הפרדס

בעזרת הבורא יתברך ויתעלה

מיט א פרייליכע געמיט און געהויבענעם גייסט, טוען מיר אייך דא איינמעלדן אז פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע מעמבער'ס האבן מיר זיך אוועקגעצויגן פון די סטאנציע און מיר זענען ארויפגעגאנגן אויף א פיל באקוועמערע סערווער און מיר וועלן בעזר הבורא פיל מער הנאה האבן און זיך קענען פארגעסערן לארכה ולרחבה.

לאור זה האבן מיר אפגעשפארט דאס אריינעמען נייע מעבער'ס און דאס מעגליכקייט פון צושרייבן נייע תגובות אז מיר זאל גארנישט דא איבערלאזן, אבער מען קען רוהיג לערנען, ליינען, און קוקן, אלע אפטיילונגן פון אונזער פארום, ביי אונזער נייער אכסניא אזוי ווי פריער.

הפרדס האט זיך אפיציעל צוזאמגעשמאלצן מיט די וועלט בארומטע אידיש טעק כאפט א בליק

http://www.yiddishtech.com/forum/



ווען דער בחור'טשיג איז א "האט אייטעם"

Go down

ווען דער בחור'טשיג איז א "האט אייטעם"

הודעה by פעטער on Thu Jun 04, 2009 10:04 pm

ווי אן עלעפאנט אן א נאז, אדער ווי א פלאטשקע אנע פליסיגקייט, ווי א פרעקל אן קיין פנים, ווי א געז-באבל אן קיין סעלצער, אדער גאר ווי א בָּארדענע האר-בינטל וואס איז אוועקגעריסן געווארן פון איר אייגנטימער איבערלאזנדיג איר אליין שווימען אויפן אויבערפלאך פון מקוה דארפנדיג זיך אליין ספראווען מיט די שווערע כוואליעס פון די ברויזנדע מיט-מענטש-פארפלייצטע מקוה-גרוב...... דריי איך מיך ארום הלוך ושוב, פראסט איך קען נישט קומען צו זיך, מ'לאזט מיך נישט אריין ביי מיר...

אלזא הערט וואס האט מיך אזאנס אויפגעשטורעמט:

צו ערשט א קליינטשיגע הקדמה'לע:
ווי מיר אלע ווייסן – איך גלייב איר זענט קיין אמעראצים – דאס די אידישע געבאט לויטעט, ביים ליינען די תורה אין די וואכנטעג מוזן אנוועזנד זיין צען מאנספערזאנען, עס מוזן ערשיינען אויפן בימה דריי מענער עולה זיין, ווי אויך ברויך מען א בעל קורא וואס ליינט פאר, א מגביה וואס מאכט הגבהה, און אחרון חביב א "קטן" אויף גולל זיין די ס"ת הנקרא "גלילה", עס איז באקאנט וואס די פוסקים נעמען אן, דאס כאטש מעיקר הדין איז מען מקפיד צו נעמען דוקא א קטן וואס האט נאכנישט פאלוירן קיין בעיבי-צאן, אבער להלכה איז מען יוצא מיט א גרויס אינגל, און לעת הצורך איז מען מקיל אפילו מיט א בחור'ל פון די בר מצוה ביזן הייראט, גאר גאר בדיעבד איז אן אלטער בחור'ל, מעג אפילו טראגן א באלי הוט, כמבואר בפוסקים, עי"ש היטב...

יעצט צום טעמע. היינט אינדערפרי, דאווענענדיג מיט א מנין אידן יראים ושלמים מדקדקים על קוצו של יוד, אז מען האט אפגעענדיגט דאס ליינען כהלכה, האט מען אנגעהויבן זוכן נאך א קטן אדער כאטש א בחור'ל, דען די הלכה פארלאנגט דאך אזוי, אבער הילד איננו, עס וויל זיך נישט אפגעפינען קיין קליינער, נו, זאל שוין זיין א בחור'טשיג, אבער! ווי אין קאווע אריין... ער וויל נישט אפירקומען!

אלע שטייען מיט אנגסט, די אויגן אנגעשפיצט, די טרערן ביים שוועל פון רעזערוואר, די געדערים באבלען ווי א בונדאש אין פרעגל טאפ... מ'ווארט און מ'האפט בכליון אזניים, דער בעל דבר האצעך פשוט פארלייגט אויף א מנין איידעלע אידן.

אבער אז מען מיינט עס ערנסט שפעטיגט נישט די ישועה צו קומען....

והנה, און נון [קרעדיט: מיין מלמד] דער בחור איז דא! ביים טיר ערשיינט א בחור'ל במלא הודו והדרו, מלובש בתפילין, אה! ממש א בחור כהלכה, מ'שטיינס געזאגט א בחור ווי די הלכה פארלאנגט, א קליינער איינגעדארטער מיט א פיצינקע בערדל, נו אללריי"ט נישט ממש קיין אינגעלע, אבער פארט א שטיקל הידור, א קליינטשיג בחור...

דער עולם פאטשט צוזאם די הענט פאר פרייד... אה! בייגעקומען דעם שטן...!

אבער... פאוואלי'קע דער בחור'ל איז בכלל נישט גרייט פאר אזא אקציע, ער ווייסט נאך דערווייל נישט וואס מ'וויל פון זיין חיות האבן, ער זעהט פאר זיך א גאנצע ציבור פון אזויגעזאגט נארמאלע מענטשן, אלעמענס בליקן הויערן אויף אים מיט א אויסטערלישע הנאה, ס'האט עפעס א פנים ווי דער עולם האלט דא אינמיטן דאס זאלץ-געלעקעכץ צווישן אויפקראכן א פאפיטע און נאכהער עס צוקייען... נאך וואס קלאצט מען דא? וואס פאר א שווארץ יאר דארף דאס באדייטן?

מען לאזט אים אבער נישט לאנג קווענקלען, עטליכע טיכטיגע לייט אינעם מנין הייבן אים אן ווינקן נא! נע! דערביי ווייזנדיג מיט די פויסטן "אריין און ארויס" ווי צו זאגן, ביסט מכובד צו גיין גלילה דו קליינע בחור'ל!

אבער די זאך גייט נישט אווי געשמירט, דער בחור'ל הייבט אן ציען ביי די אקסלן, דאס געזיכט ווערט אים שטארק פאררויטלט ווי א וואורשטל ליגנדיג צווישן מאסטערד און קעטשאפ... ער קוקט אויף אלע זייטן מיט א פארלוירענע מינע, יא? איך? גלילה?

אבער אז מען הייסט פאלגט מען, ווי א טאטעלע [וואס זאגעך? א טאטע? קלאפ אויף דיין מויל... ר'איז דאך נישט כשר פאר גלילה...] איז ער צוגעגאנגען צונויפדרייען דעם ספר, זיך גאנץ פיין באפארעט מיט דאס גארטל, די מענטעלע האצעך נאר איינמאל פארהאנקערט, און בלויז איין מיטליעריגע איד איז געקומען פארריכטן דאס גארטל, נו ארויף, נו עה אראפ, נו עה אינמיטן, אה נא אהא! ביז ענדגילטיג איז דאס גארטל בשלום אנגעקומען על מקום מנוחותו, אבער חוץ מזה פארט אלעס ווי געפלאנט, דער בחור גיט א קוש אינעם ספר, און די זאך האצעך געענדיגט בכי טוב!

א פארלייכטערונג'ס אטעם שלענגלט זיך ארויס פון עטליכע מיילער וואס זענען אקארשט געווען עקסטרעם פארקנייטשט מחמת זארג, אה, ווער האט זיך געגלייבט אז מ'וועט נאך זוכה זיין מקיים זיין דעם מצוה כתיקונה...

אבער, דאן איז דער פאנטשער ערשינען:

וויי וויי וויי! א בראך! דער בחור'ל לייגט צוזאם זיינע תפילין, און נישט-מער-און-נישט-ווייניגער, דער איז גאר קיין בחור נישט, ער האט דאך א טלית בייטל....! די תפילין אויפן קאפ איז געווען נישט קיין אנדערנס ווי רבינו תם'ס אליין, אוי וויי! "ווי האט געקענט אזא מכשול פאסירן" הערט זיך כליפען פון טיפעניש פון די הערצער, נאך אזויפיל מאטערנישן און זוך אקציעס זאל אזאנס פארקומען?..............

אט זענען די טרוקענע פאקטן פון די געשיכטע, אלזא זאגט מיר מיינע טייערע פריינד, איז נאך דא א ווייטאג אווי מיינס? זאל איך נישט זיין פארזויערט? פשוט נישט יוצא געווען דאס ליינען... וויי געוואלד!

מען מוז צו אט די זאך געפינען א לעזונג, אפשר זאל זיך זיך שאפן א "אינגל גמ"ח", עס קומט דאך פאר אזויפיל חסד ביי אידן, טא פארוואס זאל מען נישט אויפקומען מיט א 800 נומער ווי מ'זאל קענען אנרופן, העלאו? האסט מיר א אינגל עוועליבעל, ס'איז אן עמערדזשנסי, מ'ברויך א קטן פאר גלילה!

הא? וואס זאגט איר צו אזא פארשלאג?

[הבהרה: איך קום נישט חוזק מאכן פון קיין ערליכע מנהגים אדער פרומע אידן, ווי איר פארשטייט האב איך נאר געוואלט צעלייגן א נארישע איינגעגעסענע מנהג, נעמליך די איסור פאר א פארהייראטע מאן גולל זיין די ס"ת, איך האף איר האט פארשטאנען מיין כוונה און אגב אויך הנאה געהאט].

טענ"ק י"ו פא"ר ליסענינ"ג, אי"י מי"ן רידינ"ג

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

Re: ווען דער בחור'טשיג איז א "האט אייטעם"

הודעה by פעטער on Thu Jun 04, 2009 10:05 pm

פאר קאמערטארן אויף דעם ארטיקל דריקט דא

פעטער
מטייל בגן

מספר הודעות : 46
מעלות : 84
אנזעהן ביים ציבור : 1

http://www.hapardes.com

חזרה למעלה Go down

חזרה למעלה


 
Permissions in this forum:
אתה לא יכול להגיב לנושאים בפורום זה