייט ער צום אַנדערן מחותן, ווי די אַרבעט פון אהרן הכהן, און זאָגט:

“דער אַנדערער מחותן וויל אויסלעשן די עלעקטריציטעט צוויי אַזייגער. איר זענט מסכים?”.

“נו, ער באַצאָלט דאָך. זאָל זיין אַזוי ...”.

אינמיטן ווערט אַ טומל. עס קומט אַריין אין זאַל דער - ווי אַזוי הייסט ער? - וואָס האָט געלערנט מיטן חתן ווי זיך צו פירן. ער שטופּט אַרויף זיינע פאַרהויכע ברילן צום שפּיץ נאָז, רוקט אַראָפּ דעם הוט ביז איבער די שטעכיקע אויגן-ברעמען און צעלאָזטע באָרד, מאַכט צו רעכט די פּיאות און טאַנצט פון מזרח ביז צפון מיטן שם הוי’ אַז די אָדערן פון קאָפּ קומען שיער אַרויס. דער פאָטער פונעם חתן קומט אַריין אינעם רינג שעפּנדיק נחת, ער פּלאָנטערט מיט די פיס, ווי דער שטייגער איז, לעבעדיק, פריילעך, טראַ-ראַ-ראַם-באם-באם און דרייט אָן אַ קאַפּעליע.

אַלע געשוויסטער פּראָבירן מאַכן גוטמוטיק. די קליינע קינדער מאַכן אַ באַזונדערן רינג און האַלטן זיך אונטער אַז מען לאָזט זיי זיין וואַך אַזוי שפּעט.


אַז מען הויבט אָן די “האָראַ”, קומען צו לויפן אַלע אונטער דרייסיק יאָר. די חברים פונעם חתן שלעפּן אים אין אַ זייט, און מען פאָכעט און האָפּקעט ביז דער שווייס רינט אויף דער באָרד. די מערסטע קענען ניט טאַנצן די טענץ. די וואָס קענען יאָ, ווערן אומגעדולדיק און מאַכן אַ באַזונדערן רינג פאַר די קענערס. דאָרט הייבן זיך די פיסלעך גענוי צום טיק ווי דער זינגער מאלעוועט. מיט שטאָלץ דרייען זיי זיך אַרום ווי “דער מאַרש פון די פענגווינס”. איינער אַ שלימואל האָט ניט געקענט אויפהויבן די פיס גענוג געשווינד, האָבן די חברים אים אַרויסגעשליידערט פון צוג ביזן זינגען פון דוד המלכ’ס טאַנץ.

די פרויען שטייען אויף די בענק צו כאַפּן אַ בליק. משה’לע לויפט אויך אַריין פּראָבירן זיין גליק, און מיט רעכט. ער האָט דאָך שוין אַ רעקל. ווען ער פאַלט אום, קומט ער מיר זאָגן “די מאמעס טאַנצן שענער”.

ווען אַ גאָר נאָענטער חבר טאַנצט, טוט מען אים אָן אַ שטריימל. דער זינגער האַלט יעצט אָן אויג אויף דעם חתן רינג און אויף די מחותנים באַזונדער. ער שוויצט ווי אַ ביבער און ווינקט פאַרן מוזיקאַנט אַז ער זאָל שוין אויפהערן ווייל ער דערהייבט עס ניט.

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: א חתונה אין וויליאמסבורג

הודעה by פעטער on Fri Jun 19, 2009 1:52 pm

די מוזיק שטעלט זיך ווידער אָפּ. מ’רופט אויס “מ’גייט בענטשן אין צען מינוט, די כלה זאָל אַריינקומען”. אין דער חתונה-שפּראַך מיינט עס: “יעדער קען אַהיימגיין” (אויסער די גאָר נאָענטע). יעדער שטייט ביי דער מחיצה און רופט אַרויס זיין באַשערטע.

יאַנקל רופט מעכל’ס אידענע. ווען זי קומט אָן בעט מען איר זי זאָל גיין רופן חייקל’ס פרוי, און אַזוי טוט זיך אַ גערופעכטס און אָפּגעשמועסעכטס. “וואַרט מיך ביי יענעם קאָרנער”, “קום אַרויס ביז זיבן מינוט”. “איך גיי נאָר זאָגן מזל טוב די טאַנטע דוואָשע און איך קום”.

ביז אַלע זיינען אינדרויסן און ביז ווען דער חתן טוישט זיך די קליידער, און די כלה ווערט פריש באַשמירט, איז שוין אַ שטונדע און אַ האַלב שפּעטער, און די פלייסיקע צווישן אונז דרימלען שוין. די גרויסע אויפן טיש, די קליינע, - אויסגעשפּרייט אויף צוויי בענקלעך.

איך כאַפּ זיך אויף פונעם קליינעם דרימל ווען איינער פון דער כלה’ס זייט וואָס זיצט נעבן מיר האָט באַקומען “ברכה אחריתא”. מען ברענגט שנעל דעם פאטאגראפירער צו פאַראייביקן דעם מאָמענט, און אַז מען גיט אים דעם מיקראָפאָן, הויבט ער אָן נאָכאַמאָל די זיבעטע ברכה פון אָנפאַנג.

ערשט איצט זעצט מען אַריין דעם חתן אויבן אָן צווישן די פרויען. דאָרט קוקט ער אויס ווי אַ “יון אין דער סוכה”. דער בדחן סוד’עט זיך מיט די מחותנים און שטעלט זיך אין דער הייך. ער הייסט יעדן זיצן, מאַכט עטלעכע וויצן. אַלע בייסן זיך שוין די ליפּן, ער טוט יעדן אַריינצופּן; פליקט יעדן פעטער באַזונדער, רעכנט אויס די עבירות פון קינד’ס קינדער.

די ערשטע וועט מען אויסרופן פעטער אליעזר, מיט די זיידע-גלעזער.

און דער בדחן הויבט אָן:

- יעדער דאָ קען אים, וועט קיינמאָל ניט אַריין אין גיהנום; ער לויפט אינעם רעגן דעם גאַס, אָפּצוריכטן תיקון חצות; אַ געוואַלדיקער גאון הגאונים, יעדן צופרי פון די עשרה ראשונים; אויפגעשטעלט אַזאַ שיינע שטוב, יעדער האָט אים ליב; אינדערהיים איז ער געווען אַ בארשן-בינדער, געהאַט אַ ווייב מיט דריי קינדער.

- בלאָזט גוט אַ שופר, אין געשעפט אַ גוטער פאַרקויפער; שבת געלט איז אַ מנהג אויף וועלכן ער טוט פון קינדווייז אָן שטרעבן, וועט ער איצט ברייט עפענען דאָס בערזל און געבן; זאָל ער ווייזן פאַר אַלע, ווי אַזוי מען טאַנצט פאַר דער כלה; שרייט אַלע שרייט, מ’גייט, מ’גייט.

די קינדער און אייניקלעך פונעם פעטער גייען-מיט צום טענצל. יעדער זוכט אַ דאָלאַר אין דער קעשענע. מען וועקסלט, מען באָרגט, מ’זאָגט צו אָפּצוגעבן שפּעטער. דער בדחן קרימט מיט דער נאָז אַז איינער דרייט זיך אַרויס.

פעטער אליעזר’ס עלטסטער זוהן הייבט זיך אונטער מיט די האַלב פאַרקלעבטע אויגן און הערט ניט אויף צו געניצן. אַ אינגעלע ברענגט די גאַרטל, אָבער דער זינגער דאַרף פּונקט מאַכן אַ טעלעפאָן-קאָל. אָן אים ווייסט מען ניט וואָס פאַראַ ניגון עס קומט אויף דער רייע. ווען דער זינגער וויל שוין ענדליך זינגען, האָט אַ קינד אַוועקגעכאַפּט דעם מיקראָפאָן און די כלה שטייט דערווייל אינמיטן דריידל, איינער זאָל איר אַ כאַפּ טאָן און זינגען דעם געראַטשקע.

פעטער אליעזר איז שוין אַ איד אין די מיטעלע אַכציקער יאָרן. אין אַזוינע שפּעטע שעה’ן ווייסט ער ניט אַמאָל צי ער איז וואַך אָדער איז ער אינמיטן אַ טיפן חלום. אָבער די מומע ביילא האָט אים ניט אַהיים געלאָזט ביז איצט, זי וויל זען ווי ער טאַנצט. זי טרעפט אַ גענוצטע פאַרשמירטע פּאַפּיר פונעם טיש און ווישט זיך אָפּ דערמיט די אויגן. זי קוועלט אָן ווען דער מאַן נעמט דעם גאַרטל ווי אַ יונגערמאַן און זינגט דעם אַלטן רבינ’ס הקפות-ניגון. דערנאָך טאַנצט ער זעלבסט מיטן חתן אַליין.

דער פריער צעקנייטשטער שטערן בליטשעט איצט ווי אַ שיין-טורעם. אַלע מחותנים רוקן זיך ביסלעכווייז אַריין אָנטייל צו נעמען אין דער געשעעניש וואו פעטער אליעזר איז פריילעך. אַז ער ווערט פאַרטיק, באַגלייט מען אים אַרויס פון זאַל און דער בדחן נעמט די פאַרבליבענע אויפן צימבל:

און איצט וועט מען אויסרופן אַ רייכן פעטער, אים אויסצורימען וויל איך בעטן אַ היתר; ער טיילט דאָך אויס צדקה אָן אַ שיעור, טרינקט נאָר כשר’ע ביער; שוין געענדיקט ש”ס אָן אַ צאָל, “דף היומי” לערנט ער קיינמאָל.

פעטער ישראל שלום - אַ פעטער פון דער כלה - גלעט אויס דאָס ציגן-בערדל, מיטן אַריסטאָקראַטישן בליק קוקט ער זיך אום אויף זיינע אַרומיקע און הויבט זיך אויף לאַנגזאַם, טוט זיך אָריענטירן, נישטערט אינעם צעריסענעם בערזל אָן אויפהער. וואָלט מען דאָך געקענט מיינען אַז מען רעדט דאָ כאָטש פון אַ צוואַנציקער. ער קנייטשט איין דאָס גרינע איין-דאָלאַר בלעטל און שטופּט עס אַריין באַהאַלטענערהייט צום בדחן אין דער האַנט. ער באַרעכטיקט זיך און זאָגט מיט זיין פּוילישן אַקצענט: “דער שוחט וואָס קוילערט דעם הינדל ערב יום כיפּור באַקומט אויך ניט מער”.

ער גיסט זיך אָן אַביסל וויין פון פעסל, גיט “לחיים” פאַר די אַרומיקע פול מיט עמאָציע, און טוט דאָס זעלבע ווי זיינע פאָרגייער. ער בריקעוועט מיט די פיס און אַלע קינדער האָבן הנאה ווי ער וואַרפט מיטן גאַרטל אַגרעסיוו צו אַלע זייטן.

פעטער גבריאל מיטן האַמבורג-היטל קוקט טאַקע אויס ווי דער וועלטס-נאַר, אַז דער בדחן מאַכט פון אים היבש חוזק. ביים טאַנצן הויבט דער זינגער אָן זינגען דעם צענטראַלן “חי ה’” ניגון. אַז יעדער לאַכט שוין טוישט ער דאָס איין צו “כי לה’”.

ווען פעטער גבריאל, וועלכער קוקט אויס גענוי ווי זיין ברודער, - דער זיידע עליו השלום - קומט נענטער צו דער כלה, כאַפּט אונז אַלע אָן אַ בענקעניש נאָכן זיידן, וועלכער וואלט זיכער פאַרגעניגן געהאַט צו זיצן דאָ מיט אונז. די שוויגער כאַפּט אַ בילד און מען קושט זיך מיטן פעטער וואָס פאַרטרעט די פאַמיליע ביי די עלטערע לייט. ער ווינטשט אָן די קינדער און אייניקלעך, און גייט אויך אַהיים.

מען האָט שוין אויסגערימט אַלע מעלות פון טאַטע און שווער. מיר אַליין האָבן ניט געוואוסט וואָס פאַראַ “ענבי הראָזשינקעס” האָבן זיך דאָ משדך געווען... ביידע מחותנים האָבן שיעורים און טיילן צדקה, האָבן אַ גוט האַרץ און האָבן אַריינגעלייגט גרויסע כוחות אויפצוציען אַ חסידישע שטוב. ביידע זיינען גרויסע חסידים פונעם זעלבן רבי’ן, און גיבן אַוועק דעם אייגענעם קישן אַוועק פאַר אַן אָרימאַן...

דער הספּד וואָלט אָנגעגאַנגען ביז פאַרטאָג, און עמערס טרערן וואָלטן געפלאָסן ביז אַרויס פון זאַל, ווען נישט וואָס מ’מוז זיך נעמען איבער די חתן-כלה זעלבסט.

ווי שטענדיק, הויבט זיך עס אָן מיט אַ משל פון אַ בן מלך. דעם נמשל קען יעדער. דער בדחן באַנעמט זיך לאַנגזאַם אַז ווער עס איז נאָך אויף אין זאַל ווערט איצט פאַרשלאָפן פון זיין געמויזעכץ. ער מוסר’ט זיי אָן אַ פּאָרציע ביז זיי וויינען. דאַן טוישט ער דעם ניגון און הויבט אָן בענטשן דאָס יונגע פּאָרל, און אַלע וועקן זיך אויף.

דער הויכפּונקט קומט אַצינד, ווען דער חתן שטעלט זיך אַוועק ווי אַ העלד פאַר דער כלה צו זינגען “אשת חיל”. אַלעמענ’ס אויגן זיינען געוואָנדן וואו דער חתן שטעלט זיך אויף און כאַפּט אָן שעמעוודיק זיין לעבנס-באַגלייטערין. די כלה שטייט אונטערטעניק, ווי אַ קעניגין גלייך אַנטקעגן איבער דעם קעניג מיט אַראָפּגעלאָזטע, פאַרוויינטע אויגן פול מיט באַגער און באַשיידונג צום לאַנג-דערוואַרטעטן מאָמענט, אויף וועלכן עס קוקן אַרויס עלטערן און משפּחה.

מיר קלייבן צוזאַמען די שלאָפעדיקע קינדער און מ’גייט אַהיים. מען ווינטשט נאָך אַמאָל די באָבעס און מומעס מיט אַלע געשוויסטער. מ’לאַדנט איין אויף שבת שבע ברכות, און זאָל דער אויבערשטער העלפן אַז דאָס יונגע בייעמעל זאָל זיך צעבליען און פרוכטבאַרן צו דער שיינקייט פון דער גאַנצער משפּחה.

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: א חתונה אין וויליאמסבורג

הודעה by פעטער on Fri Jun 19, 2009 1:53 pm

פאר קאמערטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה